☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שושן פורים

שושן פורים

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3049
בלאט: 1 2

ידען » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:41 am

· #90084
שושן פורים
פורים האט קיינער נישט געשריבען ווייל מע איז געווען ביזי אבער שושן פורים האט מען מער צייט און מע שיכורט נישט,

וואס איז די מנהגים פאר שושן פורים?

אין וויליאמסבורג גייט מען אנגעטוהן יו”טדיג. כאב געהערט אז נישט איבעראל גייט מען אזוי אנגעטוהן.

ווער ווייסט?

און וואס טוהט זיך מיט די סעודות?

עפעס א יו”ט איז עס?

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:44 am

· #90085
א אנדרע שאלה האב איך, בין איך די איינציגסטע קאקא דא וואס ארבעט געהעריג היינט?

ידען » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:56 am

· #90089
לעמיל
א אנדרע שאלה האב איך, בין איך די איינציגסטע קאקא דא וואס ארבעט געהעריג היינט?

איך ארבעט

כאב נעכטען אויך געארבעט אבער נאר אביסעל.

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:01 pm

· #90093
ידען ניחמתני

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:39 pm

· #90112
איך ארבעט אויך געהעריג שושן פורים.

משה געציל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:41 pm

· #90114
די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים, דער עולם דרייט זיך ארום אין ביהמ״ד פארכמארערט אבל וחפוי ראש, מען שאקעלט דעם קאפ זייער מילד. קוקט אויס ווי תשעה באב פאר כל נדרי.

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:50 pm

· #90115
משה געציל
די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים,

איך האב אויך אזוי געמיינט אמאל איך בין עלטער געווארען בין איך קלוגער געווארען

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:00 pm

· #90121
און ווילי איז דא א פלעי ביי די דינובע טיש איך מיין אויך ביי קראלע רביס טיש

boxcover » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:14 pm

· #90125
לעמיל
משה געציל
די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים,

איך האב אויך אזוי געמיינט אמאל איך בין עלטער געווארען בין איך קלוגער געווארען

איך האב אויך אמאל געמיינט אז זינט איך בין עלטער געווארען, בין איך אויך קלוגער געווארען, אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז גיין ליידיג איז נישט בעסער ווי ארבעטן.

boxcover » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:16 pm

· #90127
ידען
און וואס טוהט זיך מיט די סעודות?
עפעס א יו”ט איז עס?

אין די רמ"א שטייט (או"ח סי' תרצ"ה) אז אין שושן פורים איז מען מחויב אביסל משתה ושמחה, און אזוי פירט מען זיך. מען זאגט אויך נישט קיין תחנון.

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:34 pm

· #90133
boxcover
לעמיל
משה געציל
די בעסטע זאך איז צו ארבעטן שושן פורים,

איך האב אויך אזוי געמיינט אמאל איך בין עלטער געווארען בין איך קלוגער געווארען

איך האב אויך אמאל געמיינט אז זינט איך בין עלטער געווארען, בין איך אויך קלוגער געווארען, אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז גיין ליידיג איז נישט בעסער ווי ארבעטן.

איך מיין אז שושן פורים איז דא גענוג וואס צו טין אז מ'זאל נישט דארפען גיין ליידיג

ידען » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:06 pm

· #90144
לעמיל
ידען ניחתמתני

יעצט פריי איך מיך צו ארבעטען 🙂

נאך א מזל אז מיין באס לאזט מיך שרייבען און זיין אויפען קאמפיוטער אויב כאב גענדיגט מיין ארבעט

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:12 pm

· #90147
אונז וועלען דיך קומען העלפען אז דו זאלסט שנעלער ענדיגען אז דו זאלסט שנעלער קענען שרייבען דא

נייגעריגער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:43 pm

· #90150
ארבעטן איז טאקע זייער א גוטע זאך, און איך ארבעט אויכעט היינט!

אבער.....
כ'האב געזעהן צוברענגן בשם דער ר' הערשעלע מזידיטשוב אז שושן פורים איז נאך אפילו א העכערע טאג פון פורים זעלבסט, פורים אויב טרינקט מען וויין איז עס כאילו מ'וואלט געפאסט א וואך משבת לשבת, און אויב טרינקט מען שושן פורים איז עס אזוי ווי פאסטן צוויי וואכן משבת לשבת!!!

סאו, לאמיר אלע זיין פרייליך 😃

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:49 pm

· #90155
[ציטאט אראפגענומען]

2 גאנצע וואכען??? טשעק דיך אויס

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:49 pm

· #90156
ס'דא וואס פירן זיך צו וואשן היינט, ספעציעל אויב איז מען שמוציג געוועארן נעכטן.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:54 pm

· #90160
געפילטע פיש
ס'דא וואס פירן זיך צו וואשן היינט, ספעציעל אויב איז מען שמוציג געוועארן נעכטן.

👍
מ'וואשט זיך צו געפילטע פיש?
ס'גייט עפעס נישט די לייק קנעפעל. און פטור ולא כלום האלט דאך דער רבי אי אפשר

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:01 pm

· #90161
ניין, מ'וואשט זיך אפ פון די געפילטע פיש.

זר זהב » מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:40 pm

· #90168
לעמיל
ידען ניחתמתני

כתיבה וחתימה טובה

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:02 pm

· #90173
זר זהב
לעמיל
ידען ניחתמתני

כתיבה וחתימה טובה

הא???

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:58 pm

· #90191
האסט געשריבן ניחתמתני, מלשון ונחתום בטבעת המלך, האט ער דיר געווינשען א חתימה טובה.

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:34 pm

· #90202
מיט די קאליר דא קען מען נישט איבער ליינען וואס מ'שרייבט

לעמיל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:56 pm

· #90222
ברעקינג
משמח אלוקים ואנשים חבר השטיבל הרב מנשה לוסטיג וועט מהנה זיין די עולם בי די טיש פון כ״ק אדמו״ר שליט״א מדינוב! קומט אריבער עס לוינט זיך א טריף פון איבראל, וווארט אייך צו באגרוסען לעמיל מיט מנשה!

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:18 pm

· #90243
נישט קיין שושן פורים טיש. שוין לאנג נאך צאת הכוכבים.
אפשר א שיתתר-טיש (שיטיש)

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 25, 2013 10:14 pm

· #90251
עס איז געוועהן צו באמערקן, אז מענטשען אדער חסידים בפרט, ווייסען נאך נישט אדער זענען פשוט צומישט ווי אזוי מ'דארף זיך אנטוהם אין שושן פורים.
א טייל טראגען דעם גאנצען שבת'דיגע לבוש דהיינו שטריימעל ווייסע זאקען רעזשוואלקע אין ווייסע שאל
אל טייל טראגען דעם שטריימעל טיש בעקיטשע געהעריגע ווינטער מאנטעל מיט שווארצע שאל
אנדערע גייען אינגאנצען וואכענדיק
א מיעוט גייען אין בית מדרש (שחרית) מיט א טיש בעקעטשע אבער שפעטער אין טאג טויש מען זיך.

דאס טוישען קען זיין ווייל אין ירושלים איז שוין נישט שושן פורים.
די וואס גייען נאר מיט שטריימל אין אין טיש בעקעטשע אבער נוצען דעם ימי החול ווינטער מאנטעל (לאפוקי דער רעזשוואלקע), דאס איז צוליב דעם אור המקיף וואס איז נישט שייך פורים נאר בליל שב"ק (ויו"ט). אין דער תירוץ צוליב וואס ס'שטייט "ותלבש אסתר מלכות" אז עס איז יא דא דעם אור המקיף אבער דאס איז ווייטער נישט בשושן פורים (אולי נאר ביי די ערי המוקפות חומה מימות יהושע בן נון).

זר זהב » דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:03 am

· #90292
איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:40 am

· #90321
זר זהב
איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:04 am

· #90324
קאווע טרינקער
נישט קיין שושן פורים טיש. שוין לאנג נאך צאת הכוכבים.
אפשר א שיתתר-טיש (שיטיש)

זיי וואשען זיך שושן פורים באטאג און צוען אריין די שמחה באנאכט

שרייבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:57 am

· #90370
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

געב עס א פאר יאר

איך האב פונקט נעכטן אינזין געהאט, אין שער יששכר טייטשט ער אז אתר האט געבעטן תנתן גם מחר ליהודים כדת היום, אז שושן פורים האט די זעלבע סגולות כדת היום ווי פורים

נו ווארט נאר ווארט, נאך אביסל וועט זיך אנהייבן מנינים תהלים שושן פורים אויך, פאר די וואס האבן נישט קיין צייט פורים

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:07 am

· #90374
כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס אלע מיינע ביינער טוען מיר נאך וויי, קען זיין אז עס האט אויך צו טוהן מיט שיתסר ושיבסר.

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:13 am

· #90376
ברסלבער
כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס אלע מיינע ביינער טוען מיר נאך וויי, קען זיין אז עס האט אויך צו טוהן מיט שיתסר ושיבסר.

מענין לענין נעכטען שיקט מיך איינער א טעקסט: איינער זאגט מיך אז ער האט נישט געוויסט אז ער האט אזויפיל ביינער יעצט פילט ער אלע

דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:20 am

· #90378
שרייבער
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

געב עס א פאר יאר

איך האב פונקט נעכטן אינזין געהאט, אין שער יששכר טייטשט ער אז אתר האט געבעטן תנתן גם מחר ליהודים כדת היום, אז שושן פורים האט די זעלבע סגולות כדת היום ווי פורים

נו ווארט נאר ווארט, נאך אביסל וועט זיך אנהייבן מנינים תהלים שושן פורים אויך, פאר די וואס האבן נישט קיין צייט פורים


מ'האט געקענט זעהן נעכטן 'שושן פורים' קינדער פארשטעלט, זענען משלים זיי משלוח מנות.
נאך עטליכע יאר, בייקומען מיר צוויי טעג פורים, איינס פאר מקרא מגילה משתה ושמחה, דער צווייטע טאג פאר הוספה און השלמה פאר משלוח מנות און מתנות לאביונים.
אין ארץ ישראל טוט מען טאקע אזוי, אלע ירושלימ'ער זענען דער ערשטע טאג אין בני ברק אין דער צווייטע טאג אין ירושלים, אין די תושבי בני ברק טוהן פארקערט.

מאטי » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:42 pm

· #90614
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

פאר דער זעלבער טעם וואס מען שחט נישט בזנבו מנוצט נישט קיין פלפלין פאר א אתרוג און מ׳מל׳ט נישט דעם אוזן ודו״ק

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:43 pm

· #90615
moti107
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

פאר דער זעלבער טעם וואס מען שחט נישט בזנבו מנוצט נישט קיין פלפלין פאר א אתרוג און מ׳מל׳ט נישט דעם אוזן ודו״ק

אשפג 😂 😂

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:45 pm

· #90616
אבער תחנון זאגט מען נישט ווייל ס'איז א הו"א פון די גמרא.

מאטי » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:59 pm

· #90622
קאווע טרינקער
אבער תחנון זאגט מען נישט ווייל ס'איז א הו"א פון די גמרא.

תחנון האט א מיגו פון אנדערע סיבות וואס מנוצט אגאנץ יאר עניוועיס

זר זהב » דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:27 pm

· #90630
נו, היינט 2 פארטאגס איז דאך געווען שיתסר

דעתי הענייה » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:41 am

· #90928
צאנזער רב,איז טאקע יא געגאנגען דעם שטריימל און געפירט טיש שיתסר ושיבסר.
און אין באבוב איז נאך ביז היינט דא א טיש, מיט די פורים רב, וכו'.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:44 am

· #90930
דעתי הענייה
צאנזער רב,איז טאקע יא געגאנגען דעם שטריימל און געפירט טיש שיתסר ושיבסר.
און אין באבוב איז נאך ביז היינט דא א טיש, מיט די פורים רב, וכו'.

צאנזער רב האט דאך געפירט טיש יעדען טאג?

דעתי הענייה » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:47 am

· #90933
נישט ממש, מען האט געלאזט מיט עסן און זיין צימער ווער עס האט געוואלט, א טיש איז געווען. א מושג פאר זיך, אין טיש שטוב, דברי תורה, ועוד.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:49 am

· #90935
דעתי הענייה
נישט ממש, מען האט געלאזט מיט עסן און זיין צימער ווער עס האט געוואלט, א טיש איז געווען. א מושג פאר זיך, אין טיש שטוב, דברי תורה, ועוד.

טיש שטוב = דיינינג רום בלע"ז ?
בין איך דאך הולך בדרכי צאנז!

דעתי הענייה » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:56 am

· #90939
עפעס אזוי עס איז נאך געשטאנען ביז די מלחמה, און עס האט באלאנגט צו די קינדער פון רביצין נחמה'לע צאנזער רב'ס טאכטער.

אין ספר „צאנז" איז עס פונקטליך אראפגעמאלן.

לעמיל » מאנטאג מערץ 17, 2014 12:26 pm

· #190904
ארויף געברעינגט לכבוד שושן פורים

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 17, 2014 2:23 pm

· #190926
לעמיל דו פאלסט נאך נישט פון די כוחות נאך האלטן אין איין ארויפשלעפן אשכולות יעדע יומא דפגרא?

לעמיל » מאנטאג מערץ 17, 2014 2:35 pm

· #190930
ווילסט מיך העלפען?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 17, 2014 2:38 pm

· #190931
אודאי, עזוב תעזוב עמו איז א דאורייתא.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג מערץ 17, 2014 3:08 pm

· #190936
דולה ומשקה

אין ארץ ישראל טוט מען טאקע אזוי, אלע ירושלימ'ער זענען דער ערשטע טאג אין בני ברק אין דער צווייטע טאג אין ירושלים, אין די תושבי בני ברק טוהן פארקערט.

גאר ווייניג מענטשן טוען דאס, די חו"ל בחורים, און מענשטן וואס האבן משפחה גייען אהין און צוריק, פשוט ווייל מען דארף דאך גיין צו יענעם פורים.

סתם המון עם גייט כמעט נישט, נאר יעדער פייערט דעם פורים בזמניה"ם

מ גפני » מאנטאג מערץ 17, 2014 3:24 pm

· #190938
משולם שטיינפעלד
דולה ומשקה

אין ארץ ישראל טוט מען טאקע אזוי, אלע ירושלימ'ער זענען דער ערשטע טאג אין בני ברק אין דער צווייטע טאג אין ירושלים, אין די תושבי בני ברק טוהן פארקערט.

גאר ווייניג מענטשן טוען דאס, די חו"ל בחורים, און מענשטן וואס האבן משפחה גייען אהין און צוריק, פשוט ווייל מען דארף דאך גיין צו יענעם פורים.

סתם המון עם גייט כמעט נישט, נאר יעדער פייערט דעם פורים בזמניה"ם

די בריסקע זענען מקפיד אריינצוכאפן ביידע

ליפא » פרייטאג מערץ 25, 2016 6:18 pm

· #326367
געזען ערגעץ אז שושן פורים איז גרעסער ווי פורים

ידען » פרייטאג מערץ 25, 2016 6:59 pm

· #326369
ליפא
געזען ערגעץ אז שושן פורים איז גרעסער ווי פורים

ווייל סע דערמאנט מיך אריין צו קומען דא
בלאט: 1 2