☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » המקובל ר' שלום שבזי זי"ע א כת שץ'ניק?

המקובל ר' שלום שבזי זי"ע א כת שץ'ניק?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3002

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:58 pm

· #88969
המקובל ר' שלום שבזי זי"ע א כת שץ'ניק?
לעצטנס האט מען פון פריש איבערגעדריקט דעם ספר חמדת ימים עה"ת פון דער תימנער גאון וקדוש ר' שלום שבזי זצ"ל. עס זענען געווען גרויסע וואס האבן געהאלטן אויף אים אז ער האט באלאנגט צו כת שץ (אזוי האב איך געהערט פון עטליכע א.ג. יודעים)

דער ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין יאר תצא - תצב אין שטאט איזמיר דורך ר' ישראל יעקב אלגאזי פון איזמיר, וועלכער שרייבט אז ער האט געפונען דעם ספר אין צפת, אינעם הקדמה לויבט ער גאר שטארק אויס דעם מחבר און ערקלערט וויאזוי פונקטליך די ספר איז אנגעקומען צו אים.
דער ספר איז געפלאכטן מיט דברי מוסר והתעררות ע"פ דרך הקבלה און ווערט פאררעכנט ווי א שטארקע מקור פאר מנהגים און מסורות. אויך האט עס שטארק מחדש געווען דער מנהג פון חמשה עשר בשבט אין די דורות האחרונים נאכוואס עס איז פארגעסן געווארן מזמן הגאונים. און דאס זעלבע איז עס א מקור פאר די אנגענומענע תקון ליל שביעי של פסח ביי די ספרדישע קהילות .

וויבאלד דער ספר איז ערשינען בעילום שם (אנאנים) האבן געוויסע געהאלטן אז דאס איז טאקע מחובר געווארן דורך א גרויסע ת"ח און בעל מקבל, אבער געוויסע האבן געטענה'ט אז דאס האט נתן עזתי א תלמיד און נביא פון שבת צבי ימ"ש מחבר געווען.
פרישע אנטדעקונגען האבן געוויזן אז ס'רעדט זיך פון א ליקוט צוזאמגעקליבן פון אלטע ספרים און כתבי ידות. מאנכע האבן דערמיט אויפגעוויזן אז דער מחבר איז געווען ר' ישראל יעקב אלגזי אליינס וועלכער האט דעם ספר געשריבן מיטן פענע נאמען נתן - חמדת ימים איז גמיט' נתן אלגאזי. באווייז דערצו איז געווען די לשון און אויסדרוק מיט וואס דער מחבר האט זיך באנוצט צו טוישן די ארגינעלע לשון פונעם ערשטן מקור. ווי אויך האט מען אינעם ערשטן דרוק פון די ספר געפינען ווי כאילו א הודאה אין די הערות פון אלגאזי אליינס, וואס האט געזאלט באדייטן אז ער איז זיך מודה אין האבן פארפאסט דעם ספר. אין שפעטערדיגע דרוקן האט זיך אנגעזען א פראוו צו פארווישן און פארמעקן זיין הודאה.

דער ערשטער צו זאגן אז דער ספר געהערט צו די שבתאים איז געווען ר' יעקב עמדין, וועלכער האט אידענטיפעצירט דעם ספר צו נתן העזתי און געזאגט אז נאכן אריינקוקן דערין א קורצע צייט איז ער דערציטערט געווארן פון די איינגעפלאכטענע כפירה ומינות וואס שטארצן ארויס ברמזים אהן א שיעור.
אויך ר' יהודה פתיה פון די מקובלי ורבני בבל האט געהאלטן אז דאס איז מעשי ידיו פון נתן העזתי, און הרב מרדכי אליהו שרייבט אז אינעם טאג וואס ער האט געזען אין מנחת יהודה (פונעם פריער דערמאנטן ר' יהודה פתיה) דערוועגן, האלט ער מער נישט דעם ספר אינדערהיים טראץ וואס עס איז זעהר א שיין ספר. אויך שרייבט ער אז דער בן איש חי האט ספעציעל מחבר געווען דעם ספר לשון חכמים כדי צו פארמיידן מענטשן פון זיך באנוצן מיט חמדת ימים. אנדערע טענה'ן פארקערט, אז פון דעם וואס דער בן איש חי אליין ציטירט אים און ברענגט אים אראפ בספרו איז א ראיה אז ער האט יא געהאלטן דאס עס איז אן ערליך ספר.

דער ספר איז בעיקר פארשפרייט און מאסגעבנד ביי די ספרדישע קהילות. אבער אסאך מנהגים וועלכע ווערן דארט געברענגט האבן זיך אויסגעשפרייט בכל תפוצות ישראל. (דער חתם סופר און קדושת לוי ברענגען אים אויך אראפ) צווישן די חסידישע קהילות איז אויך שטענדיג געווען מיינונגס פארשידנהייטן מהם-פאר, מהם-קעגן. ר' חיים וואלאזשינער א תלמיד פון ווילנער גאון האט זיך אויסגעדרוקט איבערן ספר: אפ' מ'זאל יא אננעמען אז דאס איז ווערק פון נתן העזתי איז עס געווען איידער ער האט זיך געקערט צו שבתאות ווייל דער ספר לכשעצמו פארמאגט נישט קיין פסול.

ווייטער הערשט א פלוגתא צווישן די חוקרים אברהם יערי און גרשום שלום ווען דער לעצטע האט אנגענומען ר' יעקב עמדינ'ס שטעלונג איבערן ספר און דער ערשטער האט עס מייחס געווען צו בנימין הלוי מצרפת.
ישעיהו תשבי טענה'ט אז דער ספר איז נתחבר געווארן דורך א גרופע תלמידי חכמים אין איזמיר וועלכע זענען באיינפלוסט געווען פון שבתאות, דאקעגן מאיר בניהו טענה'ט אז לויט אלע סימנים איז עס אן קיין צוווייפל די ארבעט פון ישראל יעקב אלגאזי אליין.
לעצטנס איז אויפגעוויזן געווארן קליפ און קלאר מיט שניידנדע ראיות אז דער ספר איז טאקע געקליבן געווארן דורך אלגאזי וועלכער איז ארויסגעהאלפן געווארן מיט א שטאב פון ת"ח, און אזוי האלטן רוב חוקרים, ספעציעל די פרומע וועלכע ווילן נישט אננעמען אז דאס איז א שבתאי ארבעט. לויט די סקעפטיקער אבער וועט בלייבן שווער הלמאי אזויפיהל פון די שפעטערדיגע גרויסע באוואוסטע לייט האבן אנגענומען דעם ספר, טראצדעם וואס די פיוטים געדרוקט אינעם ספר הייבן זיך קלאר אן מיט די חתימת ראשי התיבות "נתן העזתי"

נאך דעם גאנצן אריינפיר, בלייבט מיר אבער נאכאלץ שווער פון וואו עס נעמט זיך דער דעה אז ר' שלום שבזי דער היינטיגער אנגענומענער בעל מחבר דערפון זאל האבן געהערט צו די שבתאים?!... אדער איז עס גאר א מיאוסע עם הארצות? (א סוירטש אין וויקי האט גארנישט רעזולטירט)

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:36 am

· #88993
אבער ווען איך האב עס געזאגט פאר א תימנער האט ער מיר געוואלט ממית'ן.
און נישט דן געווען (מיך) די אשכנזים לכף זכות, אז זיי האלטן נישט אזוי חשוב זייערע "רבי'ס" ווי די תימנע - זייערע מארי'ס.

היימישער ליטוואק » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:11 am

· #89022
"חמדת ימים עה"ת"???

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:15 am

· #89027
עס איז אויסגעשטעלט לויט די פרשיות התורה.
יעצט זע איך אין בחדרי אז די צעמישעניש איז פשוט ווער עס איז געווען דער אמת'ער בעל מחבר פונעם ספר ר' שלום אדער די אנדערע.
ווייטער זע איך אין דעם פאלגנדן לינק אז דער אמת'ער נאמען פונעם ספר איז געווען חמדת ימים ווי אינעם ערשטן דרוק, אבער געווען אזעלכע רבנים וואס האבן זיך טועה געווען און עס אנגעהויבן רופן חמדת הימים ווי דער טעות וואס א שפעטערדיגער זאלטקאווער דרוק האט געמאכט. אט איז א לינק מיט די גאנצע פרשה.
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/Articles/Article.aspx/6928">http://www.inn.co.il/Articles/Article.aspx/6928</a>

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:27 am

· #89058
אין איינע פון די שטעט וואו דער חיד"א איז אנגעקומען האט איהם עפעס א שיינע איד נישט פארגינען, האט ער מוציא שם געווען אז דער חיד"א לערנט אגאנצן טאג חמדת הימים.

דער חיד"א האט געלייקנט, און מוסיף געווען: גראדע האביך ליב דעם חמדת הימים, יענער האט אבער ליב דעם חמדת הלילות...

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 7:08 pm

· #89318
[ציטאט אראפגענומען]

כ'מיין אז איך האב עס געזעהן אין א מבוא פון איינע פון זיינע ספרים, איך געדענק נישט בשם וועם, כ'וועל פראבירן עס אויפצוזוכן בל"נ.

[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז נישט קיין סתירה צו מיין מעשה, איא?

פאר הדור » דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:21 pm

· #126722
ב"ה

אין כל סיכוי ואפשרות שמרן הגאון ר"ש שבזי זצוק"ל זיע"א היה בכת שב"צ שר"י, כי אז הוא היה יכול להיות גדול כפי שהיה ומפורסם לדורות!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:41 pm

· #126729
ב"ה

מן הסתם מיינסטו צו זאגן:

פאר הדור
ב"ה

אין כל סיכוי ואפשרות שמרן הגאון ר"ש שבזי זצוק"ל זיע"א היה בכת שב"צ שר"י, כי אז הוא לא היה יכול להיות גדול כפי שהיה ומפורסם לדורות!

דעת תורה » פרייטאג יוני 21, 2013 2:11 am

· #126995
אבל יש סיכוי ואפשרות שהכנסת הגדולה היה בתחילה שבתאי?

דער געדאנק איז גראדע אמת וואס דו זאגסט, איינער וואס טויג נישט, אפילו בימיו איז געווען חילוקי דעות, אבער עטליעסט לדורות וועט ער נישט זיין מפורסם, א שטייגער למשל ווי רב קוק וכדומה.

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 21, 2013 8:16 am

· #127009
אין היכל הבעשט איז עס דורכגעטוהן ביתר שאת,

אינטרעסאנט אז ר' יהודה פתייה וואס האט עוסק געוועהן אסאך אין תיקוני נשמות פארציילט אין דער ספר נשמות מספרות, אז נתן העזתי אליו האט אים מודה געוועהן אז ער האט מחבר געוועהן דער ספר.

פאר הדור » זונטאג יוני 23, 2013 12:51 pm

· #127275
דעת תורה
אבל יש סיכוי ואפשרות שהכנסת הגדולה היה בתחילה שבתאי?

דער געדאנק איז גראדע אמת וואס דו זאגסט, איינער וואס טויג נישט, אפילו בימיו איז געווען חילוקי דעות, אבער עטליעסט לדורות וועט ער נישט זיין מפורסם, א שטייגער למשל ווי רב קוק וכדומה.

את הרב קוק העריצו אישית וראו בו כגדול שבגדולים (הגרש"ז אף אמר עליו שהיה גדול לא רק בדורו אלא בדורות) גם רובם ככולם של גדולי היהדות החרדית שהתנגדו לדעותיו.
לגבי "הכנסת הגדולה" זו הייתה טעות שנמשכה תשעה חודשים, שאמנם לא ברור איך הגיע לטעות זו לאחר התפרצותו הביריונית של שב"צ בראש מאות ממאמיניו לבית הכנסת הפורטוגזי בעיר, בו התפללו רח"ב ור' אהרן לפפה שעמדו בראש המתנגדים לשב"צ באזמיר וחולל בו שערורייה ארוכה, שבמהלכה התעמת עם רבי חיים בנבנישתי קשות וגידף אותו קבל עם ועדה. ודווקא לאחר השבת נעשה רח"ב לתומכו של שב"צ עד התאסלמותו לאחר תשעה חודשים, אך ר' חיים ההודה בטעותו והיה מראשי הלוחמים במאמיניו.
לגבי ר"ש שבזי שחי בתימן, רחוק מהופעתו של שב"צ, הוא בכלל לא הכיר את האיש ואת שיחו, אלא רק משמועה והוא בתמימותו האמין שזו שמועה אמתית על בואו של המשיח וטעה.
גם "הכנסת הגדולה" (שעליו כאמור התמיהה גדולה יותר איך הגיע לטעות זו) לא האמינו בדרכו ההלכתית של שב"צ ובכפירתו, רק שהם לא ידעו שזו דרכו עד התאסלמותו. לכן א"א להגדיר אותם כשבתאים גם לגבי התקופה שתמכו בו.
ראה כאן מאמר לגבי שירים של שב"צ מתקופה זו: <a class="postlink" href="http://jic.tau.ac.il/moreshet/_repositoryTL15/1100434.pdf">http://jic.tau.ac.il/moreshet/_reposito ... 100434.pdf</a>.

ראשון לציון » זונטאג יולי 7, 2013 7:31 pm

· #131232
טאמבל סאס

נאך דעם גאנצן אריינפיר, בלייבט מיר אבער נאכאלץ שווער פון וואו עס נעמט זיך דער דעה אז ר' שלום שבזי דער היינטיגער אנגענומענער בעל מחבר דערפון זאל האבן געהערט צו די שבתאים?!... אדער איז עס גאר א מיאוסע עם הארצות? (א סוירטש אין וויקי האט גארנישט רעזולטירט)

אנטשולדיגט מיר אבער די מיאוסע עם הארצות איז פון די חברי הפורום דא וואס ווייסן נישט אז ס'רעדט זיך דא פון א פיינעם טשולענט פון חיטים און שעורים, דהיינו ספר חמדת ימים וואס איז געדרוקט אין טערקיי שנת תצ"א דורך הגה"ק רי"י אלגאזי האט קיין שייכות נישט מיט מדרש חמדת ימים פון ר"ש שבזי וואס איז געדרוקט געווארן די ערשטער מאל אינעם יאר תרמ"ג. ווער ס'קוקט אן די צוויי ספרים זעהט באלד אז דא רעדט זיך פון צוויי אנדערע ווערק. איינס די חמדת ימים פון רי"י אלגאזי איז מוסר אין קבלהדיג און איז אויסגעשטעלט אויף מועדי השנה ווידער דער צווייטער מדרש חמדת ימים פון ר"ש שבזי איז א סארט מדרשדיגע פירושים אויפ'ן חומש ווי ס'איז דא אסאך שטיקלעך פון אנדערע תימנער מדרשים און אסאך וואס ווערט נאר דא געברענגט. אזוי אז איינער קען נאר עיברי מוז ער קענען פארנאנדערשיידען די 2 ספרים אין א אויגן בליק.
מיין לימוד זכות איז אז ס'האט קיינער נישט געזען ביידע ספרים פארן שרייבן דא, אבער הא גופא קשיא?

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 8, 2013 12:39 pm

· #131438
עס איז נישט מיאוסער עמעראצעס, נאר א מיאוסע טעות. און אז די קוקסט גוט האט איינער שוין געזאגט אז עס איז נישט על התורה, און טאמבעל האט זיך געהאלטען ביי זיינס, בלית ברירה האט מען ווייטער געשריבען אלעס כאילו מען רעדט פין דער באקאנטער ספר.

איטשע » מיטוואך יולי 10, 2013 5:12 am

· #132082
דוכט זיך, אז דער חמדת הימים, האט א פיוט מיט די ר"ת פון נתן העזתי'ס נאמען.

פאר הדור » מיטוואך יולי 10, 2013 12:45 pm

· #132138
איטשע
דוכט זיך, אז דער חמדת הימים, האט א פיוט מיט די ר"ת פון נתן העזתי'ס נאמען.

מרן הגרמ"מ ה[יי]לפרין זצוק"ל (בעל "הגהות וביאורים" על כרכי "עץ חיים" וממיסדי ישיבת המקובלים האשכנזים "שער השמיים" בירושלים) רק ב"חמדת הימים" ספר קדוש ולא של נתן העזתי ימ"ש ופרסם בתרנ"ו את הספר "כבוד חכמים" בו חלק על טענתו של הרב יעקב עמדין בספרו "קנאות" שהספר "חמדת ימים" חובר בידי נתן העזתי ימ"ש, תלמידו של שבתאי צבי ימ"ש וטען שהספר תואם את קבלת האר"י ועל כן מקורו במקובל אמיתי.