☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » יידל ווערדיגער נייע סידי; ׳א ווירדיגע איד׳

יידל ווערדיגער נייע סידי; ׳א ווירדיגע איד׳

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3004

אוי טאטי » מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:01 am

· #89052
יידל ווערדיגער נייע סידי; ׳א ווירדיגע איד׳
היינט האט דער בארימטער זינגער יידל ב׳ר מרדכי (MBD) ווערדיגער ארויסגעגעבן נאך א סידי מיטן נאמען, ׳א ווערדיגע איד׳, די נאמען נעמט זיך פון די ווערטער 'A Worthy Jew' איבערגעטייטשט אויף אידיש באזירט אויף זיין נאמען.

ווי מבינים גיבן איבער, איז די סידי א היט פון א סידי, פונקט ווי יידל׳ס פאריגע סחורה, האט ער דאס מאל אויך נישט אנטוישט.
די סידי איז פרודוצירט געווארן דורך איהם אליין, (וואס אגב, פרודוצירט ער אויך זיין טאטע׳ס סידי׳ס.) און באשטייט פון צוועלף נייע ניגונים, קאמפאזירט דורן די וועלט בארימטע קאמפאזירער ווי זיין טאטע מרדכי בן דוד, אהרן ראזעל, יצחק פוקס, מונה רוזנבלום, אלי לאופער, פינקי וועבער, ר׳ שלמה, ובנו אליעזר קאליש, ברוך שלום בלעפאסקי, און נאך.

די אראנדזשירער זענען מונה, דודי קאליש, בעני הערשקאוויטש, רולי אזרחי, און נאך.

פאר א פריוויוא קליקט דא
📎 ff0e97ae6a892670fbaa91bb5cb9e731.jpg

טעפל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:31 am

· #89053
אוי טאטי
היינט האט דער בארימטער זינגער יידל ב׳ר מרדכי (MBD) ווערדיגער ארויסגעגעבן נאך א סידי מיטן נאמען, ׳א ווערדיגע איד׳, די נאמען נעמט זיך פון די ווערטער 'A Worthy Jew' איבערגעטייטשט אויף אידיש באזירט אויף זיין נאמען.

ווי מבינים גיבן איבער, איז די סידי א היט פון א סידי, פונקט ווי יידל׳ס פאריגע סחורה, האט ער דאס מאל אויך נישט אנטוישט.
די סידי איז פרודוצירט געווארן דורך איהם אליין, (וואס אגב, פרודוצירט ער אויך זיין טאטע׳ס סידי׳ס.) און באשטייט פון צוועלף נייע ניגונים, קאמפאזירט דורן די וועלט בארימטע קאמפאזירער ווי זיין טאטע מרדכי בן דוד, אהרן ראזעל, יצחק פוקס, מונה רוזנבלום, אלי לאופער, פינקי וועבער, ר׳ שלמה אליעזר קאליש, ברוך שלום בלעפאסקי, און נאך.

די אראנדזשירער זענען מונה, דודי קאליש, בעני הערשקאוויטש, רולי אזרחי, און נאך.

פאר א פריוויוא קליקט דא

ססאונד ווי אומווערידגע איד..
צ"ל ר׳ שלמה ובנו ר' אליעזר קאליש..

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 5:09 am

· #89060
ריכטיג. א 'ווירדיגע' איד וואלט לכאור' גלייכער געווען.

sunbar » מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:16 am

· #89077
די בילד איז נישט א אמת'ע בילד. דאכט זיך מיר ער האט איין גאלדענע צאן.

אוי טאטי » מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:10 am

· #89102
שוין פאראכטן.

לאליפאפ » מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:18 pm

· #90197
איך זעה נאכנישט ווי פונקטליך שטייט אז דער סידי הייסט א ווירדיגע איד? אויפן קאווער שטייט ״ווערדיגער יידל״ און איינ פון די ניגונים הייסט א ווערדיגער איד, און שוין