☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נאר א איד

נאר א איד

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3035

ציבעלע-קיגל » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:43 pm

· #89963
נאר א איד
טייערע אידן! רחמנים בני רחמנים! ונשמרתם מאד לנפשותיכם! ס'קומט שבת אויף די וועלט! אנגעהויבן מיט א זאפטיגע טועמי', צוויי שעה שפעטער זאגט מען עדות אויף שמים וארץ מיט א גלעזל וויין, ראפארגאשע חלות געפילטע פיש, סעמאן פיש,, מיט פארגליווערטע זאפט, חריין, טאמעטא דיפ, באבאגאנאש, חאמאס, א גלעזל ברוינפן לחיים צו געבן דערנאך קומט הייסע יוך לאקשן און קניידל אינעווייניג טשיק פיס מיט ליימע בינס אינדרויסן, א שטיקעלע פלייש קיגל פערפל מיט קאמפאט אין די זייט נאר יוצא צו זיין, א גלאז ביר די סעודה זאל זיין געענדיגט בכי טוב. שבת צופרי אפאר קאווע'ס פאר די הכנות צוויי קאווע'ס פארן דאווענען מ'זאל קענען דאווענען רוהיג. נאכן דאווענען ווארט שוין דער גרויסער קידוש ברוינפן פון אלע מינים, קיכלעך, זעקס ערליי הערינג, די גאלא וואקעלט זיך, אויווער נייט קיגל, א גיטן טשולענט אויסצומעקן דעם עמלק איינמאל פאר אלעמאל דערנאך שפאצירט מען אהיים, ראפארגאשע חלות געפילטע פיש, סעמאן פיש,, פארגליווערטע זאפט, חריין, טאמעטא דיפ, באבאגאנאש, חאמאס, א גלעזל ברוינפן לחיים צו געבן, אייער מיט צוויבל, געבראטענע און צומאלאנע לעיבער אין די זייט, יעצט קומט די געלונגענע טשולענט, פיר קוגלען פאר מחיית עמלק אויף די רעכטע זייט און אויף די אנדערע זייט זויערע איגערקעס, פיקל סאלאד לכבוד שבת קודש. שפעט נאכמיטאג וואשט מען זיך צו א הארטע טריקענע בילקעלע יוצא זיין די דריטע סעודה פון שבת, הבדלה וויעדער אויף א גלעזל וויין, יעצט קומט דער קלימאקס א סעודה פון א' ביז ת' לכבוד פורים מיט אלעם גיטן אינקלאדיט געפילטע פיש ווייט פיש סעמאן פיש קארפ פיש, געפילטע קרויט מיט העלזל און צינג. קענט איר זיך פארשטעלן וואספארא צונאמי ס'גייט פארקומען ביי אייך אין די געדערעם (דאס אלעס איז נאך פאר יום הפורים מיט צוויי סעודות כיד המלך) אוי געוואלד, מי כעמך ישראל, נאר א איד קען דאס באווייזן!!!

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:06 pm

· #90174
און וואס איז מיט די צוויבל קוגל?

למדן » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:37 am

· #90383
נאך אלעם מיינעך אז זר איז יא גרעכט אז צוויבל קוגל עסט נשיט קיין צוויבל קוגל

טעפל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:06 pm

· #90594
אוי איז דאס געוועהן שווער א פורים נאך א שבת, האלאפטשעס, וויין, וכו' נאכען טשולענט, אוי אוי אוי..