☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע זייט

דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע זייט

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #296

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:37 am

· #3434
דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע זייט
דאקטוירים באשטעטיגן דאס וואס אונזערע חכמים האבן שוין געוויסט יארן צוריק: וועל מ'לאנט זיך אן אויף די לינקע זייט איז דא ווייניגער שאנסן צו פארלירן דעם אטעם ווי אויף די רעכטע זייט. ליינט דעם קורצן מעדעצינישען ארטיקל דא.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:32 pm

· #3442
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:14 pm

· #3460
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
שמואל הלוי
און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?

ער שרייבט אינעם שטודיע אז רוב פוסקים האלטן אז א געלינקטער דארף זיך אויך אנלאנען אויף די לינקע זייט, און דא איז די חידוש, אז זיי האבן געוויסט אז ביי א לינקער איז אויך די זעלבע, עיי"ש.

קול גדול » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:29 pm

· #3473
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
מ'קען עס שפירן בחוש אז ס'איז לייכטער צו עסן אנגלאנט אויף די לינקע זייט ווי אויפן רעכטע זייט.
אבער פון מיין פערזענליכע ערפארונג איז מער באקוועמער צו עסן בכלל נישט אנגעלאנט, און היינטיגע צייטן עסן שוין מער נישט די אריסטאקראטן אנגעלאנט, ממילא יש להקל.

בן אדם » מאנטאג אפריל 3, 2017 11:06 pm

· #368057
פלעין געטראפן

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 4, 2017 12:03 am

· #368068
יידל
שמואל הלוי
און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?

ער שרייבט אינעם שטודיע אז רוב פוסקים האלטן אז א געלינקטער דארף זיך אויך אנלאנען אויף די לינקע זייט, און דא איז די חידוש, אז זיי האבן געוויסט אז ביי א לינקער איז אויך די זעלבע, עיי"ש.

ווייל אנאטאמיש איז א געלינקטער געבויעט דעם זעלבן וועג ווי א יעדער איינער. נאר זיין נערוואוס סיסטעם איז געווייערט אנדערש. שטאטס ווערן קאנטראלירט דורך די לינקע זייט פונ'ם מוח ווערט עס קאנטראלירט דורך די רעכטע זייט פונ'ם מח. ממילא איז די לינקע זייט שטערקער...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 4, 2017 5:02 am

· #368074
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
מיסטער קול גדול, ווארשיינדליך האסטו קיינמאל נישט זיך ריכטיג אנגעליינט. זיך שווימען אין א צוזעצטע קישען (מיט א שיין באצירטע דעקעל פון מלכות) בשעת אז מ׳האלט אן אנגעפילטע בעכער, טאץ, הגדה, סערוויעט ועוד און מ׳זויפט איין פיהר רביעית׳ן אויף אמאל איז טאקע אומבאקוועם. פראביר אבער זיך אויסצוציען אויף א קאוטש, מיט א פאר קישענעס אויפצוהייבען אביסל די אקסעל און קאפ, און עסען רואיגעהייט און דארט וועסטו וויסען א טעם אין חירות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טרויבן88 » דינסטאג אפריל 4, 2017 11:35 am

· #368094
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
שמואל הלוי
און אז ביי א געלינקטער איז פארקערט איז נאך נישט דורכגעפירט געווארן קיין שטודיע?

וואס איז די פראגע? א לינקער האט די לעבער אויך די לינקע זייט?

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

שבת אחים » מיטוואך אפריל 5, 2017 6:22 am

· #368144
טרויבן88

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

נוסח אחר:
פארוואס איז פארהאנען אכט און אכציג טרויבן? ווייל מ׳האט עס אמאל איינגעפלאנצט... אזוי זענען נעבעך דא צופיל פון אונזערע טרויבן...

טרויבן88 » מיטוואך אפריל 5, 2017 1:08 pm

· #368158
Re: דאקטוירים באשטעטיגן: אנלאנען פסח ביינאכט אויף די לינקע ז
שבת אחים
טרויבן88

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

נוסח אחר:
פארוואס איז פארהאנען אכט און אכציג טרויבן? ווייל מ׳האט עס אמאל איינגעפלאנצט... אזוי זענען נעבעך דא צופיל פון אונזערע טרויבן...

.