☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #3055

אשכול אן א טיטל #3055

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3055

— » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:44 pm

· #90710

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:49 pm

· #90714
יא שוין מיט געמאכט דאס און מייין קארץ לעבען

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:51 pm

· #90716
שוין מיטגעמאכט נישט איינע און נישט צוויי און נישט דריי.
איך האב נאך יעצט, עז ווי ספיעק, 3 אגענטן וואס ווארטן בכליון עינים איך זאל זיי צוריקרופן, און רופן מיר יעדע חודש-צוויי זיכער מאכן אז איך לעב נאך.

איין באשעפער ווייסט ווען זיי וועלן כאפן דעם רמז.

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:55 pm

· #90718
אנאנים, המקום ימלא חסרונך, זאלסטיר טרעפן בעסערע פריינד.
אויף קול מבשר דערציילט דארט איינער פון די בדחנים. זיין פריינד קאלט אים אן צו ער וויל זיך אראפזעצן עטליכע מינוט דורכרעדן וועגן לייף אינשורענ'ס;
ער: "דו ווייסט דאך אז מיר אונטערעסירט נישט די זאכן, איך האלט נישט ביים קויפן קיין לייף אינשורענ'ס!"
חבר: "איך האב דען גערעדט פון קויפן? איך האב עס נאר געוואלט דורכרעדן, און למעשה וועסטו דאך סיי ווי קויפן, סא פארוואס זאלסטו נישט שטיצן א חבר? סוף כל סוף וועסטו סיי ווי דארפן אנקומען דערצו"
ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט פטור ווערן פון אים, האט ער אים געזאגט:
ער: "דו ווייסט, איך בין אויך לעצטנ'ס אריין אין א נייע ביזנעס, איך האב אנגעהויבן פארקויפן תכריכים, אפשר ווילסטו קויפן פון מיר א שיינע סעט תכריכים?"
חבר: "וואס?! תכריכים?! ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן? וואס עפעס זאל איך יעצט קויפן תכריכים?"
ער: "איך האב דען גערעדט פון קויפן? איך האב עס נאר געוואלט דורכרעדן, און למעשה וועסטו דאך סיי ווי קויפן, סא פארוואס זאלסטו נישט שטיצן א חבר? סוף כל סוף וועסטו סיי ווי דארפן אנקומען דערצו"...

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:58 pm

· #90720
שמעקעדיג
איין באשעפער ווייסט ווען זיי וועלן כאפן דעם רמז.

ביי זיי העלפט נישט קיין רמזים, מען דארף ארויס זאגן ברחל בתך הקטנה.
איינעם האב איך וואס לויפט מיר נאך, ער איז מיר דאך א נאנטער קרוב, מיין נעפיו'ס זיידע'ס מחותן, און וויפיל איך האב אים שוין מסביר געווען מיט גוטנ'ס און מיט בייזנ'ס האט ער נאך אלץ נישט פארשטאנען דעם רמז.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:09 pm

· #90787
שמעקעדיג
שוין מיטגעמאכט נישט איינע און נישט צוויי און נישט דריי.
איך האב נאך יעצט, עז ווי ספיעק, 3 אגענטן וואס ווארטן בכליון עינים איך זאל זיי צוריקרופן, און רופן מיר יעדע חודש-צוויי זיכער מאכן אז איך לעב נאך.

איין באשעפער ווייסט ווען זיי וועלן כאפן דעם רמז.

ביי מיר איז עס געווען א קאנטעסט מיט צוויי אנדערע לייף אינשורנס עדזשענטס. ווער ס'וועט פריער אויפגעבן. דער דיאלאג מיט אגענט א' האט זיך אנגעהויבן אין א דענטיסט'ס אפיס. א מינוט פאר מ'האט ארייגערופן פרעגט ער מיך "איך קען דיר רופ אין א צוויי ואכן " זאג איך "יא. קענסט רופן" ר'האט מקיים געווען זיין הבטחה און ר'האט גערופן. ביים סוף פון (אומפראדוקיטוון) שמועס. פרעגט ער אויב ער קען רופן אין פיהר וואכן. זאג איך "רוף". וכו' וכו'. ס'האט גענומען כמעט א יאר ביז ער האט געכאפט דעם רמז. מיט אגענט ב' איז עס געגאנגען קורץ און שארף. כ'האב איהם געגעבן א היטש פון ב.פ. קיין ווילי טאון. נאכ'ן ערשטן "שלום עליכם" האט ער אנגעהויבן פארקויפן זיין סחורה. בקיצור. נאך צוויי וואכן האט ער אויפגעגעבן.

ענדע צדיק » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:04 am

· #90887
מיין שוואגער איז אריין אין די ליין פון לייף אינשורנס, פארשטייט זיך אז איך בין געווען פון די ערשטע אויף די ליסטע,
נאך א שנעלע החלטה פון משנה זיין מפני דרכי שלום (שלום בית...), זאג איך אים, איים רילי סארי, אבער מיין נאנטע חבר נאך פון ישיבה איז אויך אין די ליין, און איך דיל מיט אים...
און ווען יענע חבר איז געקומען האב איך אים געזאגט, אים רילי סארי אבער דו ווייסט דאך אז מיין שוואגער איז אין ליין און איך האב א שעבוד צו גיין צו אים...

נפתלי » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:30 pm

· #90949

איך אויך » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:21 pm

· #91182
זיכער נישט.