"רובאשקין" פרשה
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #294
"רובאשקין" פרשה
לעצטנס הערט מען גארנישט וועגן רובאשקין, ווייסט איינער וואס איז געווארן מיטען סופרים קארט צי זיי האבן יא אדער נישט אנגענומען די קעיס ?
Re: "רובאשקין" פרשה,
היינט מאנטאג גייט מען אריינגעבן די פאפירן אין סופרים קאורט.
Re: "רובאשקין" פרשה,
ווער עס קען זאל זאגן די פאלגענדע קאפיטל תהלים:
קמב [א] מַשְׂכִּיל לְדָוִד בִּהְיוֹתוֹ בַמְּעָרָה תְפִלָּה. [ב] קוֹלִי אֶל יְהוָה אֶזְעָק קוֹלִי אֶל יְהוָה אֶתְחַנָּן. [ג] אֶשְׁפֹּךְ לְפָנָיו שִׂיחִי צָרָתִי לְפָנָיו אַגִּיד. [ד] בְּהִתְעַטֵּף עָלַי רוּחִי וְאַתָּה יָדַעְתָּ נְתִיבָתִי בְּאֹרַח זוּ אֲהַלֵּךְ טָמְנוּ פַח לִי. [ה] הַבֵּיט יָמִין וּרְאֵה וְאֵין לִי מַכִּיר אָבַד מָנוֹס מִמֶּנִּי אֵין דּוֹרֵשׁ לְנַפְשִׁי. [ו] זָעַקְתִּי אֵלֶיךָ יְהוָה אָמַרְתִּי אַתָּה מַחְסִי חֶלְקִי בְּאֶרֶץ הַחַיִּים. [ז] הַקְשִׁיבָה אֶל רִנָּתִי כִּי דַלּוֹתִי מְאֹד הַצִּילֵנִי מֵרֹדְפַי כִּי אָמְצוּ מִמֶּנִּי. [ח] הוֹצִיאָה מִמַּסְגֵּר נַפְשִׁי לְהוֹדוֹת אֶת שְׁמֶךָ בִּי יַכְתִּרוּ צַדִּיקִים כִּי תִגְמֹל עָלָי.
Re: "רובאשקין" פרשה,
[ציטאט אראפגענומען]
יו גאט איט.
RUBASKIN
Did anybody hear any news on the rubashkin case if you did can you please let us chavairim now what's the good news !
לאדיך אפ[ציטאט אראפגענומען]
יו גאט איט.
אויב נעמסטע אן אז משיח וועט נישט קומען אין די קומענדיגע 27 יאר.
אדער אז אבאמא/ראמני (אדער איינער נאך זיי) וועט אים פארדאנירן.
ווען איך וואלט געווען דער באשעפער וואלט איך געגעבן יענע מעשה פאר ריכטערין ריעד. פארוואס קען מען נישט זעהן עפעס ג-ט'ס האנט אינעם היינטיגן הסתר פנים? זאלן שוין די גויים אויך איינזעהן אז ס'דא א אידישע באשעפער אויף דער וועלט!
דעם איט! 😠
זר זהבווען איך וואלט געווען דער באשעפער וואלט איך געגעבן יענע מעשה פאר ריכטערין ריעד. פארוואס קען מען נישט זעהן עפעס ג-ט'ס האנט אינעם היינטיגן הסתר פנים? זאלן שוין די גויים אויך איינזעהן אז ס'דא א אידישע באשעפער אויף דער וועלט!
דעם איט! 😠
טראכסט אז ריכטערין ריעד וואלט צוזאמענגעשטעלט די סיבה? דו מיינסט אז כדי זיך צו ראטעווען פון די מחלה וואלט זי שנעל איבערגעשריבן א פסק אים ארויסצולאזן?
און וואס איז מיט די אלע אנדערע דזשאדזשעס, אמת'ע רשעים? למשל פאר מרדכי יצחק סאמעט וואס זיצט 20 מאל לענגער ווי ענליכע עבירות (אקעי, ער האט נישט געוואלט אננעמען קיין פליע בארגעין, באט סטיל).
די צינישע רשעות מיט וואס זיין דזשאדזש'טע האט גערעדט צו אים איז דאך אין לשער.
און פאר רובאשקין אויכעט.
(אינטערעסאנט. אלע פרויען?)מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט אמונה אין די שווערע צייטן. מיר וואלטן אלע געוואלט זעהן זאכן אנדערש. קוק אזא מעשה ווי הרב משה אליעזר זיגלמאן שליט"א לרפו"ש.
אדער הרב וויינגארטן לרפו"ש וואס זיצט קראנק אין מאקסימום-סעקיוריטי תפיסה אין ווירזשיניע פאר 30 יאר.
דער אויבערשטער האט זיך זיינע שיטות, "עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין"...
מיר וועלן נאך אמאל פארשטיין די אלע אומפארשטענדליכע חשבונות, און דאן זאגן "אודך ה' כי אנפת בי". "אודך כי עניתני ותהי לי לישועה".
דערווייל ווילאנג אונזער הארץ גייט אויס, קענען מיר נאר מתפלל זיין, און גלייבן אז יעדע תפלה טוט אויף, גארנישט גייט נישט לאיבוד. און האפן פאר די ישועה בקרוב.
און אז מ'קען, שרייבן בריוון אדער באזוכן די אידן. It's the least we can do...
איך האלט אז זי וואלט עס מעגליך צאמגעשטעלט, און אז נישט קען השם מאכן אז א טאג נאכדעם וואס זי באקומט די דייעגנאז זאל איר הויז אפברענען! און אויב נאך אלץ נישט זאל א טאג שפעטער אירס אן אייניקל אין א עקסידענט אומקומען!
פארוואס וויל איך דאס? ווייל א האלב יאר צוריק ווען כאב מיר געטראפן מיט א חבר וועם איך זע נישט קיין סאך, און אונדז האמיר פאררייכערט א ציגארעטל אין קאר בשעת'ן אויסשמועסן אונזערע (איינגערעדטע) פראבלעמען, האב איך זיך אנגערופן: שוין משיח וועט איין טאג קומען. געט ער זיך א מורמל אונטער: יא, משיח קומען... פרעג איך אים: גלייבסט? זאגט ער מיר: ניין!
איך בין נישט קיין ערליכער, איך האב אבער ליעב צו פארשטיין וויאזוי מענטשן טראכטן. געב איך אים א פרעג: וואס הייסט דו גלייבסט נישט אז משיח וועט קומען?? ס'דאך איינע פון די אני מאמינ'ס וואס מ'מוז גלייבן, אז נישט איז מען קיין איד נישט. "אקעי - זאגט ער - איך גלייב אבער נישט" קענסט מיר שיסן, וואס זאל איך טוהן?"
ער איז א יוגערמאן מיט בארד און פיאות, נישט א באם נישט א להעכיס'ניקער, דאווענט 3 מאל א טאג. און ער גלייבט נישט!
און איך בלעים אים נישט!
אין און תורת משה גלייבט ער יא ?!, מסתם נישט, נו, לכאורה קומט נישט זיין נישט גלייבען פין טראכטען אין קומען צי די מסקנה אז ער גלייבט נישט, מסתם איז ער פשוט צימישט, אין דער בעל דבר פירט עם גוט ארום,
זאג עים צי עפענען א אשכול דערוועגען, אין ציזאמען וועט מען פרובירען עים צי ארויפפירען אויף די ריכטיגע רעלסען,
פראפעסאר שפיראאון אין תורת משה גלייבט ער יא ?!
יא!
איעדער איד איז געבוירן גלייבעדיג, ס'ליגט אונז אין די בלוט, כדי נישט צו גלייבן דארף מען שווער ארבעטן, סא איך האלט אז טיף אינעווייניג גלייבט ער באמת יא, נאר ער איז פשוט מיואש, א בחינה ווי די אידן אין מצרים ווי עס שטייט ולא שמעו אל משה, זיי האבן אלע געוויסט אז סוכ"ס גייען זיי ארויסגיין אבער זענען געווען אזוי דערביטערט אז ווען משה איז זיי געקומען איבערגעבן די בשורה האבן זיי נישט געוואלט צוהערן.
אנחנו מאמינים בני מאמינים וגו'..
'געבוירן גלייבעדיג' מיינט גלייבן אין באשעפער. איז א איד וואס איז געבוירן געווארן (און געשטארבן) בזמן שבית המקדש היה קיים, געבוירן געווארן גלייבענדיג אז משיח גייט קומען? וועלכע משיח?
גלייבן אין תחיית המתים איז אלעמאל געווען.
איך האב נישט גערעדט פון תחיית המתים
זר זהבפראפעסאר שפיראאון אין תורת משה גלייבט ער יא ?!
יא!
אין תורת משה (וואס דאס מיינט תורה שבכתב אין תורה שבעל פה) שטייט אז משיח גייט קומען, סאו טאמער גלייבט ער נישט אין ביאת המשיח דאן גלייבט ער
נישט געהעריג אין תורת משה,
זר זהבאיך האב נישט גערעדט פון תחיית המתים
גערעכט אבער תחיית המתים גייט דאך זיין ווען משיח גייט קומען, אויב ער גלייבט אין תחיית המתים גלייבט ער דאך זיכער אין משיח.
שמעקעדיגקוק אזא מעשה ווי הרב משה אליעזר זיגלמאן שליט"א לרפו"ש.
איז ער נישט געזונט?
ער ליידט אויף די נירן, צווישן אנדערע שוואכקייטן.
נאך פאר די תפיסה?
וואס זענען די טשענסעס אז די סופרים קארט זאל אננעמען די קעיס?
א גוט געבענטשט יאר אלע מיינע טייערע חברים דא, איך האב ערליך געבעטן יום כיפור פאר ר' שלום מרדכי בן רבקה זאל אויסגעלייזט ווערן ווי שנעלער.
מיך באדערט נאר דא איין זאך, איך האלט אז מ'מאכט חוזק פונעם ציבור. איך ווייס נישט צו ס'קומט פון די ארגענעזירערס פון די רובאשקין קאמפיין צו פון אנדערע מענטשן, איך רעד פון טראגעדיג מאכן כלל ישראל יעדן צווייטן טאג, יעדער צווייטער רעדט זיך איין יעדע פאר וואכן אז יעצט און טאקע יעצט גייט עס קומען און מ'גייט פיינעלי ארויסלאזן רובאשקין מאפילה לאורה, און נאכדעם ווען מ'כאפט א זעץ איז דער עולם דעפרעסט אויף טויזענט. איך רעד דא פון די דרייווס פון:
[list]בריוון פון קאנגרעסלייט,
פארהערן אין קאנגרעס,
פעטיציע דרייוו פאר אבאמא (איך געדענק נאך ביי די פעטישן וואס מען האט געשיקט צים ווייסן הויז מען האט אריין געברענגט אונטערנעט אין אלע שולן צי חתמ'נען ווען ס'איז אנגעקומען צי 50 טויזנט האבן די רובאשקין חברה געוואקט אין די ברייט אין מען האט געזאגט דאס ווייסע הויז גייט מיזן נעמען א שטעלנונג שטייטזיך פין ווייסן הויז איז דאס ארויס געפלויגן כבולעו כך פולטו...),
יו-טוב קליפס,
זינגערס קליפס,
100 טויזענט חתימות אז די סופרים קאורט זאל עס אנעמען
ועוד ועוד.. [/list:u]
איך זאג נישט אז מ'טאר עס נישט טוהן, נאר וואס איז די פשט אז מ'דרייט אן די עולם אז דאס איז די "לעצטע שאנס" ווי מ'גייט ארויסנעמען רובאשקין, און חוץ דעם וואס דער עולם ווערט זייער אפטעמיסטיק, איז עס ע"פ רוב ניטאמאל אמת.
נעמט א שטייגער דא וועגן די סופרים קארט, דער עולם האט זיך ארומגעדרייט מיטן קאפ אראפ אז זיי האבן עס נישט אנגענומען ווען אין פאקט דער סופרים קאורט קוקט יעצט אריבער 9000 קעיסעס. זיי האבן נאך קיין איינס נישט רידזשעקטעד. וואס זיי האבן געטאן איז אן אלטער מנהג פון סופרים קאורט צו מעלדן א 6 קעיסעס וואס זיי נעמען יא אן. דעטס איט. די איבעריגע מעלדן זיי קיינמאל נישט פאר א וואך. אבער דער עולם ווייסט שוין פון א פרישע ספין אז מאנטאג איז דער קריטישסטע טאג, ווען אין פאקט אויב זיי מעלדן עס נישט מאנטאג איז עס נאך אלס נישט פערטיג און זיי קענען זיך אויפוועקן שפעטער און עס יא אננעמען.
עניוועיס, מ'דארף מתפלל זיין אבער נישט פארשוואנגערן דעם ציבור.
מיטן היינטיגן ביזי סקעדזשועל, ווען די אלע הונדערטער אדווערטייזער ווילן זיכער מאכן אז זייער מעסעדזש גייט אריין אין דעם קאפ פון יעדן שמויגער, אפגעזעהן ווי ביזי ער/זי איז, מוז מען כסדר טרעפן און אויפקומען מיט נייע מאדנע מיטלען און שלא כדרך הטבע'דיגע עדס, אז דער ביזי מענטש זאל אויסדרייען זיין קאפ און כאטש א קוק טאן.
אז מען וויל די אטענשאן פונעם עולם מוז מען זיי פארשוואנגערן.... שטייסטע?
און אז ער קוקט שוין וואס וועט דעמאלטס זיין?
אני הצעיר בין ב"ה זייער באהאווענט אין די ענינים ממילא בין איך קיינמאל געווארן צו עקסייטעד,
איך האב אנטיילגענומען און מעודד געווען אלע פעולות וואס מ'האט געטאן פאר זיין באפרייאונג,
אבער איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין הויכע עקספעטעשנס, ממילא בין איך קיינמאל דיסעפוינטעד געווארן,
אפשר דארף מען טאקע בעסער עדיוקעטן דעם ציבור צו פעיסן דער טונקעלער פאקט, איך האלט ס'העט נישט פארמינערן די חשק צו טאן,
למשל איך גיי יעצט זאגן אין פנים אריין פארן ציבור דעם קאלטן אמת:
ע"פ דרך הטבע זענען די שאנסן גאר שוואך אז רובאשקין זאל ארויסקומען פון תפיסה פאר 5 יאר,
כאף איך האב קיינעם דעפרעסט אדער קיינעם אנטמיטיגט צו ארויסהעלפן פאר זיין באפרייאונג,
למעשה די אלע פעולות וואס מ'טוט זענען פארט די "איינציגע" אקטיוויטעטן וואס געבט עפעס א שאנס אז זאל צוברענגען נענטער צו זיין באפרייאונג,
און מ'מוז טאן וואס מ'קען טאן און קיינמאל אויפגעבן,
למשל די ווייסע הויז פעטישן, כל מי שיש לו מח בקדקד וואלט קיינמאל עולה על הדעת געווען אז דער פרעזידענט פון לאנד בכבודו ובעצמו
זאל אין "פובליק" נעמען א שטעלונג אויף אזא ענין,
מיט דעם אלעם האט מען עס גמוזט טאן, איינס צו הייבן אויפמערקזאמקייט, צווייטנס איז צום האפן אז זייער מעגליך אז דער פרעזידענט שטאב האט אפשר יא גענומען א סימפאטישע שטעלונג, אבער מיר ווייסן נישט דערפון ווייל ער קען נישט רעדן אין פובליק,
הרבה נשאר בקולמוס ועוד חזון
אט אזוי! אבי איינער נעמט שוין די פעדער און איז דא אביסל מסביר וואס מ'דרייט דא אן.
ס'איז זעכער אז מ'דארף טאן פאר א איד וואס איז באשטראפט געווארן מיטן ארגסטן שייך, איך ווייס נישט צו א כמעט-מערדער האט אפילו באקומען אזאנס ר' שלום מרדכי האט באקומען, איך מיין צו זאגן איינער וואס איז די ערשטע מאל באגאנגן א קריים וואס כ'מיין רובו דרובה מענטשן באגייען ביים אויספילן א קרעדיט קארד אפליקעישאן אדער מארגעדזש. אבער דעס וואס דער עולם דרייט זיך ארום מיט האפענונג יעדעס מאל וואס מ'ליינט איז א משוגעת! מ'לייגט אראפ אז אט מיט דעם איז מען מקיים די פדיון שבוים פון ר' משה לייב סאסוב'ער און אט אט קומט שוין רש"מ ארויס.
איך מיין אפילו די SCOTUS נעמט אן די קעיס קען עס נאך אויך געדויערן זייער לאנג ווילאנג ער גייט ארויסקומען, ספעציעל אויב זיי גייען עס צוריק אראפשיקן צו די לאוער קארט
אפשר וואלטען די עסקנים געברויכט מאכען א ריזען הפגנה פארענט פין דעם בנין פין סופרים קארט, למען ישמעו, זיי זאלען וויסען אז מיט חסידישע אידען הייבט מען זיך נישט אהן.
צוריקגעבן פאר יעדן די געלט
מיינט דאס אז מען גיט אויף, אדער מען קען נאך עפעס טוהן?
די איינציגסטע עצה איז געבליבן צו שרייבן אין אלע צייטונגען מיט גרויסע ווערטער "ולה' הישועה"!
סיריעסלי, דער מצב איז נישט גוט. ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.
חנינה, פארדען,
טאקע זייער א ווייטע און שוואכע שאנס, אבער ווי געשמועסט די ביז איצטיגע אקטיוויטעטן האבן אויך נישט געהאט קיין שטארקע שאנסן,
מיין השערה זאגט אז אבאמא וועט ענדערש פארדענען ווי ראמני,
איך האב זייער שוואכע ציטרוי אז א מארמאן, א קאלטער ביזנעסמאן מיליאנער, זאל האבן סיי וואסערע געפיל צו א חרדישע איד,
די צרה איז אבער אז נארמאל - דאס איז נישט קיין געשריבענע געזעץ - אבער דער נארמאלער פראצעדור איז
אז סנישטא קיין רעדע פון א פארדען איידער דער באשולדיגטער ערפילט נישט א שיינער חלק פונעם עונש,
דאס מיינט בנידן דידן א טערמין פון 27 יאר מיינט בערך 10 יאר רח"ל איידער מ'רעדט פון א פארדען
דער אמת איז אז טעקניקעלי קען דער פרעזידענט פארדענען סיי ווען איהם שמעקט
אבער ער וועט נאר ארויסגיין פון וועג צו שענקן א פריע פארדען אז ער האט א סיבה,
און דאס קען נאר געשען מיט הייבן אויפמערקזאמקייט ביים פובליק, פאליטישע אונטערווענצן וכדומה,
און גרויס רחמי שמים, ונס גדול מן השמים
דער אינטערשטע שורה איז דער רובאשקין איז נעבעך אויף גרויסע צרות,
און מיר טארן נישט מיואש ווערן, און טאן וואס מ'קען
יאך האלט אז דער קעיס איז שלעכט באהאנדעלט געווארען, הן אין מכעיס זיין דער שופטת, הן אין דער אויסגעשפראכענע קללות קעגען איר אלס אנטיסעמיט.
קען זיין עס איז אמת, אבער לא זו הדרך, מען שלאגט זיך נישט מיט א גוי.
כל זמן מען איז אין גלות דארף מען זיך מכניע זיין פארען גוי, אזוי האט דער זיידע יעקב געטוהן, און לעצטענס האט דער ספינקער רבי אזוי געטוהן און איז טאקע בעזרת השם ארויס מיט גארנישט.
גיי זיי מסביר איינער וואס האט געלעבט ווי א מלך זיך מכניע זיין, און נאך צו א רשענטע, אבער וואס קען מען טוהן.
גלות גלות.......
איחוד פעלדיאך האלט אז דער קעיס איז שלעכט באהאנדעלט געווארען, הן אין מכעיס זיין דער שופטת, הן אין דער אויסגעשפראכענע קללות קעגען איר אלס אנטיסעמיט.
קען זיין עס איז אמת, אבער לא זו הדרך, מען שלאגט זיך נישט מיט א גוי.
כל זמן מען איז אין גלות דארף מען זיך מכניע זיין פארען גוי, אזוי האט דער זיידע יעקב געטוהן, און לעצטענס האט דער ספינקער רבי אזוי געטוהן און איז טאקע בעזרת השם ארויס מיט גארנישט.
גיי זיי מסביר איינער וואס האט געלעבט ווי א מלך זיך מכניע זיין, און נאך צו א רשענטע, אבער וואס קען מען טוהן.
גלות גלות.......
איך מיין לעניית דעתי אז מען האט זיך אדורך געשמוסט מיט קליגערע מענטשן ווי דיר פאר יעדע טריט און שריט
Re: "רובאשקין" פרשה,
Washington – Nat Lewin Says: Rubashkin Legal Battle is Not Over, in American History of Famous Cases That will Not Die. <a class="postlink" href="http://t.co/xdP1G7fv">http://t.co/xdP1G7fv</a> -- Fake VosIzNies (@vosiznies)
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
קליגער אידאיחוד פעלדיאך האלט אז דער קעיס איז שלעכט באהאנדעלט געווארען, הן אין מכעיס זיין דער שופטת, הן אין דער אויסגעשפראכענע קללות קעגען איר אלס אנטיסעמיט.
קען זיין עס איז אמת, אבער לא זו הדרך, מען שלאגט זיך נישט מיט א גוי.
כל זמן מען איז אין גלות דארף מען זיך מכניע זיין פארען גוי, אזוי האט דער זיידע יעקב געטוהן, און לעצטענס האט דער ספינקער רבי אזוי געטוהן און איז טאקע בעזרת השם ארויס מיט גארנישט.
גיי זיי מסביר איינער וואס האט געלעבט ווי א מלך זיך מכניע זיין, און נאך צו א רשענטע, אבער וואס קען מען טוהן.
גלות גלות.......
איך מיין לעניית דעתי אז מען האט זיך אדורך געשמוסט מיט קליגערע מענטשן ווי דיר פאר יעדע טריט און שריט
קען זיין.
און פין וואנעט ווייסטו?
ק זענען שטיקעל צוקריגט!
בדרך אגב, די וואס ווייסען פארשטייען אז נישט די עסקנים האבען גענומען דעם וועג, נאר דער בעל מעשה אליין. סא
סתם ענטפערען מיט אזעלכע סטעיטמעננטס ווייזט אז די מיט דיין ני
איך מיין לעניית דעתי אז מען האט זיך אדורך געשמוסט מיט קליגערע מענטשן ווי דיר פאר יעדע טריט און שריט
ווי למשל?
רעכען מיר נישט אויס דע וואס האבען דא געמאכט געלט
ויי נוט לעווין שרייט נאך אלס אז סאיז נישט אווער
און גערעכט איז ער ווי לאנג דער עולם באווארפט עם מיט געלט איז עס נישט אווער
[ציטאט אראפגענומען]
WOW this is a man "voos men ken gaiben ah kveetl "!!!
קליגער אידאיחוד פעלדיאך האלט אז דער קעיס איז שלעכט באהאנדעלט געווארען, הן אין מכעיס זיין דער שופטת, הן אין דער אויסגעשפראכענע קללות קעגען איר אלס אנטיסעמיט.
קען זיין עס איז אמת, אבער לא זו הדרך, מען שלאגט זיך נישט מיט א גוי.
כל זמן מען איז אין גלות דארף מען זיך מכניע זיין פארען גוי, אזוי האט דער זיידע יעקב געטוהן, און לעצטענס האט דער ספינקער רבי אזוי געטוהן און איז טאקע בעזרת השם ארויס מיט גארנישט.
גיי זיי מסביר איינער וואס האט געלעבט ווי א מלך זיך מכניע זיין, און נאך צו א רשענטע, אבער וואס קען מען טוהן.
גלות גלות.......
איך מיין לעניית דעתי אז מען האט זיך אדורך געשמוסט מיט קליגערע מענטשן ווי דיר פאר יעדע טריט און שריט
<a class="postlink" href="http://yourlogicalfallacyis.com/appeal-to-authority">http://yourlogicalfallacyis.com/appeal-to-authority</a>
דבילהקליגער אידאיחוד פעלדיאך האלט אז דער קעיס איז שלעכט באהאנדעלט געווארען, הן אין מכעיס זיין דער שופטת, הן אין דער אויסגעשפראכענע קללות קעגען איר אלס אנטיסעמיט.
קען זיין עס איז אמת, אבער לא זו הדרך, מען שלאגט זיך נישט מיט א גוי.
כל זמן מען איז אין גלות דארף מען זיך מכניע זיין פארען גוי, אזוי האט דער זיידע יעקב געטוהן, און לעצטענס האט דער ספינקער רבי אזוי געטוהן און איז טאקע בעזרת השם ארויס מיט גארנישט.
גיי זיי מסביר איינער וואס האט געלעבט ווי א מלך זיך מכניע זיין, און נאך צו א רשענטע, אבער וואס קען מען טוהן.
גלות גלות.......
איך מיין לעניית דעתי אז מען האט זיך אדורך געשמוסט מיט קליגערע מענטשן ווי דיר פאר יעדע טריט און שריט
<a class="postlink" href="http://yourlogicalfallacyis.com/appeal-to-authority">http://yourlogicalfallacyis.com/appeal-to-authority</a>
יישר כח.
גרעסערע שוטים ווי די זאגען אנדרעש אבער......
וואס גייט זיין מיט אים גייט ער אפזיצן 27 יאהר ?
מיקוה נייעסוואס גייט זיין מיט אים גייט ער אפזיצן 27 יאהר ?
מיין רוח הקודש איז טעמפארערי דיסקאנקטעט. סארי.
האסט נישט באצאלט פאר די חודש ?
מיקוה נייעסוואס גייט זיין מיט אים גייט ער אפזיצן 27 יאהר ?
A nes can happen & he will go free Just like M. L. Z.
gehlungenמיקוה נייעסוואס גייט זיין מיט אים גייט ער אפזיצן 27 יאהר ?
A nes can happen & he will go free Just like M. L. Z.
I think Kol mevaser took it off already !
שיינע זיסע בילדער, א שאד א טאטע זאל דאס נישט קענען מיטהאלטן.
וליכא כתובה דלא רמי ביה תיגרא, צווישען די שיינע בילדער זעהט מען צוויי פלאטשיגע-היט אידן גיין נאך געלט, וואט-די-העל זוכסטו דארט??
בד"וו, ווער איז דער רבי'לע אונטער די חופה וואס זיין אויער ציפט נישט פון קעלט?
קאווע טרינקער
בד"וו, ווער איז דער רבי'לע אונטער די חופה וואס זיין אויער ציפט נישט פון קעלט?
מען זעהט נישט זיין פנים, אבער דאכט זיך ער איז דער קאסאנער פין פערצען'טע אוועניו.
קאווע טרינקער צווישען די שיינע בילדער זעהט מען צוויי פלאטשיגע-היט אידן גיין נאך געלט, וואט-די-העל זוכסטו דארט??
די פלאטשיקע ביבער היט מיטן שווארצן בארד האט אהין דעליווערט פאר די רובאשקין פאמיליע איבער צוויי מיליאן דאלאר, איז די כח אונטער די שטאב עסקנים, און איז פארעכנט ביי די רובאשקין פאמיליע אלס א פאמיליע מיטגליד.
[ציטאט אראפגענומען]
אוי איז דאס א זיס פאלק ליובאביטש..
יואלישקאווע טרינקער צווישען די שיינע בילדער זעהט מען צוויי פלאטשיגע-היט אידן גיין נאך געלט, וואט-די-העל זוכסטו דארט??
די פלאטשיקע ביבער היט מיטן שווארצן בארד האט אהין דעליווערט פאר די רובאשקין פאמיליע איבער צוויי מיליאן דאלאר, איז די כח אונטער די שטאב עסקנים, און איז פארעכנט ביי די רובאשקין פאמיליע אלס א פאמיליע מיטגליד.
ווער איז עס?