☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טאליבאן דעמאנסטראציע אין וויליאמסבורג

טאליבאן דעמאנסטראציע אין וויליאמסבורג

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3017

ידען » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 7:50 am

· #89468
טאליבאן דעמאנסטראציע אין וויליאמסבורג
סע שוין לאנג נישט געווען א דעמאנסטראציע אין וויליאמסבורג. און צימערמאן מיט די אנדערע משוגעים האבען געזיכט און געזיכט און אריין געקיקט אין אלע פרויען סטארס און אז מע זיכט טרעפט מען.

כאב באקומען א בילד אויף מיין בלעקבערי אז היינט תענית אסתר גייט מען שרייען פוי ביי לי קארנער קיעפ ווייל זיי האבען גרויסע אפענע פענסטערס צו די גאס אויף זייער א אומאיידעלע אומצניעותדיגע וועג.

און ווער סע פארכט זיך פארען צוקונפט פון וויליאמסבורג זאל קומען שרייען.

אויך די נאמבער פון די סטאר האבען זיי געשריבען.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:02 am

· #89481
טאליבאן אקטיוויטי פאר בחורים - פרויען דערנידירונג פראטעסט
די קינדער און בחורים האבן נישט קיין ישיבה און די לאקאלע וויליאמסבורג טאליבאן זענען דא זיי צו ניצן פאר זייער אגענדע. פלאקאטן ריפן א פראטעסט קעגן א פרויען קליידער געשעפט, צוליב איר גרויסע פענסטער וועלכע איז פארבאטן ביי די צניעות קאנסול פון קארבאלא.

היות ס'איז לעצטנס ברייט באריכטעט געווארן אז די שטאטישע פירער שאקלן זיך אפ פון די אומאטאריזירטע ראדיקאלע גרופעס, וועט זיין אונטערעסאנט צו זעהן אין וועלכע שולן די פלאקטן זענען ערלויבט, און צו איימיצער טוט דאס מינדעסטע דאס אפצושטעלן.

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:13 am

· #89484
וואס איז אינטערעסאנט איז אז א שטאט וואס עכ"פ אויסערליך איז דא א קאנטראל, וואשט זיך די האנט דא מיט א יחיד, כאילו זיי זענען הילפסלאז קעגן וואס ס'גייט פאר יאר נאך יאר אויף אירע גאסן. ס'איז א יוצא מן הכלל און א חידה סתימה.

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:19 am

· #89486
דער וועג דעס אפצושטעלען איז צו רופען די גאנצע פרעסע צי די פראטעסט זאלען עס אלע טי ווי און צייטינגען צושמירען אויפ זייער פראנט קאווער און נאכמער פארמיסען אינדזער קאמיונעטי
נידערמאן וועט אפשטעלען אזעלעכע פררטעסטען שנעלער ווי עטץ מיינטס

שיקט אימעילס און טעקסט מעסעדזשעס צו יניב און אלע רעפארטערס וועם עטץ קענטס זיי זאלען אהינקומען ווייל סגייט זיין עקשאן

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:27 am

· #89488
וואו א געוואלדיגע איידיע, און אפשר זאל שוין די מידיע ויסן אז עס איז הערשל קלאר און נישט גאנץ וויליאמסבורג וועט מען אפשיעסן צוויי פייגלעך, שטיל מאכן הערשל קלאר און אפראטעווען פון בושות מען דארף מודיע זיין די מידיע איבער דעם פערשוין

אברעמעל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:33 am

· #89489
יניב איז נאר א קארט ריפארטער, האלטס טאקע די ישועה גייט קומען פון אונז באשמוצן?

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:37 am

· #89491
יא די ישועה פאר דע קליידער סטאר און נאך יחידים וואס ליידען פין דע רשעים גייט קומען ""נאר"" אויף דעם וועג

יאסל וואלדמאן האט אויך אפגעשטעלט די טעראר אין קרית יואל נאר אדורך אריינברענגען די פרעס און אינדז באשמיצען

אויב דעס איז די איינציגסטע וועג אפצושטעלען בלוט פארגיסינג איז מען מחיוב עס צו טוהן

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:41 am

· #89493
אברעמעל
יניב איז נאר א קארט ריפארטער, האלטס טאקע די ישועה גייט קומען פון אונז באשמוצן?


וויאזוי זעהסטו די ישועה קומען, און ווי נאנט איז טאקע די ישועה?

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:53 am

· #89498
אויף דעם שטייט
זכה מלאכתו נעשית על ידי אחרים

ידען » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:36 am

· #89518
כאב געטוישט צו טאליבאן דעמאנסטראציע.

ישר כח יואליש

ידען » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:44 am

· #89519
יואליש
וואס איז אינטערעסאנט איז אז א שטאט וואס עכ"פ אויסערליך איז דא א קאנטראל, וואשט זיך די האנט דא מיט א יחיד, כאילו זיי זענען הילפסלאז קעגן וואס ס'גייט פאר יאר נאך יאר אויף אירע גאסן. ס'איז א יוצא מן הכלל און א חידה סתימה.

וואס הייסט אז סע יא דא קאנטראל?

ווואס מיינט קאנטראל?

וועלעכע שטאט איז יא דא אדער נישט דא קאנטראל?

וואס הייסט מע וואשט זיך די הענט מיט א יחיד?

אפשר ווילען זיי עס?

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:35 pm

· #89526
דאס איז וואס איך קלער. אז ס'איז עכ"פ לא איכפת ליה. און די גאנצע גערעדאכצער פון "דאס איז בלויז יחידים אויף די אייגענע האנט" איז בלויז לפנים. העט מען ווען עס נישט געוואלט, העט עס ווען נישט פארגעקומען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:40 pm

· #89529
אונז דארפן נאר טון די השתדלות, און מוחה זיין,
דאס איבריגע וועלן מיר לאזן פארן באשעפער צו ענדיגן די זאך.
ווי אזוי פירט ער אויס אויפן צעטל? ולה' הישועה....
ווי נעמט מען די בטחון?

(אגב, ווער זענען די בני הישיבות? ליטוואקעס?)
📎 Machuah.jpg

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:42 pm

· #89532
אבער ווי זעהט איר א וועד הצניעות??! איך זעה בני ישיבות! וויליאמסבורג די עיר הישיבות. יעה!

ידען » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:43 pm

· #89534
יואליש
דאס איז וואס איך קלער. אז ס'איז עכ"פ לא איכפת ליה. און די גאנצע גערעדאכצער פון "דאס איז בלויז יחידים אויף די אייגענע האנט" איז בלויז לפנים. העט מען ווען עס נישט געוואלט, העט עס ווען נישט פארגעקומען.

כאב נישט געזעהן די גאנצע גערעדעכצער וואס דו שרייבסט. ווי האסטו געזעהן? ווער האט געזאגט אז סע נאר יחידים וואס ארבעטען אליינס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:43 pm

· #89535
ווער האט שוין געלערנט עברי טייטש?
הירא את דבר ה' - ווער עס פארכט זיך פארן צוקונפט פון ווילי...

דאס דערמאנט מיר פון דעם טייטש פון א געוויסן ראש ישיבה:

אשה כי תזריע: א בחור וואס וועט פוילעצן,
וילדה זכר: און ער וועט נישט אויפשטיין פארטאגס,
זאל ער וויסן; וטמאה שבועיים: כוועל אים ארויסווארפן פון ישיבה!!!

(קרעדיט: תהלים איד אויף אייוועלט)

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:50 pm

· #89537
בכלל ווייס איך נישט פון ווי די בני ישיבות נעמען די חוצפה צו דערפילן דעם גרויסן לך כנוס-טאג מיט זייערע פרויען אנגעלעגנהייטן בעת עס ווארפן אלע גלידער פון שרעק פאר די שרעקליכע גיוס בני ישיבות כאפער! די וועד להצלת הגיוס האט באהאנגן ריזיגע ליילעכער מיט 100׳דערטער פארלאנגן און עשרה מי יודע בחינות....שמעקעדיג האסט דעם צעטל?

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:52 pm

· #89540
ידען
יואליש
דאס איז וואס איך קלער. אז ס'איז עכ"פ לא איכפת ליה. און די גאנצע גערעדאכצער פון "דאס איז בלויז יחידים אויף די אייגענע האנט" איז בלויז לפנים. העט מען ווען עס נישט געוואלט, העט עס ווען נישט פארגעקומען.

כאב נישט געזעהן די גאנצע גערעדעכצער וואס דו שרייבסט. ווי האסטו געזעהן? ווער האט געזאגט אז סע נאר יחידים וואס ארבעטען אליינס?

אזוי האט משה דוד נידערמאן געענטפערט פאר די טיימס. פליז בעט מיר נישט א לינק ווייל איך בין פויל.

אויס מענטש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:46 pm

· #89557
מענין לענין, משוגע האט געווינען איבעראל לאקאל אין איבער די גארע וועלט
לדגומא פארברענען דעם ציוניסטישען פאן, וואס איז געווען אפגעפרעגט בימי מרן מסאטמאר זי"ע ,אזש מען האט דאס עמטליך פארדאמט א טאג דערנאך אויף די ראדיא,
איז אבער אין מאנסי עמטליך געמאלדן געווארן אין די "קול הציבור" {כמו היום יום דבר יום ביומו אין וומ"ס}די שריפת הדגל אינמיטן שטאט
ווי אפאר ערוקים פון מאה שערים קומען שעפן אטענשאן אויף א גאנץ יאר.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:06 pm

· #89564
אברעמעל
יניב איז נאר א קארט ריפארטער, האלטס טאקע די ישועה גייט קומען פון אונז באשמוצן?

ניין. אבער ס'וועט לייגן פרעשור אויף די וואס קענען דאס און אנדערע שייגעץ שטיק באמת אפשטעלן. נאר זיי שטייען אין א זייט און מאכן זיך כאילו זיי ווייסן נישט פון די זאכן און האבן נישט קיין קאנטראל. הערשל קלאר איז נישט מער ווי א קליינער שמויגער וואס טאנצט ארום ווילאנג מען לאזט זיך טעראריזירן פון איהם און זיין באנדע. ס'איז א שאד אז אזא הערליכע געגנט ווי וויליאמסבורג זאל ווערן אזוי באשמוצט צוליב די דאזיגע ליידיגייערס.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:11 pm

· #89568
די מידיא האט דוכטזיך גארנישט אנטקעגן דעם אז בני ישיבות פראטעסטירן סיי אין גאס סיי דורך טעלעפאן! כל זמן עס איז פרידליך זאגן די געזעצן פון פרייהייט אז יענער מעג מאכן א געשעפט און בחורים׳לאך מעגן אויסדרוקן א וויי געשריי....

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:34 pm

· #89578
לעמאן דזשוס
די מידיא האט דוכטזיך גארנישט אנטקעגן דעם אז בני ישיבות פראטעסטירן סיי אין גאס סיי דורך טעלעפאן! כל זמן עס איז פרידליך זאגן די געזעצן פון פרייהייט אז יענער מעג מאכן א געשעפט און בחורים׳לאך מעגן אויסדרוקן א וויי געשריי....


זיכער איז קיינער נישט קעגן פרידליכע ספיטש. די נייעס פון די מידיא'ס פערספעקטיוו, און די בושה פון א מעינסטריעם איינוואוינער'ס פערספעקטיוו, איז וואספארא ראדיקאלע מהלך וומ"ס נעמט, און אז ס'איז לאו דוקא מרצונם הטוב פון די איינוואוינער. "פרידליכע" פרעשור שפילט א גרויסע ראלע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:54 pm

· #89615
אויס מענטש
מענין לענין, משוגע האט געווינען איבעראל לאקאל אין איבער די גארע וועלט
לדגומא פארברענען דעם ציוניסטישען פאן, וואס איז געווען אפגעפרעגט בימי מרן מסאטמאר זי"ע ,אזש מען האט דאס עמטליך פארדאמט א טאג דערנאך אויף די ראדיא,
איז אבער אין מאנסי עמטליך געמאלדן געווארן אין די "קול הציבור" {כמו היום יום דבר יום ביומו אין וומ"ס}די שריפת הדגל אינמיטן שטאט
ווי אפאר ערוקים פון מאה שערים קומען שעפן אטענשאן אויף א גאנץ יאר.
📎 Degel.jpg

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:31 pm

· #89625
און באלד אז איך גיי נישט צו די חינגא בין איך דער כופר!

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:49 pm

· #89635
פן עשיתם תמונת כל סמל.

ידען » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 6:12 pm

· #89691
ווער איז געווען?

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:14 pm

· #89719
איז נישט דארט אלע וויליאמסבורג פירצות?
פנים יפות ,גרילל אן ליע, עפעס א אויסגעלאסנע שטאקלד סטאר.
כטראכט האט עפעס ציטאן מיט די טיפלה דארט.

קרעקער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:28 am

· #89869
נעבעך וויזוי מיר קיקען אויס
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=0g9shEhrFhg">https://www.youtube.com/watch?v=0g9shEhrFhg</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Rvly-ehcmB8">https://www.youtube.com/watch?v=Rvly-ehcmB8</a>

בן תמליון » פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:41 am

· #89874
פארוואס זענט איר אלע אזוי סעלף העטינג? אז א פאר פינסטערע חולאים האבן באישון ליל געווארפן צעטליך פארוואס איז אפילו ווערט צו רעדן דערפון? דער איינציקער זאך וואס גיבט זיי לעגיטימאציע און חיות איז ווען עס ווערט א טומל פון זייער מיטל-נעכט אקציעס און זיי רייבן די בייכער אט איז עס געלונגען. גיבט קרעדיט פארן ציבור וואס קיינער איז נישט געקומען ניטאמאל צימערמאן איז געווארן רעקרוטירט און די בחורים האבן היינט נישט קיין געפיל מער צו קלאר'ס מיט זיינע שיק אינגלעך'ס קראמפן. דער פאקט איז קיינער דערשרעקט זיך מער נישט פון זיי איגנארירן וועט זיי שנעל אראפ פירן פון די מאפע.

יואליש » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:15 pm

· #89891
ווער ווייסט, אפשר די טומל פון די סעלף העיטערס דא האט געהאלפן מאנכע פארשטיין אז לא זו הדרך. געניג מאל, און דאכט זיך טאקע פאראיאר תענית אסתר, האבן די באישון-לילה'דיגע פינסטערע חולאים יא מצליח געווען צו רעקרוטירן בחורים און מאכן א טומל. שטיל מאכן די קריטיקער דא קען זיך אויסשטעלן צו זיין געפארפול.

נולד מאוחר » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:58 pm

· #89909

בן תמליון » מאנטאג פעברואר 25, 2013 10:51 am

· #90073
אן אינטערסאנטער ארטיקל אין פארווערטס "סאַטמאַר: דער הײַנטיקער מין ייִדישלאַנד" ברענגט אויף א טעאריע אז דער א"ג פראטעסט איז געווען א בלויזער פורים שפיל אדער גאר א מארקעטינג טריק דורך די בעל הבתים פונעם קראם. כאטש איך בין מסופק צו ער איז גערעכט קען מען עס נישט אויסשליסן. דער ארטיקל ברענגט אויף נאך אינטערסאנטע נאטן איבער די אנדערע סומאטאכעס ביי אונז, לחיבת הקודש וועל איך קאפיען דעם ארטיקל דא:


עם 21טן פֿעברואַר, פּונקט 12 אַזייגער בײַטאָג, האָט שמריה ראָזענבערג, וועלכער פֿירט דעם פּאָפּולערן בלאָג „FailedMessiah‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בילד פֿון אַ פֿלוג-בלעטל אויף ייִדיש, וואָס מע האָט דעם זעלבן טאָג אינדערפֿרי פֿאַרשפּרייט אין וויליאַמבורג — דער ייִדישער ראַיאָן פֿון ברוקלין, וווּ עס וווינען צענדליקער טויזנטער סאַטמאַרער חסידים. אויפֿן בלעטל שטייט געשריבן, אַז אין צוויי שעה אַרום, צוויי אַזייגער נאָכמיטאָג, פּונקט אינמיטן דעם תּענית-אסתּר, האָט מען אינעם קוואַרטאַל פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ „מאַסן-דעמאָנסטראַציע‟ קעגן אַ געוויסער קראָם, וואָס פֿאַרקויפֿט פֿרויען-קליידער אויף „זייער אומאיידעלן, אומצניותדיקן וועג, מיט גרויסע אָפֿענע פֿענצטער אויף דער גאַס‟.

ראָזענבערג איז באַקאַנט מיט זײַנע אַקטועלע פֿאָרש-רעפּאָרטאַזשן וועגן סעקסועלע באַלעסטיקונג-מעשׂיות, פֿינאַנציעלע פֿאַרברעכנס און אַנדערע פֿינצטערע סקאַנדאַלן אין דער פֿרומער וועלט. ער איז אָבער אויך באַקאַנט מיט אַ טיף-נעגאַטיווער באַציִונג צו די חרדים. צוליב דעם, ציט זײַן וועבזײַט צו אַ ספּעציפֿישן עולם, וועלכער לאָזט איבער עקסטרעם-אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן. הגם די מחברים פֿון אַזעלכע קאָמענטאַרן קלינגען ווי נאַציס, זענען זיי, געוויינטלעך, אַליין ייִדן.

נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם דערמאָנטן בלעטל, האָבן די באַזוכער פֿון ראָזענבערגס וועבזײַט מאָמענטאַל אָנגעהויבן קאָמענטירן. עטלעכע האָבן באַשולדיקט די חסידים אין פּעדאָפֿיליע און פֿאַרגוואַלדיקונגען; נאָך עמעצער האָט געשטעלט אַ „דיאַגנאָז‟, אַז די חסידים זענען „געטעניש-דעפֿעקטיווע‟ מענטשן און פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרשפּאַרן זיי אין מלוכיש-באַצאָלטע משוגעים-הײַזער; דער דריטער האָט געזאָגט, אַז ער שעמט זיך צו זײַן אַ ייִד, ווען ער זעט אַ חסיד אויף דער גאַס; דער פֿערטער האָט געגעבן גאָר אַ וווּלגאַרע עצה, ווי אַזוי אויסצוצאַפּן בײַ די חסידים דאָס בלוט, כּדי זיי זאָלן פּגרן.
אינמיטן דעם שטורעם פֿון אַזעלכע ווערטער, וואָס זייערע מחברים — נעבעך, אַליין ייִדן — קלינגען ווי גילגולים פֿונעם דריטן רײַך, האָט קיינער זיך נישט דערמאָנט, אַז די דאַטע פֿון דער פּלאַנירטער „מאַסן-דעמאָנסטראַציע‟ קומט אַרויס אַקוראַט פֿאַרן פּורים, און קיין רבֿנים אָדער עסקנים האָבן נישט אונטורגעשריבן דאָס אַנאָנימע בלעטל, און אַז דער סטיל פֿונעם בלעטן קלינגט ווי בדחנות.
קיין שום פּראָטעסט איז נישט געשען, און קיין שום „אומצניעותדיקע קראָם מיט גרויסע אָפֿענע פֿענצטער‟ איז אויף דעם אָנגעגעבענעם אַדרעס נישט פֿאַראַנען. דער חסידישער בעל-הבית פֿון אַן אַנדער קראָם אויף דעם זעלבן ווינקל האָט געזאָגט, אַז עפּעס אַ יחיד האָט, מסתּמא, נישט געהאַט וואָס צו טאָן, דערפֿאַר האָט ער אָפּגעדורקט די נאַרישע בלעטלעך. מיט אַ שמייכל, האָט דער קרעמער צוגעגעבן: „עמעצער פֿאַרקויפֿט דאָ קליידער פֿאַר מיידלעך — זיי מוזן דאָך האָבן וואָס אָנצוטאָן. ווען די מיידלעך וואָלט געגאַנגען, חס-וחלילה, אָן קליידער — אָט דעמאָלט וואָלט געווען אַ פּראָטעסט‟.
אַלע אויסגעפֿרעגטע חסידישע פֿאַרבײַגייער האָבן אויך געזאָגט, אַז דאָס בלעטל איז אַ פּורים-וויץ אָדער סתּם אַ שטות. אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם פּיצל-קליינעם קליידער-קרעמל פֿאַר מיידלעך — אַזוי קליין, אַז ס׳איז שווער בכלל צו באַמערקן, סײַדן מע ווייסט שוין דעם אַדרעס — האָט באַשטעטיקט, אַז ס׳איז סתּם אַ פּורים-וויץ.
בקיצור, האָט עמעצער אָפּגעדרוקט אַ פּאָר-דרײַ הונדערט זײַטלעך און צעוואָרפֿן זיי אויף אַ פּאָר גאַסן אַרום דער קראָם, כּדי משׂמח צו זײַן דעם עולם. אַדרבה, די דאָזיקע מעשׂה ווײַזט, אַז די סאַטמאַרער חסידים באַציִען זיך איראָניש צו זייער נטיה צו חומרות וועגן צניעות און „פּאַשקעווילן‟.
ווער האָט עס אָבער געטאָן? די פֿאָרשטייערין פֿונעם קרעמל האָבן נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם אינצידענט. אַ סבֿרא, אַז די בעלי-בתּים אַליין האָבן געמאַכט פֿאַר זיך אַ טשיקאַווע רעקלאַמע, כּדי צוצוציִען דעם עולם צו זייער געשעפֿטל. געוויינטלעך, קלעפּן די חסידישע אָרגאַניזאַציעס צו זייערע ידיעות וועגן עכטע פּראָטעסטן אויף די ווענט אַרום דעם גאַנצן קוואַרטאַל; אין דעם פֿאַל, זענען די בלעטלעך געלעגן דווקא אין דרויסן, פּונקט אַרום דעם קרעמל, מיט דעם אַדרעס און טעלעפֿאָן, כּדי יעדער פֿאַרבײַגייער זאָל זיי קאָנען אויפֿהייבן און זיך אַרײַנכאַפּן אינעם קרעמל.
צום באַדויערן, איז די סאַטמאַרער קהילה לעצטנס באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב נעגאַטיווע סיבות, אין שײַכות מיט געוויסע יחידים — דער עיקר, נאָכן סקאַנדאַל מיט נחמיה וועבערמאַן, וועלכער זיצט איצט אין תּפֿיסה פֿאַר סעקסועלע באַלעסטיקונגען. אַ סך סאַטמאַרער חסידים האָבן טאַקע פּראָטעסטירט קעגן זײַן אַרעסט און קעגן דעם אופֿן, ווי אַזוי דער געריכט-פּראָצעס איז דורכגעפֿירט געוואָרן. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די סאַטמאַרער קהילה פֿאַרטיידיקן וועבערמאַנען. אַ טייל יאָ, אַ טייל נישט. פּונקט פֿאַרקערט, וועבערמאַנס אַ קרובֿ, אַ באַקאַנטער רבֿ, האָט מיר געזאָגט אין אַ פּריוואַטן שמועס, אַז דער אַרעסטירטער האָט מיט זײַנע עקלדיקע מעשׂים כּשר פֿאַרדינט דערשאָסן צו ווערן. דער סאַטמאַרער עולם האָט אָבער נישט ליב — גאַנץ פֿאַרשטענדלעך — ווען די דרויסנדיקע כּוחות מישן זיך אַרײַן אין זייערע אינערלעכע ענינים. דער זעלבער חשד לגבי דער מלוכישער מאַכט איז פֿאַרשפּרייט אין אַ סך עטנישע קוואַרטאַלן — למשל, אַפֿראָ-אַמעריקאַנער און שפּאַניש-רעדנדיקע.
אַוודאי, לײַדט די סאַטמאַרער קהילה פֿון אַ ריי פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען און חסרונות. די געריכט-סיסטעם מישט זיך צומאָל אַרײַן אין די קהילה-ענינים, ווען די חסידים אַליין קאָנען נישט באַשיצן זייערע קינדער פֿון באַלעסטיקער און זייערע כּלל-טוער פֿון קאָרופּציע. אין אַנדערע פֿאַלן טוען זיי עס אָבער יאָ, און גאַנץ עפֿעקטיוו. מיט יאָרן צוריק, לעבנדיק נאָך אין רוסלאַנד, האָב איך זיך דערוווּסט וועגן אַ חסידישן פּעדאָפֿיל פֿון ניו-יאָרק, וועלכער איז אַנטלאָפֿן אַזש קיין אוקראַיִנע, ווײַל פֿון וויליאַמסבורג האָט מען אים מיט קלעפּ און דראָונגען פֿיזיש אַרויסגעוואָרפֿן.
אַן אַנדער פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס רעליגיע ווערט אָפּגעהיט צווישן די סאַטמאַרער חסידים — צומאָל, זיכער נישט תּמיד און נישט צו אָפֿט — דורך צוואַנג-מיטלען, און נישט דורך פּאָזיטיווע פֿרײַוויליקע ווערטן, ווי, למשל, אין אַ סך ליובאַוויטשער קהילות פֿון בעל-תּשובֿות.
פֿונדעסטוועגן, האָט זיך דעם סאַטמאַרער רבין, יואל טייטלבוים זצ״ל, אײַנגעגעבן פֿאַקטיש צו רעאַליזירן, אויף אַ שטאַרק-פֿרומען שטייגער, דעם בונדיסטישן אָדער טעריטאָריאַליסטישן געדאַנק פֿון אַ ייִדישן זעלבסט-גערירטן לעבן, און פֿאַרשפּרייטן דעם דאָזיקן געדאַנק צווישן צענדליקער קלענערע חסידישע גרופּעס. הײַנט באַטרעפֿט די סאַטמאַרער קהילה — די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט — בערך 130,000 נפֿשות און האַלט אין איין וואַקסן.
די קהילה-אינפֿראַסטרוקטור דערמעגלעכט צו דערציִען די קינדער, לעבן און אַרבעטן אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה. צוזאַמען מיט אַנדערע מער-ווייניקער אַליִיִרטע גרופּעס, וואָס שטאַמען על-פּי-רובֿ פֿון גאַליציאַנער און אונגערישע שטעטלעך, שטעלט מיט זיך סאַטמאַר פֿאָר אַ גאַנץ „ייִדישלאַנד‟, מיט אַ גענוג-גרויסער באַפֿעלקערונג, וועלכע קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט אַזאַ לאַנד, ווי איסלאַנד אָדער אַפֿילו לוקסעמבורג.
ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז צווישן די סאַטמאַרער חסידים איז ווײַט נישט אַלץ אַזוי אײַ־אײַ־אײַ. ענלעכע פּראָבלעמען טרעפֿן זיך אין אַ סך סעפּאַראַטיסטישע און פּאָסט-קאָלאָניאַלע באַוועגונגען אַרום דער וועלט, בפֿרט ווען זיי פּראַקטיקירן אַ לעבנס-שטייגער, וואָס שיידט זיך ראַדיקאַל אונטער פֿון דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג. עס זענען באַקאַנט אויך נישט ווייניק פֿאַלן, ווען סעפּאַראַטיסטיזם ברענגט צום פּאַטריאַרכאַלן גוואַלד און אומיושר. און פֿאָרט, איידער מע הייבט אָן באַגיסן סאַטמאַר מיט שוועבל און פּעך, זאָל מען זיך דערמאָנען, אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ נײַעם מין ייִדישלאַנד, אַ גרויסן אינדזל פֿון אַ לעבעדיקער אַשכּנזישער עטנישער קולטור, וואָס אַנטוויקלט זיך איצט — נישט געקוקט אויף די פֿאַרשיידענע חסרונות — מיט אַ פֿאָנאָמענאַלער שנעלקייט.


Read more: <a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/168076/satmar-yiddishland/#ixzz2LvVL0U9K">http://yiddish.forward.com/articles/168 ... z2LvVL0U9K</a>