☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #2928

אשכול אן א טיטל #2928

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2928

— » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:00 pm

· #86609

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

az mken az mken » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:02 pm

· #86611
ok, so pls cross me

נפתלי » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:08 pm

· #86612
כל הכבוד לך הער אנאנים
איך טוה די זעלבע, און אסאך מאל וועל איך פרעגן דאס שעמעדיג קינד ביים קארנער צו ער וויל קראסן, ווען איך בין געווען א קינד פלעג איך זיך אויך אסאך מאל שעמען צו בעטן.
אז מ'קראסט זיי און זיי דארפן נישט ווארטן לאנג וועלן זיי קומענדיגע מאל אויך בעטן צו קראסן, אויב אבער זיי דארפן ווארטן לאנג וועלן זיי פראבירן אליין אריבערלויפן די גאס ח"ו.

בן תמליון » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:10 pm

· #86613
זעלבע דא. זע איך א קינד שטיין אזוי ביים קארנער פרעג ווילסט אפשר קראסן? געווענליך שאקלט עס מיטן קאפ אז יא. שטעלט אייך פאר ווי לאנג א שעמעדיק קינד קען שטיין אזוי ביים ווינקל אין די קעלטן.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:11 pm

· #86614
זייער א גוטע נקודה ארויס געברענגט הרב אנאנים.
כ'העל צולייגן נאך עפעס, אז אסאך מאל מאכט אז ווען די גרויסע טאטע'ס איגנארירן דעם אינגל, און ער פחד'נט פון די רבי, וועט דער יונגל צום סוף אליינ'ס אריבער לויפן, און דאס איז ממש סכנת נפשות.
סא אויסער די טובה וואס דו טוסט אים, קען עס אויך זיין מציל נפש אחת מישראל, וואס איז כאילו קיים עולם מלא.

בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

דער עולם האקט

לעמיל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:22 pm

· #86622
נפתלי
כל הכבוד לך הער אנאנים

גם אני מצטרף
איין זאך אויב איך מעיג צולייגען אז איינער קראסט א קינד זאל ער מיט גיין מיט די קינד כאטש א האלבע גאס נישט שטיין ביי די קארנער אין קראסען פון דארט

לעמיל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:29 pm

· #86629
[ציטאט אראפגענומען]

פארדעים האב איך דיך געזאגט כל הכבוד לך הער אנאנים

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:00 pm

· #86641
[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]

היינט דארף מען אכטונג געבן פון דעם נח"ש 🙄
וויצן אין א זייט - ס'איז באמת באגריסענסווערד. ממך ילמדו וכן יעשו!

ברסלבער
בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:04 pm

· #86642
שמעקעדיג

נו אדרבה, ווי וועסטעס עפענען? היסטאריע, א שמייכל, צימעס, ספרים און ביכער, קונסט? האסט א גרויסע אויסוואל.
עס דערמאנט זיך מיר געשמאקע זכרונות, כ'פלעג אסאך ליינען זיינע צייטונגען, כ'האב מיר אמאל פארהערט ביי אים "אביי הוה מסדר" אויף אויסענווייניג (דאס איז אויך געווען איינע פון זיינע מערכות), און כ'האב באקומען פאר דעם א גאנצן פאק מיט סידורים, צייטונגען, קארטלעך, און וואס נישט.
זייער א זיסע צדיק געווען.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:59 pm

· #86763
ענטפער צו אנאנים
ביסט טאקע אויסגעוואקסן ב"ה א "אנאנים". און א אנאנים דארף טראגן די דאגות פון די גאנצע עדה אויף זיינע פלייצעס. 😂

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:08 pm

· #86766
ברסלבער
זייער א גוטע נקודה ארויס געברענגט הרב אנאנים.
כ'העל צולייגן נאך עפעס, אז אסאך מאל מאכט אז ווען די גרויסע טאטע'ס איגנארירן דעם אינגל, און ער פחד'נט פון די רבי, וועט דער יונגל צום סוף אליינ'ס אריבער לויפן, און דאס איז ממש סכנת נפשות.
סא אויסער די טובה וואס דו טוסט אים, קען עס אויך זיין מציל נפש אחת מישראל, וואס איז כאילו קיים עולם מלא.

בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

דער עולם האקט

דער הייליגער "קרבן אשר" זי"ע האט געזאגט א סאך גוטע זאכן. אבער ר'האט אויכעט געזאגט פיהל נארישקייטן. ממילא האט שוין דער עולם נישט אנגענומען ערנסט אפילו די גוטע זאכן. למשל. ער האט מעורר געווען אז מ'זאל האבן אן עקסטרע רעפרידזשערעיטער פאר מילכיגס. דאס איז דאך אזא וויכטיגע זאך, און ס'איז גרינג אדורך צו פיהרן.

אוהב דעת » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:47 pm

· #86776
און וואס איז מוט די מזוזה אויפן קאר?
לגופו של ענין , אינטערעסאנט אים האב נאך קיינמאל נישט געזען ביי די גוים אז קינד זאל בעטן צו קראסען פון א עלטערען וואסיז פשט?

איך אויך » מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:54 pm

· #86778
ברסלבער

בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

בשעתו האט מען געשמיסט אז סאטמאר האט יא איינגעפירט די תקנה.

בד"וו ווער געדענקט די סאטמארע תקנות וויפיל אינטערוועש די קינדער מעגן ברענגן אין קעמפ וכו... געווען אמאל צייטן.

פלעין יודיש » זונטאג אפריל 27, 2014 9:01 am

· #197374
וואטשען ווי מ'קראסט-נוסח פלעין יודיש

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 27, 2014 1:37 pm

· #197442
פלעין אידיש: ייש"כ פאר ברענגען דעם אינטרעסאנטן ווידעא קליפ.נאר דאס אליינס אז מ'רעדט אידיש איז נאכנישט קיין ישועה. ווייל אין קאמוניסטישן רוסלאנד האט מען אויכעט אנאנסירט אלע גזירות אויף אידיש. ווי למשל די באפארשטייענדיגע גזירת גירוש קיין בירא-בידזשאן האבן די קאמוניסטישע צייטונגען געשריבן אויף אידיש. אויף די ראדיא האט מען שוין מכנה שם געוועין אינזער נייעם מעיאר, יר"ה אלס "ביל דע באלשעוויק" די בלאזיא. ווייל ער האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין א קאמוניסט. און זיינע בני ברית די בני חם (ממשפחת זיין רעבעצין תליט"א) האבן אלע גע-וואוט אין מאסן פאר איהם ווי איידער פאר זייערס א "בראדער", ביל טאמפסאן... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

ברוך שאמר » זונטאג אפריל 27, 2014 10:04 pm

· #197576
לעמיל
נפתלי
כל הכבוד לך הער אנאנים

גם אני מצטרף
איין זאך אויב איך מעיג צולייגען אז איינער קראסט א קינד זאל ער מיט גיין מיט די קינד כאטש א האלבע גאס נישט שטיין ביי די קארנער אין קראסען פון דארט

אין אויך אויסלערנען די קינדער אז מען לויפט נישט אדארך די גאס נאר מען וואקט נארמאל דארך די גאס !

ברוךברוך » זונטאג אפריל 27, 2014 11:38 pm

· #197605
אני הקטן בין זיך נוהג, אז נישט נאר מען קראסט, און מען פרעגט דאס קינד אויב ס'וויל קראסן, נאר אויב זעה איך מיינס א באקאנטער איגנארירן א קינד וואס שטייט ביים קארנער, אפילו ער בעט נישט צו קראסן,
באקומט ער איידל'ערהייט א פסק.