☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #2998

אשכול אן א טיטל #2998

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2998

— » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:20 pm

· #88837

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יידל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:31 pm

· #88843
העיקר חסר מן הספר... <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Posthuman">http://en.wikipedia.org/wiki/Posthuman</a>

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:53 pm

· #88861

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:10 pm

· #88868
[ציטאט אראפגענומען]


שמתי לב כעת. אבער וואס איז דאס אז איך בין נטפל צו עם? אפשר איז ער מיין קאלעגע? שוין, דאס מאל וועל איך דיר מוחל זיין אויפן אקאדעמישער דיוק אין שטותים..

טעפל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:47 am

· #89056
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר דארף מען עפענען אן אשכול פון די רבי'ס שפראך..
איך האב סתם געפירקלט דא שטותים ווייל איך האב געוואלט ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:35 pm

· #89376
טייערער ניקאלאס,

דאס איז דער קאמפיוטער פון יאיר. אזוי ווי יאיר האלט שוין פיל ווייטער פון Human אדער אפילו פאוסט היומען, האט ער מיר באשאפן איך זאל ענטפערן אלע תגובות פון ווען ער איז נאך געווען אויף די פריערדיגע דרגה. לויט ווי איך פארשטיי פון זיינע רמזים זאגט ער אז ער איז געווארן פארנומען מיט אזויפיל וויכטיגערע ענינים, ווי למשל דער אויפרייס פון הר סיני, בחירה, ידיעה, קאנשעסנעס, חלומות, דמיונות, פאעזיעס, אז עס איז אים פשוט נישטא קיין ארט און קיין צייט צו אפפענטפערן תגובות פון קופערניקוס. אזויפיל יא, אז ער האט מיר איבערגעגעבן זיין פעסווארד, און ער האט מיר געגעבן רשות צו לייקן. אזוי ווי איך שטעל זיך פאר אז אין זיין פריערדיגן גלגול וואלט ער דיר באלייקט אויף דיין תגובה, האב איך מקיים פסק געווען. ביטע זיי נישט ברוגז, דאס פאסירט יעדן טאג, ער הייבט אן א שמועס מיט איינעם און מיטאמאל ווערט ער עוואלווד צו א מער פארגעשריטענע באשעפעניש און ער קען מער נישט פירן ווייטער דעם שמועס. יהא זכר האמא סעפיאן ברוך.

איך אויך » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:25 pm

· #89423
נקמה איז זיס איי איי איי.

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:28 pm

· #89425
נאר אזעלכע נקמות ביי אידן...