☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דבילה איז צוריק - 'ך טו תשובה!

דבילה איז צוריק - 'ך טו תשובה!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2943

דבילה » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:11 pm

· #86968
דבילה איז צוריק - 'ך טו תשובה!
יא, איר הערט גוט! 'ך טו תשובה און כ'בין צוריק!

שלום עליכם וברוכים הנמצאים.

שוין א לענגערע צייט וואס 'ך האב ווייניג צייט פארבראכט אויף די אינטערנעץ. די סיבות דערפאר זענען פיל, א חלק דערפין שלום בית, א חלק דערפין פרנסה, און יא, א חלק דערפין אידישקייט.

ווי נישט, אלץ א געבוירענע חסיד, פיל 'ך זיך שטענדיק ליידיק און לער פון א חיות אין תורה וקדושה און רעדענדיק מיט מיין רב, אן אויסנאם תלמיד חכם און ירא שמים ברבים, האביך אסאך געהערט אז מיין אינטערנעט אנשטעקעניש איז דערין שולדיק הונדערט פראצענט. 'שטייטזיך אז בעוה"ר איז תורה וקדושה א שוואכע מאטיוואציע אויף צו טוישן דעם לעבנסשטייגער, האט מיר מיין משפחה טעראפיסט מסביר געווען ווי דאס פאר'הרג'עט מיין שלום בית עד כדי כך אז תוצאותיו מי ישורנו, און טאמער וועלעך נישט בקרוב פטור ווערן פון דעם קשר מיינעם צו די זאמביס אויף די אנדערע זייט פון די ליניע אין ק"ש איז מיין גאנצע פאנטאזיע פון קענען חתונה מאכן מיינע אכט קינדערלעך אינאיינעם מיט נוות ביתי שתחי' אויסגעבלאזן. און ועל כולם, האבן די עסקנים וואס האבן איבערגענומען מיינע חובות זיך גענומען צו די ביינער מיינע און די אזנים לכותל האבן מיר מודיע געווען וויאזוי זיי פלאנירן מיר נאך צו קוקן צו פארשטיין פארוואס כ'האב אזוי ווייניג שעות על המחיה ועל הכלכלה.

מורי ורבותי, 'סארא אנטוישונג! כ'בין זיכער געווען אז מיין דאווינען 'עט האבן עטוואס מער א אידישן טעם. א ברכה אין די תורה מיינע. עפעס מער א געפיל ווען כ'טו עפעס אידישלעך. וואס זאלעך זאגן, אלעס איז ווייטער געגאנגען מיט'ן פיטום אראפ. כ'ווארט פאר'ן טויש און ס'שטעלט זיך אויס ווי א תוחלת ממושכה. אוי, די הארץ איז מיר שוין קראנק! גענוק געווען! און די שלום בית? א בוידעם. די פארלאנגן פון מיין חשוב'ער הויזגעזונט ווערן נאר מער ווי א טאג גייט פארביי. דער נצחון האט זעט זיך אויס נאר פארשטעקערט איר תאות השליטה, און די מער צייט וואס כ'האב פלוצלינג געטראפן מיר איר צו פארברענגן ערמעגליכט איר נאר מיר מער צו פייניגן. און ווי די מקובלים זאגן, דארט ווי די שלום בית איז אויפ'ן בוידעם איז די פרנסה אין דער ערד, האט זיך מיין פרנסה אויך קיינמאל געהויבן. די חובות וואקסן ווי אויף הייוון און די איינקאסירערס וואס רודפ'ן מיר מערן זיך ווי די פליגן. אקיצור, די תורה, שלום בית, און פרנסה זענען אלע ווייטער אין דער ערד, און דאס ביסל הנאה וואס כ'האב אמאל געהאט פון כאפן א בליק אויף יוטוב, א געשרייבעכץ אויף ק"ש, א שטיקל נייעס, א שטיקל ליצנות אויף טוויטער, און דאס אלעס האביך אוועק געווארפן פארוואס? פאר אנדערע מענטשנ'ס איינרעדענישן אויף וואס 'עט מיר בעסער מאכן? אויף וויאזוי א פאר נערנים (אדער איך נער פאר'ן גלייבן...) האבן מיר גענומען אויפ'ן גילט טריפ? אויף דעם לייד איך? גענוק געווען!

קץ שם לחושך! פון היינט און ווייטער ביניך צוריק צו טון וואס 'עט מיר מאכן צופרידן. נישט מיין רב, נישט מיין ווייב, און נישט מיינע איינקאסירערס. און דרייטס מיר נישט קיין קאפ אויף חילוקים פון צופרידנקייט און פרייליכקייט. וואס 'עט מיר מאכן פרייליך, און וואס 'עט מיר מאכן צופרידן, אדער וואס 'עט מיר מאכן רואיק, אט א דאס 'על 'ך טון! נישט מער און נישט ווייניגער!

סאו מורי ורבותי, דא ביניך אויף ק"ש גרייט הנאה צו האבן און מאכן א לעבן. אויב איז דא נישט די פלאץ 'עלעך גיין צו אייוועלט. אויב ביניך נישט צופרידן אויף אייוועלט, 'עלעך אפשר אריינקוקען וואס דאס באדייט ספר הפנים. אבער עכ"פ רוען 'עלעך נישט! צופרידן 'עלעך זיין.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:04 pm

· #86984
דבילה, נישט אפגעליינט דיין בריוו אינגאנצן, איך בין פארנומען אביסל, אבער לויף שנעל אריין אינעם פארמעסט אשכול.

יתרו » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:17 pm

· #86991
צו דו ביזט גערכט צו נישט ווייסעך נישט אבער יעדעס ווארט איז מתוק מדבש

בן תמליון » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:46 pm

· #87028
איך בין מיט אייך דבילה, איר האט גוט געטוהן איר האט פרובירט דעם מסירות נפש אבער איינמאל עס איז קלאר דער אינטערנעט איז נישט דער גורם צו די פראבלעמען האט נישט קיין שום זין זיך צו פייניקן. פאר געוויסע איז דער אינטערנעט א פראבלעם אבער פאר כמעט אלע פון אונז העלפט עס זיך אויסשמועסן די נערוון, זען אביסל נייעס אא"וו. עס מאכט א רואיגערע טאטע און מאן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:04 pm

· #87088
דא איז אדר טאלק באלאנגט אין שמייכל, אדער אמת יסורים?

טעפל » פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:10 am

· #87178
נולד מאוחר
דא איז אדר טאלק באלאנגט אין שמייכל, אדער אמת יסורים?

איך האב אויך געהאט די קשיא. דבילה קענט גיין וואו דו ווילסט אבער בלייב אויך דא!! און דער באשעפער זאל דיר געבען מלוא חפניים פון אלעס וואס דו דארפסט!

ידען » פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:13 am

· #87190
Welcome back
דבילה.

מע האט דיך שוין לאנג טאקע נישט געזעהן.

ישר כח פאר די עצה ווייל כאב אויך געטראכט צו טרייען אז כעל מאכען מער געלט אויב כעל נישט שרייבען אבער וואס ועלעך דעמאלטס טוהן פאר פאן און זיך אויסגעבען?

רוען עלעך נישט. צופרידען עלעך זיין 👍

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:53 am

· #87615
איך בין מסכים מיט אנאנים 100%. כ'על נאך צולייגן, אז ס'איז פארהאן מענטשן וועלכע זענען "ביזי באדי'ס" און קהל''ס פארזארגערס וואס פיהלן אז זיי האבן ווייניג פאוער אדער נישט גענוג וועגן אויסצודרוקן זייערע מיינונגען, כאילו מ'האט זיי געפרעגט. ווען ס'דאכט זיך זיי אז זיי האבן געטראפן א מענטש אויף ועם זיי קענען געועלטיגן, לאזן זיי נישט אדורך אזא געלגעגנהייט.

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:22 pm

· #87932
יעדער איינער פארשטייט אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם מיט נישט געפילטערטע אינטערנעט. אפשר איז עס נישט הונדערט פראצענט פונעם פראבלעם, אבער 70 פראצענט זיכער. ווער עס זאגט אנדערש, מאכט זיך טויב, שטום, און בלינד

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 18, 2013 3:45 pm

· #88298
אז די ביסט שוין יא צוריק, ביטע קוק דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/88287">viewtopic.php?p=88287#p88287</a><!-- l -->

דבילה » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:02 pm

· #325466
הדר קבלוה..

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:04 pm

· #325467
געדענק אבער אז צוליב הדר קבלוה איז נאך ביז היינט מודעה רבה לאורייתא...