☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פורים שפיל: א פארגעסענע געשמאקע טראדיציע

פורים שפיל: א פארגעסענע געשמאקע טראדיציע

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2967

יואליש » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:55 am

· #87648
פורים שפיל: א פארגעסענע געשמאקע טראדיציע
כ'האב אנגעגרייט פאר מיינע קינדער א פורים שפיל צו פערפארמען פאר די זיידע און באבע, פאר משפחה ביי משלוח מנות געטראגאכץ. שטעלט זיך ארויס אז זיי ווייסן נישט וואס איך וויל פון זיי. קיין איינע פון די שכנים און משפחה מיטגלידער טוהן דאס נישט, און זיי ווילן נישט זיין די אטיארן פון די משפחה.

ווען איך בין געווען אינגער, ווען די פארשטעלאכץ'ער פלעגט מען נישט ארויסקלויבן פון א קאטאלאג, איז נאך געווען מאנכע וועלכע פלעגן ארומגיין מיט א געשמאק און חן, פארזאגן א קורצע פורים שפיל (עטליכע זאצן פון וויציגע גראמען) און באקומען אדער געלט אדער אטענשאן און געהאט א פארגעניגן. הגם איך האב קיינמאל פערפארמט א פורים שפיל, האבן מיינע פעטערס אבער געפרעגט "נו, אינגעלע, האסט א פורים שפיל?" זעהט זיך אויס אז אין זייערע צייטן אז עס געווען ווי ערווארטעט.

ס'וואלט געווען שיין צו הערן פון אנדערע אויב זיי פלעגן אזאנס טוהן, און אפשר גאר מייטיילן מיטן עולם די טעקסט פונעם שפיל. ווי אויך ווער ס'קען אראפגעבן די טראדיציאנאלע שפילן, א שטייגער ווי "היינט איז פורים, מארגן איז אויס...." אדער "א גיטן פורים מלאך, ווי איך גיי פאל איך..."


נאדיר א סיגוט'ער אפשטאמיגער'ס שילדערונג פון זיין פורים שפיל וואס זיין פאטער האט פארגעשריבן פאר אים אין זיין שוועסטער, ווי זיי פלעגן ארומגיין בעצם יום הפורים און משמח זיין די שכינים אין דארף.

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:16 am

· #88040
ער איז צוקער זיס.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:03 am

· #88072
אוי זכרונות...

יואליש » מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:57 pm

· #88362
וואונדערבאר!

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 2:59 pm

· #190506
די פורים שפיל איז גרייט?