☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #2970

אשכול אן א טיטל #2970

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2970

— » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:43 pm

· #87758

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ידען » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:54 pm

· #87774
זייער שיין געשריבען. אבער ווער האט דיך אויפגערעגט יעצט?..

טעפל » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:08 pm

· #87786
דאס אז דו זאגסט אז קיינער איז נישט קיין אטיסט, באפאל מיך נישט, כ'מיין אז ס'איז דא געציילטע אטיסטן..
דיין בעסטע סענטענס איז די הכנות פארן דאווענען, כ'מיין אז אפילו ביים הייליגן רבי'ן פון ויזניץ רעדט מען נאך נישט פון דעם.. (מיט די צייט).

טעפל » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:34 pm

· #87805
[ציטאט אראפגענומען]

איהר מיינט אי לאו האי יומא וואלט איך נישט געוואסט אז ממוז פיינט האבען דעם וכו' וכו'???
דאס האב איך באקומען אמאל נאך פאר כ'האב געוואסט ווער ר' ממי שאמרו איז..

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:55 pm

· #87818
<a class="postlink" href="/post/35430">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=35430#p35430</a>

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:20 pm

· #87931
איך מיין אלס א חסיד פון סאטמאר טארסטו נישט ארויפלייגן דאס צווייטע העלפט. ביסט אפשר גערעכט, אבער די תוצאה איז א בזיון פאר סאטמאר. האסט אמאל געהערט פונעם אויסדרוק מ׳לייגט נישט וועש ברבים??
בלייב אין תורה און היסטאריע, לאז דיר אפ פון שמיץ. פארשעמסט דיר מיט דיין חסידות אינאיינעם

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:42 pm

· #88028
[ציטאט אראפגענומען]

עס מיינט אז דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אז פון עם זעכצן דורות ארויף האבן קיינמאל נישט פוגם געווען.
איך האב שוין לאנג געוואלט מברר זיין ווער איז דאס דער יעניגער דער זיבצענטער דור וואס האט אפגעהאקט די שלשלת הזהב.

משה געציל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:07 am

· #88038
[ציטאט אראפגענומען]

דו רעדסט פון קלאר'ן האלט איך קליפ און קלאר אז ער מיט צימערמאן ארבעטן פאר די מוסד! פרעג מיר פארוואס, איך ווייס אויך נישט פונקטליך, אבער עפעס דרייט ער זיך ארום זייער פארדעכטיגט ווי די פארצייטישע קעי. דזשי. בי. אגענטן. צימערמאן האט זיכער א אריינגעפלאנצטע פארגעשריטענע אפאראט סטאנציאנירט אין נאז, אנדערשט זעה איך נישט פארוואס ער שטיפט איר אריין איבעראל...

טעפל » מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:01 am

· #88081
איך מיין אז קיינע פון די תגובות חוץ פונעם ערשטען האבען נישט צוטוען מיטן קעפל, אבער אלס לויט זיך ממי שאמרו מיט משה געצל וכו' ארומארבעטען..

יואליש » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:02 pm

· #88394
[ציטאט אראפגענומען]


ליין ר' אלימלך שפירא'ס ספר "די גרעניצן פון ארטאדאקסישע טעאלאגיע" און ס'שטעלט זיך ארויס אז קיינער איז טאקע נישט קיין אפיקורס (כמעט).

לולקע-ציבעך » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:15 pm

· #88403
[ציטאט אראפגענומען]


וואס איז די פראגע?

אויב איך מעג ענטפערן מיט א שאלה מענין לענין, וויל איך קודם פארשטיין וואס מיינט אן אפיקורוס וואס גלייבט נישט אין אויבערשטן. אין חז"ל און שפעטערדיגע געפינען מיר פארשידענע הגדרות אויף "מין" און "אפיקורוס". מיין שאלה איז נישט טיף און פילאסאפיש. איך וויל פארשטיין דעם פשוט'ן טייטש פון די ווערטער "גלייבט נישט אין אויבערשטן". דעם אויבערשטן קען מען דאך נישט משיג זיין, פון איין זייט. איך גלייב שווער אז ס'איז פאראן היינט עמיצער וואס האלט באמת ביי זיך אז די וועלט איז געשען פון זיך אליין. גלייבן אין א סיבה ראשונה (און ווידעראמאל, איך פארשטיי נישט וויאזוי מען קען עס אנדערש אנקוקן), נאר זאגן אז איך פארשטיי נישט די פרטים - איז דאס פאררעכנט ווי מינות?

איך האב די זעלבע שאלה אויף "אגנאסטיק" (עמיצער וואס איז "נישט זיכער"). וואו און אין וואס שטעקט יענעמס ספק?

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:42 pm

· #88558
דער אפיקרוס גלייבט נישט אין א ספעציפשע גאט. זאל עס די אידשע צי די קריסטליכע.
דאס הייסט ער זאגט דאס וואס די מאמין גלייבסט און האלטס אז גאט איז, דאס גלייב ער נישט.
אודאי ביסטו גערעכט אויב די ווארט 'גאט' מיינט גארנישט, דאן קען מען נישט לייקנען דערין.

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:41 am

· #88669
ריצ'רד דוקינס בספרו מוטשעט זיך טאקע מסביר זיין פונקטליך אין וואס ער גלייבט נישט, די קלארסטע וואס ער קומט אויס איז אז ער גלייבט נישט אין קיין שום זאך וואס איז מער פון טבע, אין א שום איבערנאטורליכע זאך.

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:02 am

· #88678
[ציטאט אראפגענומען]

פארדעם טאקע איז נישט ראציאנאליש צו זיין א עטיעיסט, העכסטנס קען ער זאגען סנישט מסתבר אז סדא א באשעפער.
נאך בעסער, ער קען טענה'ן אז דער ווארט גאט האט נישט קיין קלארע מובן און ממילא זאגט עס גארנישט, ממילא איז ער נישט מאמין אין נישט כופר אין גארנישט, ער זאגט פשוט ער וייסט נישט.

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:04 am

· #88680
לעיקוואד
ריצ'רד דוקינס בספרו מוטשעט זיך טאקע מסביר זיין פונקטליך אין וואס ער גלייבט נישט, די קלארסטע וואס ער קומט אויס איז אז ער גלייבט נישט אין קיין שום זאך וואס איז מער פון טבע, אין א שום איבערנאטורליכע זאך.

ער האלט דאך אז די פראבעביליטי פון א אבערנאטורליכן באשאפער איז זייער זייער נידעריג, אבער נישט אוממעגליך?
מקור

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:46 am

· #88705
לפי זכרוני ער האלט זיך עפעס א 7 אויף ע סקעיל פון 1 ביז 10 פון עטאיזם.
איך האב געמיינט צו ברענגען זיין תירוץ אויף די שאלה לגבי אין וועלכע גאט גלייבט ער נישט.

גרונמ'ל » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:08 pm

· #88710
איינס פון די זאכן וואס און גמרא ווערט אנגערופן פאר אפיקורס איז המבזה תלמיד חכם.
דאס מיינט אז ניין און ניינציג פראצענט פון חרדישע וועלט זענען און דעם נכשל, וואל יעדער איז מבזה דעם צווייטנס רב אדער רעבע, און אטייל פון די אלע רעבעס אדער רבנים זענען זיכער תלמידי חכמים. נישט אלע אבער אטייל זיכער

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:10 pm

· #88712
אין היום דין ת"ח (רמ"א).

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:37 pm

· #88718
די גמרא זאגט נישט תלמידי חכמים, נאר "רבנן".
אבער כ'האב שוין געשריבן מערערע מאל, אז "רבנים" און "רבנן" זענען צוויי באזונדערע זאכן.
די זעלבע זאך ווי מהרהר אחרי רבו, דארף זיין רבו שלמדו תורה, און לויט רוב פוסקים, רבו מובהק, שלמד רוב חכמתו ותורתו ממנו,
נישט א רבי וואס טאנצט ביי די פארענטשעס.

לולקע-ציבעך » דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:53 pm

· #88770
נולד מאוחר
דער אפיקרוס גלייבט נישט אין א ספעציפשע גאט. זאל עס די אידשע צי די קריסטליכע.
דאס הייסט ער זאגט דאס וואס די מאמין גלייבסט און האלטס אז גאט איז, דאס גלייב ער נישט.

איך רעד פון א "בורא". אויב איז געווען א בריאה -- און סייענס האלט דאך היינט אזוי -- מוז דאך זיין אן עפעס וואס האט דאס באשאף באשאפן. (עם איי מיסינג סאמטינג?)


נולד מאוחר
אודאי ביסטו גערעכט אויב די ווארט 'גאט' מיינט גארנישט, דאן קען מען נישט לייקנען דערין.

פארגעס פונעם ווארט "ג-ט" (אדער סיי וואספארא אנדערע צונעמענישן). איז די וועלט באשאפן געווארן?


לעיקוואד
ריצ'רד דוקינס בספרו מוטשעט זיך טאקע מסביר זיין פונקטליך אין וואס ער גלייבט נישט, די קלארסטע וואס ער קומט אויס איז אז ער גלייבט נישט אין קיין שום זאך וואס איז מער פון טבע, אין א שום איבערנאטורליכע זאך.

איז דען נישט העכסט טבעיות'דיג צו זאגן אז א באשאף וואס איז געווארן נאכדעם וואס ס'איז נישט געווען האט געהאט עפעס וואס האט עס ארויסגעשטויסן פון נישט-עקזיסטענץ אריין אין עקזיסטענץ? כ'מיין, אז א זאך זאל געשען אליין שמעקט זייער איבערנאטירליך.

לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:36 pm

· #88845
דא טאנצסטו אריין אין אלעערליי הוכחות פאר מציאות אלקות און דו פרעגסט וואס טוט דער כופר מיט דעיס אדער יענס, דאס איז אבער נישט רעלעווענט צו דער שמועס. ער האלט אז די גאנצע שאלה צו פרעגן וויאזוי עקזיסטענץ האט אנגעהויבען עקזעסטירען איז לעכערליך און נאריש, עכ"פ נישט דאס האסטו דא געפרעגט.
די נקודה איז אז ער גלייבט נישט אין קיין שום ישות מחוץ לעולם הטבע וואס זאל דאס האבען געטוהן. און ער זעהט נישט וויאזוי יא צו גלייבען אין אזא ישות העלפט עפעס פאר די שאלות וואס איז דא. דו קענסט האלטען פון היינט ביז מארגען אז ער איז נישט גערעכט און עס איז נאריש אזוי צו האלטען, מכל מקום מיינט דאס נאכנישט אז ער גלייבט אין א שום מציאות וואס איז אומנאטורליך. אז דו ווילסט פשוט טוישען נעמן און רופען דאס וואס ער רופט טבעיש על טבעיש, האסטו נישט קיין ויכוח מיט עם. אויך עוועלוציע קענסטו זאגען עס איז אזוי ווינדערלאך עס איז ממש על-טבעיש. די נקודה איז ער גלייבט נישט אין קיין שום ישות על טבעית שבעולם.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 19, 2013 8:50 pm

· #88914
שמעקעדיג
די גמרא זאגט נישט תלמידי חכמים, נאר "רבנן".
אבער כ'האב שוין געשריבן מערערע מאל, אז "רבנים" און "רבנן" זענען צוויי באזונדערע זאכן.
די זעלבע זאך ווי מהרהר אחרי רבו, דארף זיין רבו שלמדו תורה, און לויט רוב פוסקים, רבו מובהק, שלמד רוב חכמתו ותורתו ממנו,
נישט א רבי וואס טאנצט ביי די פארענטשעס.

ר' לייזער האלבערשטאם ע"ה (א זיסער יוד געווען) האט אמאל געזאגט א ווערטל: איינער טרעפט זיין חבר און זאגט איהם "פון היינט אן מוזסטו מיך רופן הרב. זאגט איהם דער חבר. פון וועם האסטו באקומען סמיכה? ענטפערט ער. "פון א שווארצן". היינט אינדערפריה האב איך באגעגענט א שווארצן אויפ'ן גאס און ער האט מיר באגריסט "גוד מארנינג, ראביי".

לולקע-ציבעך » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:12 pm

· #89180
לעיקוואד
דא טאנצסטו אריין אין אלעערליי הוכחות פאר מציאות אלקות און דו פרעגסט וואס טוט דער כופר מיט דעיס אדער יענס, דאס איז אבער נישט רעלעווענט צו דער שמועס.

זעט אויס אז כ'האב זיך שלעכט אויסגעדריקט. איך מיין נישט צו פרעגן וויאזוי דער כופר גיט זיך אן עצה מיט דער הוכחה אדער יענער הוכחה. איך פרעג א שאלת שאינו יודע לשאול וואס הייבט זיך אן פריער פון פילאסאפיע און פשט'לעך: וויאזוי איז בריאה געווארן? דאס אלעס. וואס איז דער ענטפער פון עמיצן וואס דערקלערט זיך א כופר וואס גלייבט אין גארנישט אויסער וואס מען קען משיג זיין מיט די חושים?

לעיקוואד
ער האלט אז די גאנצע שאלה צו פרעגן וויאזוי עקזיסטענץ האט אנגעהויבען עקזעסטירען איז לעכערליך און נאריש.

ווייל מיר האבן נישט קיין קלארן תירוץ דערויף?

לעיקוואד
די נקודה איז אז ער גלייבט נישט אין קיין שום ישות מחוץ לעולם הטבע וואס זאל דאס האבען געטוהן.

נו, אוודאי נישט. גלייבן אין א "ישות" איז דאך מגשם די זאך. איך מאמין גלייב אויך נישט אין אזא ישות.

לעיקוואד
און ער זעהט נישט וויאזוי יא צו גלייבען אין אזא ישות העלפט עפעס פאר די שאלות וואס איז דא.

דאס איז שוין עפעס אנדערש. איך וויל פארשטיין וואס ער מיינט לגבי בריאת העולם: וויאזוי איז דאס געשען?

לעיקוואד
דו קענסט האלטען פון היינט ביז מארגען אז ער איז נישט גערעכט און עס איז נאריש אזוי צו האלטען ... אז דו ווילסט פשוט טוישען נעמן און רופען דאס וואס ער רופט טבעיש על טבעיש ... די נקודה איז ער גלייבט נישט אין קיין שום ישות על טבעית שבעולם.

איך האלט גארנישט. איך וויל פארשטיין וואס ער טראכט, אן אים אפפרעגן. איך ניץ די ווערטער "טבעי" און "על טבעי" צו פרעגן מיין פשוט'ע פראגע. איך מיין גארנישט דערפון אין א טיפערן משמעות ווי דעם פשוט כפשוטו טייטש פון די ווערטער.

לעיקוואד » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:33 pm

· #89209
לולקע ציביך
איך האב נישט ליב דער devil's advocate תפקיד פון מסביר זיין דער צד פון דער כופר. עכ"פ וועל איך פראבירן קלאר צו מאכען א משהו. עס זענען פאראן פארשידענע ראיות סברות און הוכחות מוכיח צו זיין דער מציאות פון א גאט. דאס זענען מיר מסכים אז נישט דאס איז די נושא דא וואס טוט דער כופר מיט די פארשידענע ראיות, מאיזה טעם שלא יהיה ווערט ער נישט משוכנע פון זיי.

דיין שאלה איז אבער כאילו וויאזוי איז מעגליך בכלל נישט צו גלייבען אין עפעס א סארט גאט. דער פראבלעם פון דער שאלה איז אז עס איז זייער נאנט צו דער ערשטער שאלה וואס דו ביסט מודה אז עס איז נישט רעלעווענט צו דער שמועס, און איז אפשר טאקע היינו הך.

יעצט, וויבאלד דו זאגט אז דו גלייסט און א גאר נישט מוגדר-דיגער גאט, איז טאקע שווער מסביר צו זיין וואס איז דער חילוק פון דער כופר און דיר, דער פראבלעם איז אבער א קשיא אויף דיר נישט אויף עם. כלומר כל זמן וואס דו ביסט נישט גענוג מגדיר וואס דאס ווארט גאט מיינט בכלל קענסטו בכלל נישט זיך דינגען מיט א כופר.
טאקע וועגן אזעלכע מענטשען ווי דיר ראבירט זיך דוקינס צו באווארענען אז זיי זאלן נישט קענען קומען מיט דער תירוץ "אין דער גאט וואס דו גלייבסט נישט גלייב איך אויך נישט, וכו'".

דער טענה דיינע פון "דער בריאה" איזא טאוטולוגיה, און איז א רינדעכיגע טענה (אדער וויאזוי מזאגט circular reasoning..). אמת, ברגע וואס דו רופסט דער יש וואס מיר קענען, א "בריאה", איז שוין אין דעם ממילא נכלל אז עס מוז האבען א "בורא". דער פראבלעם איז אז דער ווארט בריאה איז בכלל נישט דער מוכרחדיגער הגדרה פאר דער יש, רוף עס סתם דער יוניבערס, און שוין האסטו פארלוירען דיין גאנצע ראייה. (עס בלייבט די ראיות פון סיבת הסיבות וכו', אבער דאס איז נישט אונזער שמועס כאמור).

דער שאלה פון דער שאינו יודע לשאול איז דער זעלבער יסוד פון די הוכחות, איך וייס נישט מאי נפקא מינה צו מרעדט אויף א פארגעשריטענע פילאסאפישע שפראך אדער מרעדט פשוט שאינו יודע לשאול'דיג, און פון דעם רעדן מיר נישט כאמור, עס זענען דא גאנץ קלארע וועגן וויאזוי צו טענה'ן אז די אלע סארט הוכחות און טענות זענען סתירהדיג און מקען פון זיי קנאפע עפעס ארויסלערנען (קאנט האט דאס געוויזען אין זיינע אנטינומיות

למעשה, ווייס איך נישט וואס דיין טענה איז בכלל. איך שטעל מיך פאר אז דו ביסט אן ארטאדאקסישער יוד, וממילא דער גאט וואס דו גלייבסט אין, ווי מופשט און לופטיג ער זאל נאר זיין, איז אזא מין גאט וואס האט באשאפן דער וועלט (דאס איז אליינס א הגדרה וואס רעדט פון א געוויסע ישות), ובעיקר, האט געגעבן א תורה, הייסט פאר מענטשען טוהן געוויסע זאכען, גיט זיי שכר (עכ"פ באיזשהו מובן) פארן עם פאלגען, א עונש ווער ספאלגט נישט, כו' וכו'. דאס איז ווייט פון דער מופשטדיגער לופטיגער מציאות פון וואס דו רעדסט, און כלפי דער גאט קען זיכער א כופר זייער קלאר זאגען אז ער גלייבט נישט ער עקזעסטירט.

לולקע-ציבעך » מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:52 pm

· #91050
לעיקוואד
דיין שאלה איז אבער כאילו וויאזוי איז מעגליך בכלל נישט צו גלייבען אין עפעס א סארט גאט. דער פראבלעם פון דער שאלה איז אז עס איז זייער נאנט צו דער ערשטער שאלה וואס דו ביסט מודה אז עס איז נישט רעלעווענט צו דער שמועס, און איז אפשר טאקע היינו הך.

כ'האב זיך שלעכט אויסגעדריקט. מיין שאלה איז דאס: וויאזוי איז געשען יש מאין? איך זאג: ס'איז געווען "עפעס" וואס האט דאס געמאכט. וואס איז דעם כופר'ס ענטפער אויף דער פראגע? ביטע געדענק: מיין שאלה איז נישט טיף און האט גארנישט מיט חקירה. איך וויל נאר וויסן וואס איז דעם כופר'ס ענטפער אויף מיין זייער פשוט'ער שאלה.

לעיקוואד
יעצט, וויבאלד דו זאגט אז דו גלייסט און א גאר נישט מוגדר-דיגער גאט, איז טאקע שווער מסביר צו זיין וואס איז דער חילוק פון דער כופר און דיר, דער פראבלעם איז אבער א קשיא אויף דיר נישט אויף עם. כלומר כל זמן וואס דו ביסט נישט גענוג מגדיר וואס דאס ווארט גאט מיינט בכלל קענסטו בכלל נישט זיך דינגען מיט א כופר. טאקע וועגן אזעלכע מענטשען ווי דיר ראבירט זיך דוקינס צו באווארענען אז זיי זאלן נישט קענען קומען מיט דער תירוץ "אין דער גאט וואס דו גלייבסט נישט גלייב איך אויך נישט, וכו'".

פארשטייסט, איינמאל מען קען זאגן די ווערטער "אין דעם גאט וואס דו גלייבסט גלייב איך נישט," איז מען שוין פארקראכן פונעם אייגנטליכן נושא. איך פרעג ווויאזוי איז די בריאה געשען. פארוואס זאל דאס זיין מער קשיא אויף מיר ווי אויף אים?

לעיקוואד
דער טענה דיינע פון "דער בריאה" איזא טאוטולוגיה, און איז א רינדעכיגע טענה (אדער וויאזוי מזאגט circular reasoning..). אמת, ברגע וואס דו רופסט דער יש וואס מיר קענען, א "בריאה", איז שוין אין דעם ממילא נכלל אז עס מוז האבען א "בורא". דער פראבלעם איז אז דער ווארט בריאה איז בכלל נישט דער מוכרחדיגער הגדרה פאר דער יש, רוף עס סתם דער יוניבערס, און שוין האסטו פארלוירען דיין גאנצע ראייה. (עס בלייבט די ראיות פון סיבת הסיבות וכו', אבער דאס איז נישט אונזער שמועס כאמור).

איך מיין אז איך פארשטיי נישט. לאז זיין אוניווערס. רוף עס וויאזוי דו ווילסט. וויאזוי איז "עס" אבער געשען?

לעיקוואד
דער שאלה פון דער שאינו יודע לשאול איז דער זעלבער יסוד פון די הוכחות, איך וייס נישט מאי נפקא מינה צו מרעדט אויף א פארגעשריטענע פילאסאפישע שפראך אדער מרעדט פשוט שאינו יודע לשאול'דיג, און פון דעם רעדן מיר נישט כאמור, עס זענען דא גאנץ קלארע וועגן וויאזוי צו טענה'ן אז די אלע סארט הוכחות און טענות זענען סתירהדיג און מקען פון זיי קנאפע עפעס ארויסלערנען (קאנט האט דאס געוויזען אין זיינע אנטינומיות

וועלכע הוכחות? איך האב קיין שום הוכחות איבער דער עקזיסטענץ פון סיי וואספארא מין גאט. מיין קשיא קומט נאך פריער פון אזא שמועס.

איך בין נישט אויסגעקאכט אין פילאסאפיע און איך מיין אז דו ווייסט און פארשטייסט די טעמע סך מער ווי איך. אבער אויב ס'איז נישט שווער, ביטע זיי מיר מסביר אויף א פשוט'ן לעוועל. אויב ס'איז צו שווער, וועל איך זיך באגענוגן מיט'ן מחשבה טובה 🙂