דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2981
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2981
דו מיינסט אודאי להוסיף לעיקוואד און מח שליט? אדער (חדשים מקרוב באו) אנאנים?
וואס מיינט טראנס-היומאן? בקיאים אין וויקיפידיע?
(כ'מאך נאר א הלצה לכבוד אדר)
וואס מיינט טראנס-היומאן? בקיאים אין וויקיפידיע?
(כ'מאך נאר א הלצה לכבוד אדר)
אין אז ער לאט זיך אראפ צו אונז פשוטע מענטשעלעך ווי ראש לימבו פרייטאג נאכמיטאג מסביר צו זיין מיט א קלארקייט אויף אונזער לעוועל הויעכע ענינים איז עפעס א קלייניקייט?
שמעקעדיגדו מיינסט אודאי להוסיף לעיקוואד און מח שליט? אדער (חדשים מקרוב באו) אנאנים?
ייש"כ שמעקעדיג
איך האב זיך שוין ממש נישט געוואוסט וואס צו טוהן, איך האב געהאט אזא דילעמא, מצד אחד, ענווה, ספאסט נישט איך זאל אליינס מעורר זיין אז מהאט מיר אויסגעלאזט.. מצד שני, כבוד התורה, און בכלל, קען איך דען צולאזען אז דער אמת זאל נישט קלארגעמאכט ווערן... בא ר' שמעקעדיג וקיים יהללך זר ולא פיך, און איך אטעם אפ..
לעיקוואוד, וואלסט געקענט געבן א דריי מיט די פלייצע און א נערוועזע געשריי טאן, "נו, כבוד התעירע!!!" און בשעת מעשה זיך אויסדרייען דעם רוקן יעדער זאל זען דיין פראק.
איך ווייז נישט אבער וואסארא פראק א טראנס-היומאן דארף צו גיין, לכאורה קומט עס מיט אן א שיעור ווייערס און בליטשקען פון אלע זייטען מיט סקרינס און באטענס.
לעולם איז שמעקעדיג גערעכט, א טראנס-היומאן איז פשוט אזא איינער וואס זיין מח איז צוגעטשעפעט פון איין זייט צו וויקיפידיע, פון א צווייטער זייט צו גוגל, א דריטער צו פרוייקט השו"ת, א פערדער צו אוצר החכמה, און א פיפטער צו קאווע שטיבל שרייבען תגובות געמישט פון די אלע מקורות.

ענטפער צו אנאנים
טראנס פעט ווייסן מיר שוין וואס ס'איז אין זכות פון קינג מייק בלומבערג. אבער טראנס היומאן לא שמענו. אפשר איז פשט. א היומאן וואס אנטהאלט אין זיך א סאך טראנס פעט.
איין זאך האט קופערניקוס פאראורזאכט אז יעצט וועל איך זיך וואלגערן פערציג נעכט (בייטאג בין איך ב"ה פארנומען), איבער דעם עקזיסטענציאלער ספק יא צו לייקן קופערניקוס אדער נישט. פון איין זייט, ער האט דאך מיר געמאכט שמייכלן. פון צווייטן זייט, נו ווי פאסט זיך אליינס צו 'קלאפן אויפן רוקן?
ערנסט גערעדט, דערווייל זענען טראנסהומאניסטן פשוטע מענטשן וועלכע האלטן אז מ'זאל אדער מ'דארף אדער מ'וועט אנקומען צו א מצב ווי די מענטשליכער מין וועט זיין אזוי פארגעשריטן אז זיי וועלן בכלל נישט זיין מענטשן נאר "אבער-מענטשן" - סופעריומען ביאינגס בלע"ז. פארבינדען מיט דעם מושג, איז דער מושג פון סינגולעריטי, (<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Technological_singularity">http://en.wikipedia.org/wiki/Technological_singularity</a>) ווען אונזער טעכנעלאגיע וועט ווערן אזוי פארגעשריטן אז מענטשן וועלן האבן די מעגליכקייט צו האבן קאמפיוטער מוחות (נישט מעטאפאריש נאר פיזיש) און דאס וועט זיי שטעלן אויף אן אבנארמאלען הויכן מדריגה אין קאנטראסט צו היינטיגע נישטיגע מענטשעלעך.