☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ניו יארק סיטי קלאגט אן געשעפטן מיט צניעות פלאקאטן

ניו יארק סיטי קלאגט אן געשעפטן מיט צניעות פלאקאטן

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2948

ידען » פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:13 am

· #87201
ניו יארק סיטי קלאגט אן געשעפטן מיט צניעות פלאקאטן
די סיטי האט זיך יעצט גענומען צו די סטארס וואס לייגען צעטלעך אז מע זאל גיין צניעותדיג אנגעטוהן

<a class="postlink" href="http://www.privateinvesigations.blogspot.com/2013/02/new-york-city-suing-ultra-orthodox-for.html?m=1">http://www.privateinvesigations.blogspo ... r.html?m=1</a>

בן תמליון » פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:52 am

· #87217
[ציטאט אראפגענומען]

ניין עס איז דא א קארט דעיט MARCH 12 די סטארס האבן זיך צוזאמענגענומען צוריקצופייטן. זעט דא אין הארץ א לענגער ארטיקל.

<a class="postlink" href="http://www.haaretz.com/jewish-world/jewish-world-news/new-york-city-suing-ultra-orthodox-for-posting-modesty-guidelines-in-stores.premium-1.503804">http://www.haaretz.com/jewish-world/jew ... m-1.503804</a>

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:58 am

· #87221
[ציטאט אראפגענומען]

אבער נאך די ווארנונג קומט טיקעטס מיט קאורט קעיסעס מיט סכומים של ממש. כך דרכה של סיטי גאווערנמענט, וגאווערנמענט בכלל. זיי הייבן אן בפרך. בפה רך נאכדעים רעדן זיי שטרענג. און נאכדעם רייסן זיי געלט און אנדערע קאפווייטאג פאר די וואס שטעלן זיך נישט צו צו זייערע גזירות.

לעמאן דזשוס » פרייטאג פעברואר 15, 2013 11:03 am

· #87225
איז דאך מדינת ישראל גאר דער מלכות של חסד מיטן דערלאזן די ריזיגע פלאקאטן אין מאה שערים, און אמעריקא די מלכות הרשעה!

חזקיהו המלך » פרייטאג פעברואר 15, 2013 12:49 pm

· #87274
וואס ווילען זיי פין די פאר אידען ?, איז עס נאך א רשעות פין דעם צירודערטען בלומבערג ?,

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 15, 2013 2:19 pm

· #87335
לעמאן דזשוס
איז דאך מדינת ישראל גאר דער מלכות של חסד מיטן דערלאזן די ריזיגע פלאקאטן אין מאה שערים, און אמעריקא די מלכות הרשעה!

נו, איך בין מוחה בכל תוקף ועוז אקעגן די דברי מינות וציונות וואס ווערן דא געשריבן. מדינת ישראל וועט קיינמאל נישט זיין קיין מלכות של חסד. וואס זיי זענען יא, האב איך נישט קיין כח אויסצורעכענען. אלעס.
הרב י.מ. סופר. דו זעהסט איך האב מוחה געוען. או.קעי.: מענטשן וועלכע ליינען נישט דיינע הייליגע ארטיקלען ווילן נישט פארשטיין אז מ'טאר אפילו נישט קוקן אויף בילדער וואו מ'זעהט ערליכע יודן וואס דאווענען שחרית אין די ארמיי אין ארץ ישראל, ווייל מ'קען ח"ו קומען צו מחשבות פון משבח זיין די ציונים, ר"ל מהאי דעתא. כל שכן וק"ו ארויסשרייבן אזעלכע דברי בלע. ווי שעימט מען זיך נישט אנצורופן די מדינה הידועה אלס "מלכות של חסד", ר"ל. ווייסט עטץ דען נישט אז די ציונים שטייען אויף די גאסן פון די מדינה הטמאה און שיסן ערליכע יודן, ברכיים אשר לא כרעוללבעל הציוני.

ניו יארק » פרייטאג פעברואר 15, 2013 2:38 pm

· #87346
berlbalaguleh

מיין קאפ טוט מיר שוין וויי, אויף וועליכע זייט ביסטו? עס איז דען פורים היינט???

נולד מאוחר » פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:09 pm

· #87349
זיי שרייבן מענטשן פון וויליאמסבורג האבן קאמפלענט.
וועלכע היימישע איד גייט אן דעם צעטעל? ווען נישט דעם מודעה וואלט דען א היימישע ווייבל אריין צי טיבטוב מיט א מיני סקירט?

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:38 pm

· #87351
דאס האב איך געפינען אויף וויקי:

Many stores, restaurants, and other public venues in the United States have dress codes against bare feet. While private business owners are free to set their own policies, many also cite nonexistent health regulations, though these typically are requirements that pertain to employees, not customers. Many people also believe that it is illegal to operate a motor vehicle barefoot, though there are no laws in the United States, Canada, the United Kingdom and other places against it.

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Barefoot">http://en.wikipedia.org/wiki/Barefoot</a>

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 15, 2013 4:42 pm

· #87357
נוי יארק
berlbalaguleh
לעמאן דזשוס
איז דאך מדינת ישראל גאר דער מלכות של חסד מיטן דערלאזן די ריזיגע פלאקאטן אין מאה שערים, און אמעריקא די מלכות הרשעה!

נו, איך בין מוחה בכל תוקף ועוז אקעגן די דברי מינות וציונות וואס ווערן דא געשריבן. מדינת ישראל וועט קיינמאל נישט זיין קיין מלכות של חסד. וואס זיי זענען יא, האב איך נישט קיין כח אויסצורעכענען. אלעס.
הרב י.מ. סופר. דו זעהסט איך האב מוחה געוען. או.קעי.: מענטשן וועלכע ליינען נישט דיינע הייליגע ארטיקלען ווילן נישט פארשטיין אז מ'טאר אפילו נישט קוקן אויף בילדער וואו מ'זעהט ערליכע יודן וואס דאווענען שחרית אין די ארמיי אין ארץ ישראל, ווייל מ'קען ח"ו קומען צו מחשבות פון משבח זיין די ציונים, ר"ל מהאי דעתא. כל שכן וק"ו ארויסשרייבן אזעלכע דברי בלע. ווי שעימט מען זיך נישט אנצורופן די מדינה הידועה אלס "מלכות של חסד", ר"ל. ווייסט עטץ דען נישט אז די ציונים שטייען אויף די גאסן פון די מדינה הטמאה און שיסן ערליכע יודן, ברכיים אשר לא כרעוללבעל הציוני.

מיין קאפ טוט מיר שוין וויי, אויף וועליכע זייט ביסטו? עס איז דען עפעס אדער היינט???

אנטשולדיג. ווי ס'זעט אויס האסטו נישט געליינט הרב י.מ. סופר'ס ארטיקלען אין "צייטונג" אזויפיל ווי איך. דאס אויבנדערמאנטע איז געווען א "סקיט" וויאזוי ער וואלט (אדער האט ) געשריבן אן ארטיקל אין רעאקציע צו די אויבנדערמאנטע נייעס. און דאס דערמאנען מדינת ישראל אלס "מלכות של חסד". אויף דיין שאלה "אויף וועלכע זייט איך בין". איז דער ענטפער. " א שטיקל ציוני" איך האלט אז דף היומי איז נישט סם המוות.

געפילטע פיש » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 6:58 pm

· #87364
שמעקעדיג
דאס האב איך געפינען אויף וויקי:

Many stores, restaurants, and other public venues in the United States have dress codes against bare feet. While private business owners are free to set their own policies, many also cite nonexistent health regulations, though these typically are requirements that pertain to employees, not customers. Many people also believe that it is illegal to operate a motor vehicle barefoot, though there are no laws in the United States, Canada, the United Kingdom and other places against it.

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Barefoot">http://en.wikipedia.org/wiki/Barefoot</a>

איך מיין אז די פראבלעם איז אז די סיינס זענען געצילט פאר פרויען, און נישט אז די סטאר האט א דרעס קאוד.

The signs are “pretty specific to
women,” Mulqueen said. “It seems
pretty clear that it’s geared toward
women dressing modestly if they
choose to come into the store, and that
would be discrimination.”

שמעקעדיג » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 7:35 pm

· #87365
נו, איז דאך פאראן א גרינגע וועג צו לייזן דעם פראבלעם. מען וועט פארלאנגען אז מענער זאלן אויך האבן דעם זעלבן דרעס קאוד און גיין אנגעטון גענצליך פארדעקט, און הכל על מקומו יבא בשלום.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 7:54 pm

· #87366
נולד מאוחר
זיי שרייבן מענטשן פון וויליאמסבורג האבן קאמפלענט.
וועלכע היימישע איד גייט אן דעם צעטעל? ווען נישט דעם מודעה וואלט דען א היימישע ווייבל אריין צי טיבטוב מיט א מיני סקירט?

וויליאמסבורג מיינט נישט דווקא לי און ראדני. לאמיר נישט פארגעסן אז אין ברייטער וויליאמסבורג וואוינען יאפי'ס אויך.

געפילטע פיש » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 8:28 pm

· #87370
שמעקעדיג
נו, איז דאך פאראן א גרינגע וועג צו לייזן דעם פראבלעם. מען וועט פארלאנגען אז מענער זאלן אויך האבן דעם זעלבן דרעס קאוד און גיין אנגעטון גענצליך פארדעקט, און הכל על מקומו יבא בשלום.

דאס וועלן זיי מ'סתם טענה'ן אין קאורט, אז זיי מיינען סיי מענער און סיי פרויען, די סיטי וועט אבער טענה'ן אז פאקטיש האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט מענער וואס קומען אריין מיט א "לאו נעקליין".

נולד מאוחר » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 9:09 pm

· #87378
“The signs do not actually discriminate between men and women, and apply equally to men and women,” Allon said''
די לויער טענהט עס שוין.

הירשל ציג » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 9:27 pm

· #87380
לדעתי טאמער וואלט מען שענער בעהאנדעלט די "ארטיסטען" וואלט דאס קיינמאל נישט געשעהן. ס'איז א שטיקל נקמה פון זייער צד. אבער דאך טאר מען זיך נישט לאזען פון זיי און מ'דארף זיך געזעצליך באשיצן, אזוי ווי מ'טוט טאקע. והשי"ת יצליחם

נולד מאוחר » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 9:48 pm

· #87383
הירשל ציג
לדעתי טאמער וואלט מען שענער בעהאנדעלט די "ארטיסטען" וואלט דאס קיינמאל נישט געשעהן. ס'איז א שטיקל נקמה פון זייער צד. אבער דאך טאר מען זיך נישט לאזען פון זיי און מ'דארף זיך געזעצליך באשיצן, אזוי ווי מ'טוט טאקע. והשי"ת יצליחם

ווער באהאנדלט זיי נישט שיין?

בן תמליון » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:21 am

· #87628
גלייבט מיר נישט די ארטיסטן באדערט עס דא זיי האבן דירעקט ליב חסידים מיט אונזערע מאדנע פירונגען די סיבה איז ווייל זיי אליין זענען אנטי-געזעלשאפט. חסידים מיט יאפיס פארשטייען זיך פרעגט ווער עס דילט מיט זיי. וואס איז נייעס באריכטעט זיי האבן געפרעגט דעם קאמישינאר ער האט זיך נישט געקענט דערמאנען ווער עס האט קאמפלעינד.

גראדע ווען איך האב געזען די נארישע דרעס קאד האט מיר געוואונדערט צו געשטעטנער דארט האט מורא צו א בארוועסע שפאנישע פרוי וועט באשטעלן א כתובה אדער דער טיב טוב יענער וואס שרייט אלץ מיידעלע וואס דארפסטו איז געווארן פרום. איין ליידיקגייער חולה זכר לויפט ארום קלעבן צעטלען דערנאך דארפן מיר אלע ליידן בושות.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:15 pm

· #87918
בן תמליון
גלייבט מיר נישט די ארטיסטן באדערט עס דא זיי האבן דירעקט ליב חסידים מיט אונזערע מאדנע פירונגען די סיבה איז ווייל זיי אליין זענען אנטי-געזעלשאפט. חסידים מיט יאפיס פארשטייען זיך פרעגט ווער עס דילט מיט זיי. וואס איז נייעס באריכטעט זיי האבן געפרעגט דעם קאמישינאר ער האט זיך נישט געקענט דערמאנען ווער עס האט קאמפלעינד.

גראדע ווען איך האב געזען די נארישע דרעס קאד האט מיר געוואונדערט צו געשטעטנער דארט האט מורא צו א בארוועסע שפאנישע פרוי וועט באשטעלן א כתובה אדער דער טיב טוב יענער וואס שרייט אלץ מיידעלע וואס דארפסטו איז געווארן פרום. איין ליידיקגייער חולה זכר לויפט ארום קלעבן צעטלען דערנאך דארפן מיר אלע ליידן בושות.

דאס קומט פון דעם ווען אזא ליידיגגייער קען אמאל נישט שלאפן און ער כאפט זיך אריין צו א גאר פריה מנין לאמיר זאגן פון ניין אזייגער. ווען ער גייט ארויס פון ביהמ"ד איז ערשט עלף אזייגער. בלייבט נאך איבער א פאר שעה ביז מנחה. הייבט דער מוח אן ארבעטן וואס מ'קען אלץ אויפטון פאר אידישקייט. וויאזוי מ'קען צו העלפן פאר'ן באשעפער כביכול אז די אידישע רעליגיע זאל נישט באנקראטיר'ן, ח"ו. פון דארט קומען ארויס אלע גרויסע אויפטוען. מהאי טעמא איז בעסער אז די פארשוינען זאלן ערשט אויפשטיין כחצות (היום). און ביז זיי קראצן זיך אויס גייט שוין דער עולם צו מנחה-מעריב. אויסער ליל ששי.וואס דאמאלס ארבעט הערשל קלאר און זיינע אונטערשמייסערס א גאנצע נאכט צו דרוקן און צושפרייטן די פאשקעווילן בחוצות וויליאמסבורג און מתקן זיין א שאוקעיס אדער צוויי.

נולד מאוחר » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:26 pm

· #89914

אינטערסאנט מ'האט זיי ארויסגעלאזט פונעם לא סאט.
דא איז די צעטעל אפיציעל פון די געשעפט.
דא זאגט ער ווי מ'האט געסטראשט אז ער מיז לייגן די טאוול.

“They came to me and said they don’t like this and that,” said another merchant, Victor Klein, owner of Ice Cream House on Bedford Ave.

Bearded men paid Klein a visit one month after he opened his two-story parlor, demanding that he put up signs telling customers how to dress.

Klein spoke to his lawyer, asking how to follow their orders without being sued for discrimination should he ban clothes favored by the non-religious.

“You have to respect the community,” Klein said, describing the dilemma. “I want people to send their children here. If people don’t send their children here, I am out of business
ראשקהל האט געלינקט און אנדערע אשכול

ידען » פרייטאג אפריל 26, 2013 9:09 am

· #108959
NY Post switched sides?

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/opinion/editorials/dressing_down_jews_NdWHsRBy97EF15b8wo8SLK">www.nypost.com/p/news/opinion/editorial ... 15b8wo8SLK</a><!-- w -->

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:03 am

· #152492
אינעם קומענדיגן יאנאווער (למספרם) וועט די אנקלאגע גיין אויף א צוויי טאגיגע טרייעל, האט א ריכטער געפסק'נט
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2013/09/30/hearing-for-orthodox-jewish-shops-modesty-rules/">http://nypost.com/2013/09/30/hearing-fo ... sty-rules/</a>

בן תמליון » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:43 am

· #152933
דער דעילי ניוס אין אן אפיניאן שטיקל רייסט שטארק אראפ די סיטי פארן אנקלאגן די וויליאמסבורגע געשעפטן זאגנדיק די טאוולען זענען גארנישט אנדערש ווי יעדע דרעס קאוד אין הארווארד קלאבס און פאר סיזאנס.דאס אינאיינעם מיט דעם אריינמישן אין מציצה בפה איז אן ערנסטע פארלעצונג פונעם קירכע-שטאט צוטיילונג זאגט דער ניוס.

דאס איז נאך וואס דער נ"י פאסט האט נעכטן שארף אראפגעריסן בלומבערג איבער מציצה בפה. זעט אויס ווי די צייטונגען האבן ענדליך באשלאסן עס איז צייט זיך אויפשטעלן קעגן בלומבערג און נישט מער מורא האבן פון זיינע שיקאנעס. דאס פאלק האט רעוואלטירט מיטן ערוועלן דיבלאזיא און די צייטונגען שפירן ווי די ווינט בלאזט.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 12:59 am

· #160251
די משפחה האט די וואך באשריבען די מעשה. די לויער וואס פארטרעט די אידשע געשעפטן טענהט אז סאיז נישט קיין דיסקרימענאציע קעגן פרויען ווייל די תקנות זענען פאר מענער אויך. און זיי האבן אנגעפרעגט ביים מחבר ספר עוז והדר לבושה, א ספר וואס האט מלקט אלע חומרות איבער צניעות ביי פרויען, און די מחבר איז טאקע מיעד אז ער וואלט געקענט מאכן א גאנצע ספר אויף צניעות פאר מענער.

מיר קוקט דאס אויס ציזיין נישט ריכטיג. מעגן מענער נישט גיין ציט shorts, sleeveles, barfoot, low cut neckline.?

כהאף רב פאלק האט נישט קיים איבריגע צייט, כציטער ער זאל נישט פארשקלאפן די מענער אזויווי ער האט געטאן מיט די פרויען.

שעפטל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:25 am

· #177955
אלע טשארטשעס אפגעווארפן!

ב״ה אשר לא השבית לנו גואל, יעצט קען מען ווייטער אינפארסען די דרעס קאוד!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:39 pm

· #178000
ניו יארק
berlbalaguleh
לעמאן דזשוס
איז דאך מדינת ישראל גאר דער מלכות של חסד מיטן דערלאזן די ריזיגע פלאקאטן אין מאה שערים, און אמעריקא די מלכות הרשעה!

נו, איך בין מוחה בכל תוקף ועוז אקעגן די דברי מינות וציונות וואס ווערן דא געשריבן. מדינת ישראל וועט קיינמאל נישט זיין קיין מלכות של חסד. וואס זיי זענען יא, האב איך נישט קיין כח אויסצורעכענען. אלעס.
הרב י.מ. סופר. דו זעהסט איך האב מוחה געוען. או.קעי.: מענטשן וועלכע ליינען נישט דיינע הייליגע ארטיקלען ווילן נישט פארשטיין אז מ'טאר אפילו נישט קוקן אויף בילדער וואו מ'זעהט ערליכע יודן וואס דאווענען שחרית אין די ארמיי אין ארץ ישראל, ווייל מ'קען ח"ו קומען צו מחשבות פון משבח זיין די ציונים, ר"ל מהאי דעתא. כל שכן וק"ו ארויסשרייבן אזעלכע דברי בלע. ווי שעימט מען זיך נישט אנצורופן די מדינה הידועה אלס "מלכות של חסד", ר"ל. ווייסט עטץ דען נישט אז די ציונים שטייען אויף די גאסן פון די מדינה הטמאה און שיסן ערליכע יודן, ברכיים אשר לא כרעוללבעל הציוני.

מיין קאפ טוט מיר שוין וויי, אויף וועליכע זייט ביסטו? עס איז דען פורים היינט???

מ'דארף אפילו נישט ליינען צווישן די שורות צו זעען אין וועלכע דירעקשאן די תגובה איז. איך בין דיר נישט חושד (אויב דו הערסט נאך. ווייל דו שרייבסט שוין לאנג נישט דא.) אז דו ווייסט נישט די בעיסיקס. ווער "הרב" ישראל מ. סופר איז. און וואס ער שטעלט מיט זיך פאר. מ'קען נישט לערנען קמץ אלף פאר מ'לערנט פשוט אלף בית. 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😮

קרעקער » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:53 pm

· #178006
UJO שיקט ארויס א טוויט אז ס איז זייער ארבעט זייער לויערס וואס האבען עס ערלעדיגט
2 מיניט נאכדעם שיקט UJCARE ארויס א טוויט אז סאיז זייער קרעדיט

ווער איז דא דער שגץ וואס וויל נעמען אימזיסטע קרעדיט?

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:58 pm

· #178008
נולד מאוחר
די משפחה האט די וואך באשריבען די מעשה. די לויער וואס פארטרעט די אידשע געשעפטן טענהט אז סאיז נישט קיין דיסקרימענאציע קעגן פרויען ווייל די תקנות זענען פאר מענער אויך. און זיי האבן אנגעפרעגט ביים מחבר ספר עוז והדר לבושה, א ספר וואס האט מלקט אלע חומרות איבער צניעות ביי פרויען, און די מחבר איז טאקע מיעד אז ער וואלט געקענט מאכן א גאנצע ספר אויף צניעות פאר מענער.

מיר קוקט דאס אויס ציזיין נישט ריכטיג. מעגן מענער נישט גיין ציט shorts, sleeveles, barfoot, low cut neckline.?

כהאף רב פאלק האט נישט קיים איבריגע צייט, כציטער ער זאל נישט פארשקלאפן די מענער אזויווי ער האט געטאן מיט די פרויען.

כ'ווייס ס'איז באלד דריי חדשים שפעט, אבער בעסער שפעט ווי קיינמאל.
מענער מעגן גיין מיט barfoot, low cut neckline, פונקט ווי פרויען. אדרבא, זאל ער ארויסגעבן א ספר פאר מענער אויך וועט מען פלוצלים געוואר ווערן אז ער איז א דזשאוק.

יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:10 pm

· #178012
מיט די יעצטיגע בשורה אז מען האט אפגעווארפן די אנקלאגן קעגן די געשעפטן וואס דיסקרימינירן קעגן פרויען איז נאכאמאל באשטעטיגט געווארן לעיני העמים והשרים דאס וואס מיר מיר חסידישע אידן שרייען שוין יארן: דער געריכט אין ניו יארק איז דורכגעפוילט ביז'ן סוף.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:10 pm

· #178013
געפילטע ,איינער שטערט דיר צו גיין בארפיסיג? ווילסט גיין אין דעם וועטער בארפיסיג גאו עהעד וועם שטערט עס.

מ. גליקמאן » דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:12 pm

· #178015
קרעקער
UJO שיקט ארויס א טוויט אז ס איז זייער ארבעט זייער לויערס וואס האבען עס ערלעדיגט
2 מיניט נאכדעם שיקט UJCARE ארויס א טוויט אז סאיז זייער קרעדיט

ווער איז דא דער שגץ וואס וויל נעמען אימזיסטע קרעדיט?

קודם כל די חילוק איז באלד צוויי שעה נישט צווי מינוט..
צווייטנס, יו דזשעי או גיבט קרעדיט פאר די לאויער פירמע וואס זיי האבן אריינגעברענגט, און יו דזשעי קעיר נעמט קרעדיט פאר זיך.. יעצט זאג אליין ווער ס'איז גערעכט.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:04 pm

· #178042
די טאג וואס די פסק איז ארויס זאל נקבע ווערן לדורות פאר א יום טוב פאר די ניו יארקע אידנטהום, די טאג ווען מיר האבן צוריקבאקומען אונזער פרייהייט צו טוהן וואנזיניגע משוגעת'ן ככל העולה על רוחנו ועל רוחו של צימערמאן.
די טאג וואס האט פארזיכערט אז מער וועלן קיין בורוועסיגע פוס נישט באטרעטן געשטעטנער'ס פרינטינג און טוב טוב, און נישט מאכן קיין הרהורים פאר אונזערע געפלאגטע מענער זיי זאלן נישט ווערן צוהיצט פון זעהן אפענע לייב ביי פרעמדע פרויען.
נעבעך נעבעך אדא היא דכתיב געווינען די שלאכט און פארלוירן די מלחמה

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:07 pm

· #178043
איך אויך
געפילטע ,איינער שטערט דיר צו גיין בארפיסיג? ווילסט גיין אין דעם וועטער בארפיסיג גאו עהעד וועם שטערט עס.

גראדע איז פאריגע וואך ביים זכר יא געווען דזשעלי בינס.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:09 pm

· #178044
וועלכע הכשר

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:34 pm

· #178063
יאמפלע

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:44 pm

· #178447
קורטיס און קובי רעדן יעצט דערפון. קובי איז דאך א לויער.. זיי האבן א נייע סעגמענט Jews in the news...

ראן קובי זאגט אז סאטמאר איז גערעכט מיט דעם קעיס

יעצט נעמען זיי קאלס צו הערן דעת הקהל

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:48 pm

· #178449
דער ערשטער רופער איז דערקעגן. דער צווייטער זאגט אז אלע רעסטאראנטס האבן דרעס קאודס מעגן אידישע געשעפטן אויך האבן.

יעצט רופט אריין א געשעפט אייגענטומער פון ליע עוו. !

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:21 pm

· #178520
שעפטל
אלע טשארטשעס אפגעווארפן!

ב״ה אשר לא השבית לנו גואל, יעצט קען מען ווייטער אינפארסען די דרעס קאוד!

ניין. ווייל א טייל פונ'ם אפמאך איז אז מ'קען נישט צווינגען. נאר בעיטן. בכל לשון של בקשה. "טייערע היפיס און -פארטא-ריקאנער. איך בעיט ענק....." 🙄 😂 😠 😛 😮