☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אדמו"ר מ'באבוב 48: נאר א באבובער מעג דאווענען פאר'ן עמוד

אדמו"ר מ'באבוב 48: נאר א באבובער מעג דאווענען פאר'ן עמוד

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3034

זר זהב » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:35 pm

· #89960
אדמו"ר מ'באבוב 48: נאר א באבובער מעג דאווענען פאר'ן עמוד
איך זעה גוט? איז יא דא עפעס צו די ריינע ראסע קלאנגען אדער איז עס טאקע דער נוסח.

און פארוואס האט ער מיר (זר) באזונדער גע'פסל'ט?

במהלך השולחן הטהור שערך אחיו של בעל ההילולא האדמו”ר מבאבוב בבית מדרשו ברחוב ה48 בבורו פארק, נשא דברים לזכרו ובמשנתו, לסיום יצא מפיו הוראה מפתיעה מפי האדמו”ר שמכאן ואילך הוא אוסר להגיש לפני העמוד אדם זר שאינו משתייך לחסידות באבוב.

בית המדרש באבוב ברחוב ה48 הוא בנין ענקי ומכיל עשרות חדרי תפילה – שטיבלעך, בהם מתפללים אלפי בני אדם מידי יום ממגוון הקהילות והעדות, ההוראה החדשה מפי האדמו”ר כאמור לעייל, שאין לשלוח שליח ציבור שאינו מתפלל בנוסח חסידי באבוב.

יצויין כי אמש (חמישי) עלה האדמו”ר לפקוד את ציון אחיו האדמו”ר זצ”ל באהל אדמו”רי בית באבוב

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/190961">http://www.jdn.co.il/news/190961</a>

קרעקער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:51 am

· #90088
היינו טעמא פארואס דער בעלזער האט געהייסען זיינע חסידים אנטוהן שווארצע זאקען אין דע וואכען

איך אויך » מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:50 pm

· #90234
?

קרעקער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:17 am

· #90331
זיך אייסעלעיטען פין כלל ישראל און בויען צווישען זיך
מיטן אנטוהן שוואצע זאקען האט דער בעלזע רבי זעכער געמאכט אז קיין שום בעלזער וועט נישט דאווענען שבת ערגעץ אנדערשט נאר אין בעלז

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:56 am

· #90369
שקר
אע"פ וואס די מעשה וואלט געשטימט אויב ס'איז אמת, שטעלט זיך אבער אויס אז רב"צ האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.
וואס יא? ער האט ארויסגעברענגט דעם ענין פון צו-צוגיין צום עמוד, אז מ'זאל צוגיין, נישט שטיין אין די זייט ווען די עמוד איז ליידיג.
און יא, אלע וועלן מודה זיין, אז די באבוב'ע האבן ליב צו-צוגיין צום עמוד. און ס'נישט קיין שלעכטע זאך.
כ'האב הנאה צו זעהן וויאזוי אינגע בחורים'לעך גייען צו צום עמוד, אין באבוב, אין דאווענען הויעך אויפן קול, אן קיין שום בושה ופחד, כל הכבוד.

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:34 am

· #90381
קאווע, טאקע אזו אדער דו שטעלסט דיך פאר אזוי?

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:56 am

· #90592
לעמיל
קאווע, טאקע אזו אדער דו שטעלסט דיך פאר אזוי?

א באבוב'ער חבר אזוי דערציילט.

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:12 pm

· #90596
זר קענסט צוריק אונהייבען דאווענען און באבוב זיי וועלען זיך דערקוויקען מיט דיין שיינע שטימע

איך אויך » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:22 pm

· #90689
קרעקער
זיך אייסעלעיטען פין כלל ישראל און בויען צווישען זיך
מיטן אנטוהן שוואצע זאקען האט דער בעלזע רבי זעכער געמאכט אז קיין שום בעלזער וועט נישט דאווענען שבת ערגעץ אנדערשט נאר אין בעלז

האלסט אז דער הייליגער בעלזער רב ז"ל האט געהאט דיינע קרעפ חשבונות?

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:48 pm

· #94331
שמעתי מפי זקני וחסידי בעלזא אז די שווארצע זאקן איז כמעט נישט געווען איינגעפירט בחייו פין די בעלזא רב ר" אהרן ז"ל בעיקר שפעטיר אין בכלל פארן קריג איז מען זיכער נאר געגנגען ווייסע אויך נאר מער די געליצינע נישט די אונגרישע . איי וועט איר פרעגן פארוואס געוויסע ביי די מחנובקיא גיין אויך מיט די שווארצע זאקן ? אויף דעם האב נישט קיין תריץ

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:02 pm

· #94342
עס איז דא א קאפי רייט דערויף? נאר בעלזא מעיג?

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:19 pm

· #94357
ניין אבער עס איז א נארישע לבוש אין עס באלאנקט פאר בעלזא פארוואס ווילן זיי בכלל גיין דער מיט ? ביי די ווע איך מיין אז איו מחנובקיה גייט נאר א מועט מיט עס

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:20 pm

· #94358
פשוט ווייל זיי האבן נאר א מיעוט מענטשן. 😉

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:22 pm

· #94362
עפען א אשכול וועגען בעלזא און מחנובקא און אונז וועלען זיך דארט ארום הארגענען לאמיר נישט פארדרייען אשכלות

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:32 pm

· #94372
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט מחנובקיה נאר איך בין געוועו טבת צייט אין לאנדאן בין איך איינגעשטאנן בשכינות פין זייער קהילה איך האב א שטיק צייט געמיינט אז עס אי די געהריגע בעלזא זיי האבן א שיין שטיקל מליכה דארט אלעס גרוסע בנינים מיט די נאמען בעלזא כאלוי לא היה א רוזיגע ת"ת עטליכע בתי מדרשים א סקול א ישיבה קטנה ביז איינער זאגט מיר דאס אז נישט בעלזא נאר מחנובקיה איך בין געווען זייער שאקיט

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:36 pm

· #94378
לעמיל ביסט געראכט איך מיין אבער עס איז נישט כדי צו עפנען א אשכול עס איז א אלטע אויסגעדראשנע מחלוקה אזוי פאפא ב.פ.

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:58 pm

· #94404
בעל הבית
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט מחנובקיה

נאר פון דיינע 33 הודעות דא איז שוין האלב אקעגען זיי..... נישטא ווער עס זאל לאכען

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:02 pm

· #94410
דארט איז טאקע די איינציגסטע בניינים וואס האט אמאל געהערט פאר בעלז נאך אין די צייטן פון הרה''ק מבעלז זצ"ל, עליש האט עס ארויסדערווישט בגניבה ואכמ"ל.

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:05 pm

· #94414
פשוט :גאנץ אינטערסאנט ווי דערמענט פריער איך בין געווען אין לאנדאן עיין מה אשכול הקודם ( רק אם אתה רוצה לעמיל סוויטי )

ר' שמחה » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:22 pm

· #94422
עליש איז גאר שולדיג ?
נישט דער נוי סוכה הגה"ח ר' ישראל אלימלך רומפלער (אבי ר' אהרן צבי מתהילות ישראל)

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:36 pm

· #94425
צוזאמען מיט זיין זין (אפשר אויך א נוי סוכה ) פין ב.פ.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:41 pm

· #94562
שלום עליכם ר' שמחה.
האסט דיך ספעציעל איינגעשריבן? ביסט א מחנובקער?

ר' שמחה » פרייטאג מערץ 8, 2013 3:26 am

· #94826
ר' איך אויך,

מיט מיין אנדערע ניק זענען מיר שוין איין געשריבן א מאנאט פאר אייך.
צו וועלכע צד איר געהערט ווייסן מיר אויך,
מיט בעלזא-מחנובקא-זוריק, האבן מיר א שייכות בערך ווי מיט גער.

---

ר' בעל הבית,

מען האט אייך שוין איין מאל געגעבען אן צו הערן פריערט, טאקע עטליכע תגובות צוריק, וועמן איר קענט - בעסער געזאגט, וועמען איר ווילט נישט קענען,
אפשר ווייסט איר אויף וועמען דער בעלזא רב ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט מיט דעם טיטל, אז דאס זענען מיינע נוי סוכה, נישט געפערליך אז איר ווייסט נישט,
עס איז סך הכל א מום עובר - געבורט פעלער, געבוירן פשוט עטליכע יאר שפעט, אז איר וועט זיך וועלן פאראינטערעסירן וועט איר געוואויר ווערן.

קרעקער » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:28 am

· #98101
דאס האט ער געמיינט
<a class="postlink" href="https://twitter.com/moshe2013/status/313640951644037120/photo/1">https://twitter.com/moshe2013/status/31 ... 20/photo/1</a>

בעל הבית » מאנטאג מערץ 18, 2013 3:36 pm

· #98204
מזל טוב האדמו"ר מבאבוב 48 האט א שדוך געטהון מיט זיין שוואגער הרה"ג רׂ בן ציון בלום דומ"ץ באבוב לונדון ענבי הגרעפיס בענבי הגרעפיס

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:08 pm

· #119670
איז דער תקנה שוין בטל געווארען, לעצטנס זע איך ווי אנדערע גייען אויך צו, ואני הק' בתוכם איינמאהל צוגעגאנגען ווען קיין צווייטע האט נישט געוואלט צוגיין אעפ"י וואס כ'בין נישט נמנה ביי יענע קהלה.