☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער איז גערעכט, דאס מיידל אדער דער שופט?

ווער איז גערעכט, דאס מיידל אדער דער שופט?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2936

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:07 am

· #86821
ווער איז גערעכט, דאס מיידל אדער דער שופט?
מיליאנען מענטשן האבן שוין גוואטשט דעם ווידעא, וואו א שטרענגער שופט פאראורטיילט א צוווילדעוועטע מיידל אויף 30 טאג טורמע פאר דאס וואס זי האט פארשוועכט דעם כבוד פון דעם דזאדש/קאורט.
איך בין זייער נייגעריג צו הערן אייערע מיינונגען איבער דעם. דער נושא איז זיך מסתעף צו די גרויסע אומקאנטראלירטע כוח וואס א שופט האט אין אמעריקא (ע"ע טענת העו"ד פארקאש במשפט נ.וו.), דער פאקט אז ער איז א דיין יחיד, משפט'ן איינעם וואס איז אונטער די אינפלוענס פון דראגס, אאז"וו.

לדעתי, איז דער שופט א חיה רעה, ער פראוואקירט דאס מיידל און באגייט זיך מיט איהר כאילו זי וואלט געווען א שטיקל גארבעדזש.
מה דעתכם?

אוי טאטי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:14 am

· #86823
עס איז נישט ממש ווי דו זאגסט, עס קען טאקע זיין אז ער וואלט זיך נישט געדארפט באגיין מיט איר אזוי שטרענג, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און ער איז נישט אזא חי׳, נאך אלעם האט ער איר געדארפט ווייזן אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, און מען קען נישט זיין אזא אויבער חכם.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:19 am

· #86828
האו עבאוט, א ווארענונג?
האו עבאוט 2 טאג אין טורמע?
און בכלל פירט ער זיך אויף זייער בעיבי'יש א גאנצן צייט, און פלוצלינג וויל ער אז זי זאל איהם רעספעקטירן!

אוי טאטי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:27 am

· #86833
פארדעם האב איך געשריבן, אז עס קען זיין אז ער איז געגאנגען אביסל צו שטרענג, אבער דאס איז זיכער אז עס קומט איר א שטראף.
און בנוגע אז פלוצלינג ווערט ער ערענסט, איז נישט קיין טענה, ווייל זי איז געווען צו א גרויסן אויבער חכם, ער האט איר געגעבן תפיסה הערשט נאכן צוריקרופן דאס צווייטע מאל.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:29 am

· #86834
in which county/state was this?

The judge has an accent

איך זאג דיר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:18 am

· #86866
איך פארשטיי נישט איר ווייסט נאכנישט אין וועלכע מדינה מיר לעבן היינט צוטאגס? סטאלין וחביריו העטן זיך געקאנט קומען לערנען ביי די היינטיגע אמעריקע וויאזוי מ'באגייט זיך מיט די בירגער פון די אזויגערופענע פרייע מדינה, אך און וויי פאר אזא פרייהייט

איך זאג דיר » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:35 am

· #86868
אין א געוויסן זין איז דא נאך ערגער ווי ביי סטאלין און אידי אמין און טשאוטשעסקאו ווייל דארט האט יעדער געוואוסט אז דאס איז דער סיסטעם די רעגירונג קען טון מיט אירע בירגער ככל העולה על רוחה הארגונים הענגען איינזעצן פאר גארנישט און פאר נישט און להאט געוואוסט אז דאס איז עס און פארטיג, מה שאין כן, דא אין די מיינט יעדער אז ס'איז דרך א פרייה מדינה. איך האב דאך מיר מיינע רעכטן ממילא לעבט מען אין אילוזיעס און וווען מ'פאלט אריין ערשט דעמאלט כאפט מען זיך ביים קאפ אז די גאנצע פרייהייט איז וואס מ'האט מכאט איז געווען נישט מער ווי א זיסער חלום, דערפאר טייערע אידן כאפט הענט און פוס, און נעמטס אייך מיט די זיבן טשוועטשקן און "אנטלויפטס בעוד מועד"

ידען » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:19 am

· #86882
ווער איז טשאטשעסקא?

אידי אמין איז געווען אין אוגאנדא?

דו ווייסט שוין אז אמעריקע איז נישט פריי, איז עס שוין נישט ערגער ווי רוסלאנד. 🙂

ווי זאל מען לויפען?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:42 am

· #86902
דער דזאדש איז אין פלארידע.

אברעמעל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:51 am

· #86904
שוין דא געברענגט די קליפ
כ'האב שוין דארט געשריבן, מ'זעהט ווי יעדער געט גערעכט פארן שופט נאר ווען ס'קומט אים אויס גוט.

אגב איז נישט די געזעץ אנדער ווען איינער טוט עפעס בשעת מ'איז אינטער די אינפלוענס פון דראגס?

געוואלד געשריגן » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:05 am

· #86907
היימישער ליטוואק
דער דזאדש איז אין פלארידע.


A fully paid vacation? lol

דענקער » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:23 am

· #86912
איך זע נישט אויפן קליפ וואס זי האט געטון אזוי צו אויפרעגן דעם ריכטער.
אבער אויף די קאמענטארן זאגן זיי אז זי האט געוויזן דעם ריכטער די מיטעלסטע פינגער... איך פארשטיי נישט די טענות. וואס דען איז קאנטעמט אוו קאורט אויב נישט דאס? מיר קענען זיך דינגען, 10 טאג, 20 טאג, אבער עס קומט איר זיכער א שטראף.
בפרט אז דער ריכטער איז יא געווען ריזאנעיבל מיט איר ביז אהין.

בד"וו זי האט זיך דא אנטשולדיגט אין דער ריכטער האט אראפגענומען די שטראף.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:05 am

· #86923
דער שופט איז הונדרעט פראצענט גערעכט.

טאמער ווערט א הפקר וועלט, וועלען מיר אלע נישט האבען קיין זיכערהייט אין ערגעץ נישט.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:50 am

· #86939
דענקער
איך זע נישט אויפן קליפ וואס זי האט געטון אזוי צו אויפרעגן דעם ריכטער.
אבער אויף די קאמענטארן זאגן זיי אז זי האט געוויזן דעם ריכטער די מיטעלסטע פינגער... איך פארשטיי נישט די טענות. וואס דען איז קאנטעמט אוו קאורט אויב נישט דאס? מיר קענען זיך דינגען, 10 טאג, 20 טאג, אבער עס קומט איר זיכער א שטראף.
בפרט אז דער ריכטער איז יא געווען ריזאנעיבל מיט איר ביז אהין.

בד"וו זי האט זיך דא אנטשולדיגט אין דער ריכטער האט אראפגענומען די שטראף.

שוין אויב אזוי זענען יעצט ביידע גערעכט..

kliger » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:59 pm

· #87031
Penelope Soto, the woman who flipped off Judge Jorge Rodriguez-Chomat in court Tuesday, delivers a public apology for her actions February 8th, 2013. As a result, the judge lifted her contention and she will no longer have to serve time.

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=VEcvPhP4tqc&feature=youtu.be">http://www.youtube.com/watch?v=VEcvPhP4 ... e=youtu.be</a>

sefish » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:56 pm

· #87082
[ציטאט אראפגענומען]

It looks like you did not watch the clip

the judge was overly patient with her

קרעקער » פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:55 am

· #87196
צו יעדעם רעדט זיין שפראך
סקיקט אויס ווי דע שפראך פארשטייט דע מיידעל יא
והא ראיה זי האט פיין איינגעמאכט

petergrifin » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 11:23 pm

· #87429
איך זאג דיר
אין א געוויסן זין איז דא נאך ערגער ווי ביי סטאלין און אידי אמין און טשאוטשעסקאו ווייל דארט האט יעדער געוואוסט אז דאס איז דער סיסטעם די רעגירונג קען טון מיט אירע בירגער ככל העולה על רוחה הארגונים הענגען איינזעצן פאר גארנישט און פאר נישט און להאט געוואוסט אז דאס איז עס און פארטיג, מה שאין כן, דא אין די מיינט יעדער אז ס'איז דרך א פרייה מדינה. איך האב דאך מיר מיינע רעכטן ממילא לעבט מען אין אילוזיעס און וווען מ'פאלט אריין ערשט דעמאלט כאפט מען זיך ביים קאפ אז די גאנצע פרייהייט איז וואס מ'האט מכאט איז געווען נישט מער ווי א זיסער חלום, דערפאר טייערע אידן כאפט הענט און פוס, און נעמטס אייך מיט די זיבן טשוועטשקן און "אנטלויפטס בעוד מועד"


אנטלויפטס בעוד מועד??????
װאו פונקטליך זאל מען זיך פאקן די פעק צו קענען לעבן רוהיג?

אויס מענטש » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:48 pm

· #87727
וואס איז ? די מיידל זאגט פאר א ספאנישן ריכטער עדיוס?!, וואס מיינט ביי ביי, אויך מיר אן עוולה,
דאס אז זי איז צופארן און לאכט אסאך, מיינט נאך נישט אז מען דארף איר מסדר זיין עד תומה, זאג אירע עלעטרן אדער גיב איר א פארציע, אבער נוצן דעם געזעץ לפי רצונו? וואס איז דאס? סדום.

נידער פארן ריכטער! אז מען רירט אן זיין כבוד איז עק וועלט! יעדער נארמאלע מענטש, דארף ווערן אויפגעציטערט פון זיין עגאיסטישקייט, און מיר דארפן זיך איינ'חזר'ן גוט,
דעם ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם! ולא לפני דייני עכו"ם.

פעך