☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זאכן וואס יעדער זאגט...

זאכן וואס יעדער זאגט...

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3071

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:19 pm

· #91365
זאכן וואס יעדער זאגט...
זאכן וואס יעדער זאגט... אין איך פארשטיי דאס נישט לענ"ד אדער איך האלט נישט פון דעם
קינדער קענען עפענן יעדע קאוד פון א קאמפיוטער...
אמאליגע פארצייטישע בעלי בתים זענען געווען אלע ערליכע יודן און תמימים...
א לאטערי מאכט נישט צופרידן א מענטש...
שלשה דברים מרחיבין דעתו של אדם אשה נאה וכו' מיינט נישט כפשוטו...
אמעליגע מענטשן זענען געווען מער צופרידן...
אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות...
די עולם קען צולייגן נאך כהנה וכהנה

Ben-Shishim » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:21 pm

· #91367
Once you turn older, you will understand

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:22 pm

· #91369
דאס האט מען מיר געזאגט 20 יאר צוריק

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:34 pm

· #91373
דערמאנסט מיך א גוטס, א זקן האט אמאל געפרעגט אן עלטערן בחור וואס טיט שזיך מיט בן שמונה עשר לחופה, האט ער אים צוריק גענטפערט, און וואס איז מיט בן ארבעים לבינה... אדער אז די וויזניצער רבי האט אמאל געפרעגט א ליטווישע בחור וואס איז מיט בן שמונה עשרה לחופה, האט ער געזאגט ער שטייט לאנג שמונה עשרה, האט ער אים געזאגט אז מעו שטייט לאנג שמונה עשרה פארפאסט מען קדושה... אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם וואס איז שוין נאך א זאך (לינגט) וואס מען האט אינז אלעמאל פארקויפט, אז די טרעפן זיך נישט פאר די חתונה זענען מער צופרידן וכו', אויף דעם איז שוין געווען דא אמאל א גאנצן אשכול הכופר דודי לי...

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:39 pm

· #91375
מיין גראז האב איך שוים געשמעקט...

ידען » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:53 pm

· #91388
[ציטאט אראפגענומען]

אדער בן שישים...

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:12 pm

· #91396
[ציטאט אראפגענומען]

נישט אז יענעמ'ס גראז איז גרינער, נאר אז ביידע זענען די זעלבע, ודו"ק (סארי יאנקל).

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:31 pm

· #91599
ודי למבין
א לאטערי מאכט נישט צופרידן א מענטש...

דו רעדטס פון קויפן אדער פון געווינען?
אויב קויפן, מיין איך אז עס מאכט טאקע נישט צופרידן, קוק נאך די מענטשן וואס זענען צוגעבינדען דערצו ווי צופרידען זיי זענען.
אויב געווינען, בין איך מסכים צו דיר.
ודי למבין
שלשה דברים מרחיבין דעתו של אדם אשה נאה וכו' מיינט נישט כפשוטו...

ווער זאגט אז עס נישט כפשוטו?
די מענטשן וואס זאגן עס, האלטן דאך אז די גאנצע תורה איז נישט כפשוטו, די אלע זאכן וואס מוחלין לו על כל עוונותיו זענען נישט כפשוטו, וכו' וכו'.

טעפל » פרייטאג מערץ 1, 2013 3:40 am

· #91680
אין דער היים איז דאס נישט געוועהן..

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 1, 2013 9:43 am

· #91700
בעיני ראיתי אז ר' משה שרייבט בפירוש אין א תשובה אין אגרות משה אז זיך טרעפן פאר די חתונה העלפט נישט גארנישט, ביטע העלפן טרעפן די מראה מקום, כמדומה אז ס'איז ממש די לעצטע שורה פון א תשובה, יישר כח.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:26 am

· #91718
קענסט מסביר זיין? וואס מיינט "עס העלפט נישט"?

יתרו » פרייטאג מערץ 1, 2013 12:52 pm

· #91747
מאראנצןזאפט
בעיני ראיתי אז ר' משה שרייבט בפירוש אין א תשובה אין אגרות משה אז זיך טרעפן פאר די חתונה העלפט נישט גארנישט, ביטע העלפן טרעפן די מראה מקום, כמדומה אז ס'איז ממש די לעצטע שורה פון א תשובה, יישר כח.

עס ווערט נאך נישט וועגן דעם אן הלכה למשה מסיני
צו וויסן אויב עס העלפט צו נישט ברויך מען מאכן א געהעריגע סערוועיו,

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2013 2:09 pm

· #91782
יתרו
עס ווערט נאך נישט וועגן דעם אן הלכה למשה מסיני

עס ווערט א "הלכה למשה מתשובה"

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 1, 2013 2:45 pm

· #91790
שמעקעדיג
קענסט מסביר זיין? וואס מיינט "עס העלפט נישט"?

"זיין" מיינונג איז אז ס'איז קיין קונץ ארויפצוצוען א בא'חנ'ט און טשארמינג פנים פאר עטליכע טעג, וואכן, חדשים. יעדער קען פאפן און זיך פארשטעלן, און דער אמת באגעגנט מען נאך די חתונה.
וידועים דברי ר' אביגדור:
one who marries a woman because of romance, is about to be very disappointant
אין אידישע איבערזעצונג: איינער וואס האט חתונה מיט א פרוי צוליב א מושכל ראשון'דיגע אהבה, חן, (איך ווייס נישט וויאזוי מ'דעפיצינירט ראמאנס) וועט זיך איין טאג טרעפן אויסגעשפילט.
דער ערשטער ראמאנס צווישן מאן און ווייב איז א זיסער טרוים. ס'וועפט אויס שנעלער ווי ס'איז געקומען. איינער וואס גלויבט דערין, און לאזט זיך פירן דערפון, איז א רחמנות, און נאך א שטיק צייט באגעגנט ער זיין \ איר בראך.
אבער דעם ר' משה האב איך נאר צוגעברענגט להגדיל תורה ולהאדירה, דער אמת לענ"ד ליגט ערגעץ אינדערמיט.
אודאי איז דא אייגנשאפטן וואס מ'דערקענט תיכף אויף א מענטש, ווער רעדט נאך אז מ'פארברענגט מיט יענעם א שטיק צייט, און דאס זענען זייער וויכטיג פאר א יונג פארפאלק כדי צואוויסן אויב זיי זענען צוגעפאסט.
אבער דאס אז נאך פאר די שידוך דארף שוין אלעס זיין אנטוויקלט, דאס איז נאריש, אומאויספירבאר, און בכלל נישט נוצליך.

קינות גירושין » פרייטאג מערץ 1, 2013 3:43 pm

· #91800
יפה אמרת. יעצט די שאלה איז וויפיל צייט פעלט זיך אויס צו פארברענגען מיט א מענטש צו וויסען אז זי איז צוגעפאסט, 2 3 שעה איז גענוג אדער אפשר 10-15 שעה אויף א משך פון 3 וואכן?

מאראנצןזאפט » מוצ"ש מערץ 2, 2013 7:29 pm

· #91822
קינות גירושין
יפה אמרת. יעצט די שאלה איז וויפיל צייט פעלט זיך אויס צו פארברענגען מיט א מענטש צו וויסען אז זי איז צוגעפאסט, 2 3 שעה איז גענוג אדער אפשר 10-15 שעה אויף א משך פון 3 וואכן?

מן הסתם ביזטו גענוג קלוג צו פארשטיין אז מ'קען דערויף נישט געבן קיין זייגער. דאס ענדיגט זיך ווען מ'שפירט אז דער ציל איז עררייכט.
דער ציל: מ'דארף זיך קאנען (מעשה איש בשם החזו"א).
(כמובן אז דאס איז להלכה ולא למעשה... דער בחור וואס קומט פון א חסידישער שטוב און ער רייסט זיך איין מיט די עלטערן צו זיין אנדערש פון אונזער סיסטעם, כדי צו זיין גערעכט, איז נאריש.
געווענליך מיינען די עלטערן נאר גוטס (אזוי האף איך, עכ"פ מיינע עלטערן) און מ'מעג און מ'קען זיך אויף זיי פארלאזן, און אז דער מהלך איז ממילא אזוי אויסגעשטעלט קען מען דא ניצן בטחון, באשערט, אפגעשריבן פון הימל, והמסתעף...)

מאראנצןזאפט » מוצ"ש מערץ 2, 2013 7:38 pm

· #91824
יתרו
מאראנצןזאפט
בעיני ראיתי אז ר' משה שרייבט בפירוש אין א תשובה אין אגרות משה אז זיך טרעפן פאר די חתונה העלפט נישט גארנישט, ביטע העלפן טרעפן די מראה מקום, כמדומה אז ס'איז ממש די לעצטע שורה פון א תשובה, יישר כח.

עס ווערט נאך נישט וועגן דעם אן הלכה למשה מסיני
צו וויסן אויב עס העלפט צו נישט ברויך מען מאכן א געהעריגע סערוועיו,

עס איז נישט קיין הלכה למשה מסיני! בלויז "אינטערעסאנט"! ווייל געווענליך פארשטייט יעדער נאר דאס וואס ער איז געוואוינט דערצו מגירסא דינקותא. רוב אנ"ש וואלטן געהאלטן אז מ'דארף נישט גיין אויף קיין דעיטס און דער ליטווישער פארשטייט נישט עפעס אנדערש, כש"כ א גוי.
און דא קומט א ליטווישער גדול און רייסט אראפ זיין אייגענעם היימישן מהלך, מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, מיט דער זעלבער שפראך וואס א חסידישער רב וואס האט קיינמאל נישט געהערט דערפון וואלט דאס אראפגעמאלן. איך מיין אז ס'איז א שטיקל חידוש. פארשטאנען?

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 2, 2013 8:51 pm

· #91833
קינות גירושין
יפה אמרת. יעצט די שאלה איז וויפיל צייט פעלט זיך אויס צו פארברענגען מיט א מענטש צו וויסען אז זי איז צוגעפאסט, 2 3 שעה איז גענוג אדער אפשר 10-15 שעה אויף א משך פון 3 וואכן?

ס'איז דא וואו די נעגאטיוויטעט איז בולט גלייך ביים ערשטן שלום עליכם וואס מ'קען נישט באהאלטן. און ס'איז דא זאכן וואס נעמט עטליכע וואכן געוואויר צו ווערן.

מאטי » מוצ"ש מערץ 2, 2013 9:24 pm

· #91842
יידל
[ציטאט אראפגענומען]

נישט אז יענעמ'ס גראז איז גרינער, נאר אז ביידע זענען די זעלבע, ודו"ק (סארי יאנקל).

אויב די זעלבע קען מען דאך בלייבן אזויווי ביי אונז? איך גלייב נישט אז אין די ליטווישע מאדערנע וועלט איז דא א הו״מ אז ביי אונז איז בעסער

קאווע טרינקער » מוצ"ש מערץ 2, 2013 9:28 pm

· #91844
פון וואו נעמט זיך בכלל אז גראז איז גרין??
דאהי איז עס נישט גרין, ביי יענעם - טענה'סטו - מיינט מען אז ס'איז גרין. אלזא, מהיכי תיתי גראז איז בכלל גרין?

מאטי » מוצ"ש מערץ 2, 2013 9:58 pm

· #91855
גרין אז רעלאטיוו, דאס איז זיכער אז נישט ביי יעדן איז די זעלבע, ווייניגער שלעכט ווי א צווייטער קען אויך ווערן אנגעקוקט ווי גרין

מאטי » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:04 pm

· #91859
מאראנצןזאפט
יתרו
מאראנצןזאפט
בעיני ראיתי אז ר' משה שרייבט בפירוש אין א תשובה אין אגרות משה אז זיך טרעפן פאר די חתונה העלפט נישט גארנישט, ביטע העלפן טרעפן די מראה מקום, כמדומה אז ס'איז ממש די לעצטע שורה פון א תשובה, יישר כח.

עס ווערט נאך נישט וועגן דעם אן הלכה למשה מסיני
צו וויסן אויב עס העלפט צו נישט ברויך מען מאכן א געהעריגע סערוועיו,

עס איז נישט קיין הלכה למשה מסיני! בלויז "אינטערעסאנט"! ווייל געווענליך פארשטייט יעדער נאר דאס וואס ער איז געוואוינט דערצו מגירסא דינקותא. רוב אנ"ש וואלטן געהאלטן אז מ'דארף נישט גיין אויף קיין דעיטס און דער ליטווישער פארשטייט נישט עפעס אנדערש, כש"כ א גוי.
און דא קומט א ליטווישער גדול און רייסט אראפ זיין אייגענעם היימישן מהלך, מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, מיט דער זעלבער שפראך וואס א חסידישער רב וואס האט קיינמאל נישט געהערט דערפון וואלט דאס אראפגעמאלן. איך מיין אז ס'איז א שטיקל חידוש. פארשטאנען?

העלפט נישט גארנישט איז א double negative... מ׳דארף קענען אפלערנען א ררעב מעישע......

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:47 pm

· #91872
מיר פארפארן דא פונעם מטרת האשכול צום שידוכים סיסטעם, אויך וועלכע עס איז שוין געווידמעט עטליכע אשכולות.
ביטע, צוריק אויף די רעלסן.