☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א אמת'דיגע שיינקייט!

א אמת'דיגע שיינקייט!

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3042

משה געציל » זונטאג פעברואר 24, 2013 3:28 pm

· #90039
א אמת'דיגע שיינקייט!
איך האב נארוואס גענדיגט דעם צופרי סעודה, אזוי ווי עס איז פורים היינט גיי איך נישט איבערגיין קיין איין ווארט, וויאזוי עס פליט ארויס פון קאפ אזוי גייט עס זיין. אויב איר פארשטייט נישט וואס איך שרייב ברעכט אייך נישט קיין קאפ.

איך האב, למען האמת, נישט געפלאנט אריינצוטרעטן אין שטיבל במשכ'ן פורים. (נישט ווייל איך האב געפלאנט אז נישט, נאר איך האב פשוט נישט געפלאנט). למעשה האט זיך געמאכט אן עמערדזשענסי וואס טרייבט ארויף מיין בלוט, סארי אלקהאל, אין קאפ, און איך מוז דאס מיט-טיילן פארן עולם.

יאר יערליך ליינענדיג די מגילה ליינט מען דעם פסוק "והנערה יפת תואר וטובת מראה וכו'".
איך וואונדער זיך אלטס, וואס האבן די חכמים וואס האבן געשריבן די מגילה געטראכט בשעת'ן שרייבן. זיי האבן דאך זיכער ברוב חכמתם פאראויס געזען אז עס וועט קומען א טאג וואס כלל ישראל וועט זיין אזוי משוקע בטומאה, אז אפילו נאר דערמאנען דאס ווארט "אשה" וועט שוין צוברענגען ל״ע צו דאס ארגסטע. און דא האבן זיי נישט נאר דאס געשריבן, נאר ממש קלאר און דייטליך "והנערה יפת תואר טובת מראה"?
האבן זיי דען נישט געוואוסט אז עס וועט קומען א טאג וואס די סארט גערעדאכטס וועט באטראכט ווערן ווי פראסט און אומאיידל? האבן זיי נישט געטראכט וויפיל בחורים און מיידלעך קענען טאטאל אראפגיין פון דרך הישר הערנדיג דעם בעל קורא ליינען אזוי אפן?

ב"ה דאס יאר איז מיר פארענטפערט געווארן דעם תמיה, און דורך נישט קיין צווייטן ווי טאקע מיין פיר יעריג טאכטער;

"יפת תואר וטובת מראה" מיינט בכלל נישט וואס מיר פארגרעבטע פשוטי עם טייטשן, וואס אונזער עמהארצ'דיגע מלמדים האבן אונז אויסגעלערנט. יפת תואר וטובת מראה טייטשט - "הייליג און איידל", ווען אחשורוש האט געזען דאס איידלקייט און הייליגקייט וואס האט געשיינט פון אסתר'ס פנים איז ער אזוי אנטציקט געווארן דערפון אז ער האט איר תיכף גענומען!

קוקט מיר נישט אן ווי פון זינען געפאלן, ווייל פון די לערך צען שאלות וואס די לערערין האט געלערנט מיט די קינדער האט זי געשפירט פאר וויכטיג אריינצולייגן צוויי שאלות:
1) האט אסתר המלכה באשמירט איר פנים און זיך באשמעקט? ניין.
2) פארוואס האט אחשורוש גענומען אסתר המלכה? ווייל ער האט געזען אז זי איז זייער איידל!

וואו! איך האב געוויסט אז אחשורוש איז געווען א גרויסע למדן וואס האט עוסק געווען אין אלע שווערע סוגיות ווי, כבתה זקוק לה, יש תחומין למעלה מעשרה, העומד ליזרק כזרוק דמי (וואס כידוע האט ער וועגן דעם נישט געוואלט נעמען די עשרת אלפים ככרי זהב פון המנ'ען, ואכמ"ל.) אבער דא האט געשטעקט מיין טעות, איך האב אייביג געמיינט אז דער אחשורוש אחוץ וואס ער האט געקענט לערנען איז ער געווען א פראסטאק במלא מובן המלא, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז אחשורוש איז גאר געווען א גוי מיט העכערע השגות. א גוי וואס האט געקענט האבן דאס שענסטע און בעסטע און האט אלעס פארקוקט צוליב איין זאך: "איידלקייט". אים האט נישט אינטערעסירט קיין כי הוא זה וויאזוי דאס מיידל האט אויסגעקוקט נאר בלויז צו זי איז איידל און הייליג, פינטל.

לפי זה האבן די חכמים דירעקט אריינגעלייגט די ווערטער אין די מגילה ווייל פון די גאנצע נס פורים איז דאס פון די עיקרים וואס מען דארף זיך ארויסלערנען, ווי מיין טאכטערס לערערין האט פארשטאנען מיט א פשטות אז פאר א פיר יעריגס וואס האט קיין טעם של חטא נאכנישט טועה געווען דארף צוואנציג פראצענט פון די מוסר השכל זיין, אז א אידישע טאכטער מאכט זיך נישט שיין!

איך ווייס נישט צו איך דארף לאכן אדער וויינען, אבער איך פאנג שוין אן טראכטן אז די זיבן פעטע קיען פון פרעה׳ס חלום, וואס דער תורה רופט זיי אן "יפות מראה", מיינט נישט שיין אין אויסזען, נאר ליבערשט שיין אין מדות... זייער איידלקייט האט געשיינט פונעם געזיכט... עס וואונדערט מיר נאר לויט דעם וואס "ובריאות בשר" טייטשט... אפשר גאר טייטשט עס אז זיי האבן נאך קיינמאל פוגם געווען...

איין זאך איז אבער קלאר. הזורעים ברנה, אז מען פלאנצט איין הוילע ליגענט און ליצנות פאר די קינדער, בדמעה יקצורו, וועט מען נאך דארפן פיל שוויצן זיי זאלן אויסוואקסן נארמאל.
ווען דאס קינד גייט זיך אויפוועקן פונעם חוני המעגל שלאף און זי גייט זען וואספארא שטותים מען האט איר דא איינגערעדט, וועט איר בליק אויף אלע אנדערע זאכן וואס מען האט איר געלערענט אויך זיין צווייפלדיג.

האטס מיר אלע א זיס לעכטיג פורים! און געדענקטס, מען מעג זיך ארויסגעבן פורים, עס שאדט נישט! (ווי לאנג עס איז אויף די אייגענע חשבון. נישט ח"ו מבזה זיין קיין אנדערע, אפגעזען צו יענער איז פון די יושבי חושך וצלמות, צי גאר פון די טאליבאנע שושקאבאבס, אדער פון די קילע סארט געשטריקטע קאפלעך אידן.)

לאדיך אפ » זונטאג פעברואר 24, 2013 4:04 pm

· #90040
מיין יונגעל האט געטייטשט בשם זיין רעבע ויאהב המלך את אסתר מכל הנשים אז "אסתר איז געפאלן (מיט א קמץ אונטער די א') פאר אחשורוש".

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 24, 2013 4:12 pm

· #90041
משה געציל, האסט נישט געוויסט אז שטייט אין מדרש די אייבשטער האט געפלאכטן חוה'ס האר, מיינט אז ער האט געמאכט צניועת'דיגע צעפ?

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 24, 2013 5:27 pm

· #90042
איך שטעל זיך פאר אז די טיטשער האט געטייטשט די זעלבע ביי ושתי, אז להראת לעמים ושרים את יפיה כי טובת מראה היא מיינט אויך אז ושתי איז געווען גאר איידל. און פארדעם האט ער איר געהייסן ברענגען בכתר מלכות על ראשה, נאקעט פון קאפ ביז פוס, נאר מיטן כתר מלכות אויפן קאפ.

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 24, 2013 10:07 pm

· #90046
אין אזא פאל מוז דערמאנט ווערן בשם דזיגאן: נישטא אזא שקר ווי שקר החן והבל היופי

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:09 pm

· #90049
געפילטע פיש
איך שטעל זיך פאר אז די טיטשער האט געטייטשט די זעלבע ביי ושתי, אז להראת לעמים ושרים את יפיה כי טובת מראה היא מיינט אויך אז ושתי איז געווען גאר איידל. און פארדעם האט ער איר געהייסן ברענגען בכתר מלכות על ראשה, נאקעט פון קאפ ביז פוס, נאר מיטן כתר מלכות אויפן קאפ.

נו. איך בין מוחה. דיין פשט און אפטייטש איז ריין אפיקורסות. כ'בין זיכער אז די ציונים האבן אריינגעשמאגלט דעים פשט אינ'ם ספר וואו דו האסט אריינגעקוקט. הגם מיר איז אויך שווער געווען די זעלבע קשיא. צו ווען אחשורוש האט געהייסן ברענגען ושתי "להראות את יפי' בעיני השרים והמדינות" האט ער אויכעט נאר אינזין געהאט איידלקייט און הייליגקייט. נאר כ'האב איינגעזען אז דאס שטאמט פון די סטרא אחרא. הוי. רעדנדיג פון די ציונים, איז כדאי צו דערמאנען אז זיי האבן אויך אריינגעשמוגלט אפיקורסות אין די הקדמה צו'ם ויואל משה (דף ח') ווי זיי שרייבן בשם דעם רעבי'ן זי"ע אז היינט ,ווען די מדינה עקזיסטירט שוין דארף מען מתפלל זיין אז ס'זאל נישט בטל ווערן דורך די (וואוילע און גוטע) גויים. ווייל דאמאלס וועט ח"ו נישט זיין גוט פאר כללן ישראל.

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 24, 2013 11:12 pm

· #90050
האסט פארגעסן צוצולייגן אן הערה וועגן י.מ. סופר.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:03 am

· #90052
געפילטע פיש
האסט פארגעסן צוצולייגן אן הערה וועגן י.מ. סופר.

דו ביסט גערעכט. דו האסט כמעט רוח הקודש. ווייל כ'האב געהאט אזא מחשבה. נאר דאמאלס וועט א יעדער (נישט נאר דו ) זאגן אז כ'בין אבסעסס'ד.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 25, 2013 12:05 am

· #90053
Coming to you live from the Drunk Dance on Bedford and 13th Ave.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:36 am

· #90083
berlbalaguleh
געפילטע פיש
האסט פארגעסן צוצולייגן אן הערה וועגן י.מ. סופר.

דו ביסט גערעכט. דו האסט כמעט רוח הקודש. ווייל כ'האב געהאט אזא מחשבה. נאר דאמאלס וועט א יעדער (נישט נאר דו ) זאגן אז כ'בין אבסעסס'ד.

ס'פעלט נישט אויס רוח הקודש צו וויסן את הנגלות לנו, און דאס אז דו האסט זיך איינגעהאלטן פון שרייבן מאכט דיר נישט אויס אבסעסד, ביסט נאר OD און נישט OCD, די קאמפאלשען האסטו נישט, דו ווייסט ווי אזוי צו ניצן קאנסטרעינט. (במחכ"ת)

משה געציל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:18 pm

· #90107
געפילטע פיש
איך שטעל זיך פאר אז די טיטשער האט געטייטשט די זעלבע ביי ושתי, אז להראת לעמים ושרים את יפיה כי טובת מראה היא מיינט אויך אז ושתי איז געווען גאר איידל. און פארדעם האט ער איר געהייסן ברענגען בכתר מלכות על ראשה, נאקעט פון קאפ ביז פוס, נאר מיטן כתר מלכות אויפן קאפ.

ער האט דאך איר געהארגעט טאקע צוליב איר שיינקייט! דער איידלער אחשורוש האט נישט געקענט פארנעמען אזא שיינקייט און פריצות, בפרט אז ער איז געוואויר געווארן אז זי פלעגט זיך דרייען אין הונדרעט און עלף לי עוועניא.
והא ראי' פון די אלע שרים איז ממוכן געווען דער וואס האט זיך אנגערופן אז מען זאל איר הארגענען, וואס עפעס ער?! ווער האט געפרעגט דעם קליינעם שוואנץ?!
נאר דער ממוכן איז דאך ידוע געווען דער וואס האט אפגעשפארט הונדרעט און עלף לי ווי דער פסוק זאגט; ״ויאמר ממוכן אל זרש אשתו, הנה נא ידעת כי בן מאה ואחד עשר שנה אנכי היום, לא אוכל עוד לצאת ולבא״: רש״י אויפן פלאץ פרעגט דאך שוין דארט; וכי בן מאה היה? והלא כשתחשוב כל שנותיו לא תמצא בהן כי אם שבעים שנה? אלא לומר לך שקינא קנאות קלארו וציממרמאנו ויכפר על בני טאליבאנו, ונחשב לו עיקר ימי חייו כנגד הפירצה שגדר, עכ״ל. די מפרשים דארטן אויפן פלאץ זענען שוין מסביר בטו״ד אז רש״י באציט זיך צו הונדרעט און עלף לי עוועניא.
לפי זה איז דייקא ממוכן געווען דער וואס האט זיך אנגערופן, ״קריינתא דאיגרתא איהו להווי פרוונקא״.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:15 pm

· #90178
געפילטע פיש
berlbalaguleh
געפילטע פיש
האסט פארגעסן צוצולייגן אן הערה וועגן י.מ. סופר.

דו ביסט גערעכט. דו האסט כמעט רוח הקודש. ווייל כ'האב געהאט אזא מחשבה. נאר דאמאלס וועט א יעדער (נישט נאר דו ) זאגן אז כ'בין אבסעסס'ד.

ס'פעלט נישט אויס רוח הקודש צו וויסן את הנגלות לנו, און דאס אז דו האסט זיך איינגעהאלטן פון שרייבן מאכט דיר נישט אויס אבסעסד, ביסט נאר OD און נישט OCD, די קאמפאלשען האסטו נישט, דו ווייסט ווי אזוי צו ניצן קאנסטרעינט. (במחכ"ת)

יישר כח פאאר די דיאגנאז. וואס צאל איך? א פרייליכן שושן פורים און א פרייליכן תמיד.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:56 pm

· #90190
דאס איז א דיאגנאז? דאס איז אן אנאליז, א דיאגנאז וועט נישט אריין פיטן אין איין תגובה...
(נעמט עס נישט ערענסט, ס'איז נאך שושנת פורים)

משה געציל » מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:44 pm

· #90219
שושנת פורים... גוט... גוט... דער טאג קוקט טאקע אויס ווי א שושנה בין החוחים, מענטשן דרייען זיך ארום אנגעבלאזן און פארכמארעט, לאנגיעריגע פריינט, געבן זיך א שאקל מיטן קאפ ווי צוויי אידן וואס קענען זיך נאר אזוי פארווע...

ידען » מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:33 pm

· #90228
קול קורא


היות אז די דורות זענען שוואכער געווארען אין די עניינים פון צניעות , האבן מיר מחליט געוועהן די פאלגענע גזירות:


(א) תענית אסתר וועט מען ריפען ״תענית אחשורוש״ , אסתר׳ס משפחה נאמען

(ב) מגילת אסתר וועט מען ריפען ״ מגילת אחשווירוש״, אסתר׳ס משפחה נאמען


(ג) דער עולם וועט קלאפען ווען דער בעל קורא ליינט די וערטער ״ נערות בתולות טובות מראה״ אין ווען מען ליינט ״והנערה יפת תאר וטובת מראה״ אין אוך ווען מען ליינט ״ ויאהב המלך את אסתר מכל הנשים ותשא חן וחסד לפניו מכל הבתולות״ אין אוך ״והמן נפל על המטה אשר אסתר עליה״ ......


דאת איז כדי די מענער זאלען נישט האבן שלעכטע מחשבות...
אין דעם זכות וועט מען האבען א ישועה בקרוב

חזקיהו המלך » מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:37 pm

· #90230
כ'ווינדער מיר וויפעל פראצענט מיידלעך נעמען עס טאקע ערענסט, נאך אלעם האמער נאך גענוג מיידלעך וואס ווייסען גאנץ גוט וויזוי זיך צי שיין מאכען,

ס'אבער א שאד פאר די וואוילע נשמות וואס קויפען עס אפ פאר גוט געלט, אין נאכדעם מאכט עס פראבלעמען נאך די חתונה, אין אפילו פאר די חתונה, נאך אלעם א מיידעל וואס איז גוט אהער געשטעלט נעמט בעסער אויס ביי שידוכים, מסתם אפילו ביי די יעניגע וואס "לערנען אויס" אביסעל צי עקסטרעמע צניעות,

דאס איז דאך יעדער מודה אז מען דארף לערנען צניעות מיט מיידלעך, אבער ס'דארף נישט זיין א סתירה מיט דעם אז א מיידעל ברויך צי זיין שיין, אין מען טאר עס נישט אוועקמאכען אלץ א ביליגע זאך וואס ערליכע מיידלעך טוען עס נישט,

צים סוף וואלט איך אויך געזאגט אז ס'האט אסאך ציטוהן מיט די שטוב, טאמער אין די שטוב איז די דאזיגע ענין מסודר וועט א עקסטרעמע מחנך מסתם נישט מאכען ציפיהל שאדען ,

איך אויך » מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:44 pm

· #90232
ר' ידען, גיי ארום פרעג וואס מיינט א 'סריס' ,אינטרעסאנט צו זעהן וויפיל וועלן וויסן.

ידען » מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:56 pm

· #90236
איך אויך
ר' ידען, גיי ארום פרעג וואס מיינט א 'סריס' ,אינטרעסאנט צו זעהן וויפיל וועלן וויסן.
😕
איך שעמעך אבער איך ווייס אויך נישט.

איך געדענק עפעס אז סע א זאך וואס נאר ווען מע האט געגעבען די תורה האט מען געמעגט עס לערנען אבער היינט איז מען סאך מער הייליגער.

למדן » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:56 am

· #90591
פשוט פשט ווייס איך נישט אבער די דרש איז דאך ידוע

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:44 pm

· #90637
מיינסט צו זאגן "סרסהו ודרשהו"?

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:20 pm

· #90659
א.מ.ג. דער עולם ווייסט טאקע נישט וואס א סריס איז?

זר זהב » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:33 pm

· #90665
כה אמר ה' לסריסים

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:38 pm

· #90669
ס'איז אזא טיטול אהן א מיטל...

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:48 pm

· #90675
אמר למהומן ביזתא חרבונא בגתא ואבגתא, זתר וכרכס, שבעת הסריסים, המשרתים את-פני המלך אחשוורוש. אל-יד הגא סריס המלך שומר הנשים. ובבוקר היא שבה אל-בית הנשים שני, אל-יד שעשגז סריס המלך, שומר הפילגשים.

קאם אן קיינער כאפט נישט וואס דא גייט פאר?

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:08 pm

· #90681
איך אויך
א.מ.ג. דער עולם ווייסט טאקע נישט וואס א סריס איז?

ווי קומט אלתר משה ג"ב אריין דא אין בילד?
יעצט ווייסעך שוין נישט 2 זאכן.....

(דזשאסט קידינג)

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:23 pm

· #90793
איך אויך
ר' ידען, גיי ארום פרעג וואס מיינט א 'סריס' ,אינטרעסאנט צו זעהן וויפיל וועלן וויסן.



דאס?
כהאב מורא וויקיפידיע ווייסט אויך נישט

יידל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:29 pm

· #90795
דאס <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Eunuch#Ancient_Middle_East">http://en.wikipedia.org/wiki/Eunuch#Ancient_Middle_East</a>

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:31 pm

· #90798
יידל
דאס <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Eunuch#Ancient_Middle_East">http://en.wikipedia.org/wiki/Eunuch#Ancient_Middle_East</a>

די היברעאישע האט פאר סאם ריסען אן איידילער בילד

יידל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:33 pm

· #90801
קוק שוין נישט אזויפיל אויף די בילדער! קוק אויף די טעקסט! א סריס איז געווען איינעם וועם דער קעניג האט מסרס געווען (פרעג נישט איבער) ווייל דער קעניג האט געוואלט אז דער סריס זאל קענען קעיר נעמען פון דעם קעניג'ס פרויען אן זיי מטמא זיין.

--
ממי האקט. בעלזער רעבעצין? ווי קומט זי אריין דא?

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:35 pm

· #90802
אוקעי עלעך מוזן אויסזאגן דעם סוד גדול והוא רחום יכפר.

א סריס הייסט א מאן מיט פארדרייטע אייער, משטיינס דער קעניג האט זיי פארדרייט די אייער זיי זאלן נישט האבן קיין תאוה אויף די בתולות אדער די פילגשים, אויך האט עס זיי געהאלפן בליין יונג און פריש. דער טערקישער סולטאן איז געגענגען א טריט ווייטער און אויסגעשטאכן די אויגן פון די מוזיק שפילער אין די הארעם.


היינטיגע צייטן אין געוויסע פלעצער צווינגט מען מאלעסטערס דורכצוגיין די טריטמענט מיט קעמיקעלס הייסט עס אויף העברעיש סירוס כימיקאלי.

יידל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:37 pm

· #90803
א סריס מיינט אויך אפגעהאקטע אבר. והוא רחום יכפר עון.

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:39 pm

· #90805
ד"א אין די אולד מעסטערס בילדער וואס מען קען זעהן אין די קונסט אשכול זעהט מען אסאך מאל לעבן דעם קעניג א יונג פרעש-פעיסד זכר, דאס איז געווענליך דער סריס.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:43 pm

· #90806
געפילטע פיש
דאס איז א דיאגנאז? דאס איז אן אנאליז, א דיאגנאז וועט נישט אריין פיטן אין איין תגובה...
(נעמט עס נישט ערענסט, ס'איז נאך שושנת פורים)

נעה.. איך נעם (כמעט) גארנישט ערנסט. דו קענסט אפילו אריין--- 'ען אין מיין פנים און איך 'על זאגן אז ס'רעגנט.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:46 pm

· #90809
איך אויך
ד"א אין די אולד מעסטערס בילדער וואס מען קען זעהן אין די קונסט אשכול זעהט מען אסאך מאל לעבן דעם קעניג א יונג פרעש-פעיסד זכר, דאס איז געווענליך דער סריס.

דאמאלס גיי איך נישט ארבעטן פאר'ן קעניג (בל"נ).

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:47 am

· #90855
berlbalaguleh
געפילטע פיש
דאס איז א דיאגנאז? דאס איז אן אנאליז, א דיאגנאז וועט נישט אריין פיטן אין איין תגובה...
(נעמט עס נישט ערענסט, ס'איז נאך שושנת פורים)

נעה.. איך נעם (כמעט) גארנישט ערנסט. דו קענסט אפילו אריין--- 'ען אין מיין פנים און איך 'על זאגן אז ס'רעגנט.

פשיהה! אזא אויסגעארבעט איד'ל.

ענדע צדיק » מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:55 am

· #90884
אויב איז ממוכן/המן געווען א סריס, וואס האט אחשורוש מורא געהאט ביי והמן נופל על המטה הגם לכבוש את המלכה?

טעפל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:39 am

· #90896
דו טראכסט טיעף, ס'מוז זיין אז ער האט נישט מורא געהאט פון כיבוש ממש..

איציק » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:51 am

· #91296
משה געציל
געפילטע פיש
איך שטעל זיך פאר אז די טיטשער האט געטייטשט די זעלבע ביי ושתי, אז להראת לעמים ושרים את יפיה כי טובת מראה היא מיינט אויך אז ושתי איז געווען גאר איידל. און פארדעם האט ער איר געהייסן ברענגען בכתר מלכות על ראשה, נאקעט פון קאפ ביז פוס, נאר מיטן כתר מלכות אויפן קאפ.

ער האט דאך איר געהארגעט טאקע צוליב איר שיינקייט! דער איידלער אחשורוש האט נישט געקענט פארנעמען אזא שיינקייט און פריצות, בפרט אז ער איז געוואויר געווארן אז זי פלעגט זיך דרייען אין הונדרעט און עלף לי עוועניא.
והא ראי' פון די אלע שרים איז ממוכן געווען דער וואס האט זיך אנגערופן אז מען זאל איר הארגענען, וואס עפעס ער?! ווער האט געפרעגט דעם קליינעם שוואנץ?!
נאר דער ממוכן איז דאך ידוע געווען דער וואס האט אפגעשפארט הונדרעט און עלף לי ווי דער פסוק זאגט; ״ויאמר ממוכן אל זרש אשתו, הנה נא ידעת כי בן מאה ואחד עשר שנה אנכי היום, לא אוכל עוד לצאת ולבא״: רש״י אויפן פלאץ פרעגט דאך שוין דארט; וכי בן מאה היה? והלא כשתחשוב כל שנותיו לא תמצא בהן כי אם שבעים שנה? אלא לומר לך שקינא קנאות קלארו וציממרמאנו ויכפר על בני טאליבאנו, ונחשב לו עיקר ימי חייו כנגד הפירצה שגדר, עכ״ל. די מפרשים דארטן אויפן פלאץ זענען שוין מסביר בטו״ד אז רש״י באציט זיך צו הונדרעט און עלף לי עוועניא.
לפי זה איז דייקא ממוכן געווען דער וואס האט זיך אנגערופן, ״קריינתא דאיגרתא איהו להווי פרוונקא״.

אזא שיינע פורים תורה האב איך שוין לאנג נישט געזעהן!
א שאד איך האב עס נישט געוואוסט איידער פורים, ווען יא וואלט איך געהאט א שיינע ווארט צו זאגן פאר מיינע גוטע פריינט - אידן תלמידי חכמים. זיי וואלטן זיך אוודאי שטארק מחי' געווען!
👍 👍 👍

איציק » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:57 am

· #91298
ערעב משה געציל, איך וואלט ארויפגעברענגט דעם נושא מיט'ן מנהל המוסדות. איך האב שוין געכאפט א שמועס מיט'ן מנהל פון מיינע קינדער (מסתמא נישט דער זעלבער איד) פאר ווייניגער קריטישע סיבות.
עס איז ביי מיר קלאר אז אויב מען לאזט דאס לויפן, וועט דאס ווייטער לויפן אויף קרומע רעלסן, ותוצאותיו מי ישורנו.
אמאל פלעג מען הערן וויצלען אז עס וועט נאך קומען דער טאג וואס היימישע אידן וועלן צענזורירן אונזערע הייליגע ספרים! איך האב שטארק מורא אז עס איז גאר קיין וויץ נישט.

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:07 am

· #91337
ווען די הויקער וואלט נישט געוען מיינטס, וואלט איך אויך געלאכט...

קעניגרייך » דינסטאג מערץ 5, 2013 6:28 pm

· #93392
קאווע טרינקער
אין אזא פאל מוז דערמאנט ווערן בשם דזיגאן: נישטא אזא שקר ווי שקר החן והבל היופי

עפרה לפומיה, צו מאכן ליצנות פון שלמה המלך חכם מאד מעל כל אדם אשר על פני האדמה.

טעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:16 am

· #93566
וואוו קעניגרייך איז געקומען דא מאכען סדר..

ודי למבין » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:33 am

· #93611
קעניגרייך
קאווע טרינקער
אין אזא פאל מוז דערמאנט ווערן בשם דזיגאן: נישטא אזא שקר ווי שקר החן והבל היופי

עפרה לפומיה, צו מאכן ליצנות פון שלמה המלך חכם מאד מעל כל אדם אשר על פני האדמה.

ווי אזוי פארענטפערט מען אבער דעם שווערן פסוק?

elter-zeide » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:42 pm

· #93705
ודי למבין
קעניגרייך
קאווע טרינקער
אין אזא פאל מוז דערמאנט ווערן בשם דזיגאן: נישטא אזא שקר ווי שקר החן והבל היופי

עפרה לפומיה, צו מאכן ליצנות פון שלמה המלך חכם מאד מעל כל אדם אשר על פני האדמה.

ווי אזוי פארענטפערט מען אבער דעם שווערן פסוק?


פשט אין פסוק איז אזוי, אויב מ'טראגט אהן צווי שידוכים א יראת ה' אבער אהן יופי, אין דע צווייטע איז א יופי אבער אהן יראת ה', פארשטייט זיך אז יראת ה' אין א סאך חשובער,אויב אבער ביידע זענען יראת ה' אין איינע איז יופי אין איינע נישט, איז דע יופי חשובער, אקיצור דע ערשטע זאך וואס מ'זיכט איז א יראת ה' נישט יופי, אין ביי דזיגאן איז נאר יופי, דאס מיינט אז אויב ביידע זענען יופי אבער איינע איז א יראת ה' אין איינע נישט, איז דע נישט יראת ה' פריר

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:57 pm

· #93717
טעפל
וואוו קעניגרייך איז געקומען דא מאכען סדר..

ער האט א ניצוץ פון שלמה דער קעניג.

קעניגרייך » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:06 pm

· #93814
elter-zeide
ודי למבין
קעניגרייך
קאווע טרינקער
אין אזא פאל מוז דערמאנט ווערן בשם דזיגאן: נישטא אזא שקר ווי שקר החן והבל היופי

עפרה לפומיה, צו מאכן ליצנות פון שלמה המלך חכם מאד מעל כל אדם אשר על פני האדמה.

ווי אזוי פארענטפערט מען אבער דעם שווערן פסוק?


פשט אין פסוק איז אזוי, אויב מ'טראגט אהן צווי שידוכים א יראת ה' אבער אהן יופי, אין דע צווייטע איז א יופי אבער אהן יראת ה', פארשטייט זיך אז יראת ה' אין א סאך חשובער,אויב אבער ביידע זענען יראת ה' אין איינע איז יופי אין איינע נישט, איז דע יופי חשובער, אקיצור דע ערשטע זאך וואס מ'זיכט איז א יראת ה' נישט יופי, אין ביי דזיגאן איז נאר יופי, דאס מיינט אז אויב ביידע זענען יופי אבער איינע איז א יראת ה' אין איינע נישט, איז דע נישט יראת ה' פריר

בקיצור דו האסט עס ארויס. דזישגאן איז געווען א טרייפענע שוויין דאס איז נומער איינס. און אלעס וואס חז"ל זאגן אונז איז אמת ויציב ונכון וקיים וישר.
שלמה המלך דארף מען נישט ערקלערן, ווייל ער איז געווען קלוגער פון אלע קאווע שרייבערס, און אלע מענטשן פון די וועלט. און שקר החן וכו' איז אמת ויציב,
און איינער וואס פארשטייט דאס נישט, איז א נעבעך אויף אים.

משה געציל » מאנטאג מערץ 17, 2014 12:09 am

· #190868
And... again history keeps repeating...
The same text with diffrent twists...

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 17, 2014 2:06 am

· #190874
איך אויך
אמר למהומן ביזתא חרבונא בגתא ואבגתא, זתר וכרכס, שבעת הסריסים, המשרתים את-פני המלך אחשוורוש. אל-יד הגא סריס המלך שומר הנשים. ובבוקר היא שבה אל-בית הנשים שני, אל-יד שעשגז סריס המלך, שומר הפילגשים.

קאם אן קיינער כאפט נישט וואס דא גייט פאר?

די אלע אויבנדערמאנטע פסוקים האבן די אויפגעקלערטע, די וואס זיצן אפ אויף קאווע שטיבל אריינגעשריבן אין זייערע מגילות. אינז ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל האבן טאקע נישט די אלע אומאויסגעהאלטענע נוסחאות. מהאי טעמא האבן טאקע די ערליכע אידן צווישן אינז, אשר קנאת -- צ--- בוער בליבם, הרב הצדיק ר' הערשל קלאר שליט"א וחבירו בדומה לא הגאון הקדוש ר' יואלי צימערמאן, שילע"ז אפגעהאלטן א גרויסע דעמאנסטראציע פארנט פון דעם רעפאר'ם טעמפל הידוע. 🙄 😕 😎 😉 😠 😛 😳 😢 😞 😮 😈 😈

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 17, 2014 2:14 am

· #190875
ענדע צדיק
אויב איז ממוכן/המן געווען א סריס, וואס האט אחשורוש מורא געהאט ביי והמן נופל על המטה הגם לכבוש את המלכה?

ר'האט מורא געהאט אז אפשר איז די סוירדזשערי נישט געלונגען.... 🙄 😕 😎 😂 😃 🙂 😉 😮