עצות, טיפס וכדו'
102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #292
עצות, טיפס וכדו'
איך שטויס זיך אפט אן אין פארשידענע עצה'לעך וואס קענען צונוצקומען פאר אונזערע טייערע ליינער, דעריבער עפן איך דעם אשכול און וועל אריינפילן פון צייט צו צייט.
פילע פון די טיפס קומען פון קאנסומער ריפארטס, קאנסומער ריפארט העלטה, קאנסומער ריפארט מאני, רידערס דיידזשעסט און נאך פילע אנדערע.
לאמיר אנהייבן.
א דריטל פון אלע פאטאלע צוזאמענשטויסן האט א שייכות מיט ספידן, און מען שפארט זיך נישט קיין סאך צייט. אויב פארט מען דרייסיג מייל אויף 75 מפ"ש אנשטאט 60 מפ"ש, וועט מען אנקומען בלויז 6 מינוט שנעלער (און אמאל אין שפיטאל...).
Re: עצות, טיפס וכדו'
שוין א לענגערע צייט וואס איך און מיין פארטאגס חברותא זוכען אן עצה זיך צו קענען שיידען מיט'ן בעט אן קיין שוועריקייטן, נאכען פרובירען אסאך עצות, האבן מיר געזען א גרויסע הצלחה און מיט גוטע רעזילטאטן
!!!!!! זעך צו לייגען שלאפן באצייטנס
Re: עצות, טיפס וכדו'
די שאלה איז נישט וויאזוי אויפצושטיין באצייטענס! די שאלה איז וויאזוי גייט מען שלאפן באצייטענס?!
Re: עצות, טיפס וכדו'
מען נעמט ארויס די בעטערי פונעם סמארט—פאן אין מגייט שלאפען
Re: עצות, טיפס וכדו'
גוטע טיפ אוועקצונעמען די לייק הענטעלע נעבן א תגובה, צו געבן א קליק דערויף, בדוק ומנוסה.
Re: עצות, טיפס וכדו'
א עצה פאר ווער עס וויל בארגן א קאר זאל בעטן פון בעל הקאר אז ער זאל אנפילן די קאר מיט געז פארן פארבארגן און ממש פאר מען געט צוריק די קאר זאל דער וואס בארגט עס צוריק אנפילן, אזוי וועט מען וויסן פונקטלעך וויפיל געז מען האט גענוצט. נאכדערצו ווען מען פארט לאנג דיסטענס און מיט אזעלכע הויכע פרייזן. (אנדערש ווייסט מען נישט וויפיל אנצופילן ווייל דער ווייזער ווייזט נישט פונקטלעך).
באמת וואלטן די פאלגנדע טיפס געברויכט אריינגיין אין א באזונדערע אשכול אונטערן קעפל 'טעכנאלאגישע טיפס', נאר זעענדיג ווי שטארק אויפגעכאפט דער אשכול דא איז, זעט אויס אז דער אשכול וועט אויך גיין גאר שנעל אינעם גרונד, דעריבער לייג איך עס אריין דא.
א גוטע טיפ וואס איז א 'עדד אן' צו מאזילע, וואס טוט נאכגיין וועלכע דריטע פארטיי נוצט די אינפא פון אייך איבערן וועב.
http://www.mozilla.org/en-US/collusion/
צו פערמאנענט אויסמעקן פיילס פון א קאמפיוטער (ווען מ'דעליעט פיילס, מיינט נישט אז עס איז טאקע אויסגעמעקט. ליינט אין די לינקס וואס איך לייג דא):
יו עס עי טודעי רעקאמענדירט צו נוצן
אירעיסאר.
איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
שמואל הלויאיינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
מען פירט אריבער דעם ספר תורה צו די לינקע האנט.
דעמאלס ווערט דאך פארדעקט די מקום התפילין של יד?
שמואל הלוידעמאלס ווערט דאך פארדעקט די מקום התפילין של יד?
פירט מען עס דערנאך צוריק צום רעכטן האנט.
ווען די ס"ת איז אין די רעכטע האנט איז טאקע די מקום התפילין נישט פארדעקט אבער די הענט קען נישט דערגרייכן די מקום התפילין. ווידער ווען די ס"ת איז אין די לינקע האנט קען די הענט דערגרייכן די מקום התפילין, אבער קען נישט קישן ווייל ס'איז צוגעדעקט, אלזא פארשטיי איך נישט דיין עצה.
איך נעם טאקע קיינמאל נישט אן הגבהה פאר דעי סיבה.
שמואל הלויאיינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
איינער האט אפשר א פראקטישע עצה אויב מ'גייט הגבה אין די פאון הייבט אן צו קיצלען אין צו אלע צרות פילט מען אז די הויזען גייט אראפ פאלען וואס טוט מען?????
לעמיל; א פראקטישע עצה פאר דעם איז בכלל נישט אריינצוברענגען די סעלפאן אין ביהמ"ד, אדער עס אינגאנצן אויסלעשן 😂
נעם ארויס די חלק פין די סעלפאון וואס טוט מען אבער מיט די הויזען???? 😉 😉 😉
טוט מען אן א פאסיק אדער הויזן טראגער.
(אדער גייט מען ווי די תמנ'ע מיט א לאנגע ווייסע העמד 😂 )
דרך אגב האב איך אמאל געהערט פארוואס איז דא אידען וואס גייען סיי מיט א פאסיק אין מיט הויזן טראגער? האב איך געהערט פשט פין איינען אז אויב חס ושלום עס געשעיט אז ער דארף ער שלאגען זיין קינד מיט די פאסיק וויל ער דיך נישט די הויזען זאל אים אראף פאלען איז גייט ער אויך מיט הויזען טראגער 😂 😂 😂
מ'בעט דעם עולם ביטע נישט לאכן פון אייגענע וויצן, געלונגענע ווי אמגעלונגענע. א דאנק.
😂 אופס סאררי
שמואל הלויאיינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
מען קען בעטען א חבר זאל אנכאפען דיין של ראש, און דערנאך קוש זיין הענט.
(ס'איז נאר א רעקעמענדעישן....)
אדער גאר איז מען פטור דאן פון קושן די תפילין, ווייל העוסק במצוה אחת פטור מן האחרת.
הייב אויף די לינקע האנט און זייט מקרב די של יד צום מויל, אדער קושט די תורה אנשטאט, ס'האט דאך אויך די פרשיות פון תפילין.
נוי יארקשמואל הלויאיינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
מען קען בעטען א חבר זאל אנכאפען דיין של ראש, און דערנאך קוש זיין הענט.
(ס'איז נאר א רעקעמענדעישן....)
נאר ווען נחום איז נישט אין יענעם געגנט.
לעצטענס קומען פאר נעבעך אסאך טראגעדיעס, מענטשן ווערן צעטומעלט און דערשראקן. ס'דא אן עצה נישט צו ווערן דערשראקן און פארביטערט. ס'איז טאקע נישט גרינג דורכצופירן, אבער ס'איז בדוק ומנוסה. ס'איז א קאמבינאציע פון עטליכע סטעפס וואס מ'טוט. אויב איינער איז אינטערעסירט וועל איך עס דא ארויפשטעלן בחינם.
איך בין אינטערעסירט.
איך ביניש דערשראקען אבער וויל הערען וואס דו זאגסט 🙂
וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?
יא, איך בין דערשראקן און פארביטערט.
מיין עצה איז תשובה ותפלה וצדקה.
וואס נאך האסטו?
זר זהבוויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?
איך ביניש דערשראקען פאר גארנישט. וואס זאלעך טוהן?
אפשר דערביטערט יא.
1. הללו יה אשרי-איש ירא את-יהוה במצותיו חפץ מאד.
2. גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יברך.
3. הון-ועשר בביתו וצדקתו עמדת לעד.
4. זרח בחשך אור לישרים חנון ורחום וצדיק.
5. טוב-איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט.
6. כי-לעולם לא-ימוט לזכר עולם יהיה צדיק.
7. משמועה רעה לא יירא נכון לבו בטח ביהוה.
8. סמוך לבו לא יירא עד אשר-יראה בצריו.
9. פזר נתן לאביונים צדקתו עמדת לעד קרנו תרום בכבוד.
10. רשע יראה וכעס שניו יחרק ונמס תאות רשעים תאבד.
איך דארף נאך זעהן וועלכע איך בין.
ווייל איך בין בטוח בה'
אדער סתם א קאלטער יונג?
איך פארשטיי נאך נישט פונקטליך.
מיינסט צו זאגט אז אויב טו איך דאס בין איך פארזיכערט אנטקעגן אלע סארטן פורעניות?
פיין, איך בין מסכים צו טון דאס פאלגענדע:
הון ועושר בביתו...
טוב איש חונן ומלוה...
פזר נתן לאביונים...
נא, גאטעניו, האמיר א דיעל?
ווען הייבט זיך עס אן..??
ווען ס'וועט זיין: "ירא את ה' במצותיו חפץ מאד".
Daily Deals
Samsung_Galaxy_Tab_7__Plus_GT_P6210_16GB_Android_Tablet__Wi_Fi__1_2_GHz___Gray
$179.99יעצט
$399.99גווענדליך
55% off list price
http://www.ebay.com/itm/Samsung-Galaxy- ... 0495886806
איך טראכט דאס צו קויפען לוינט זיך עס עס גייט דארט גוט אריין דרשת??
מען קען דארט ליינען ביכער??
וגו
📎 $(KGrHqF,!hUE6ccwGLG-BOwluu!U-Q~~_32.JPG
הילף אויסצישפילן דעם סיסטעם
איך טריי איינצושרייבן מיין קינד אין די מוסדות און איך האב א ענדרוד פאון וואס איך האלט נישט ביים אויפגעבן! סוי דארף איך הילף וויאזוי זיי אויסצושפילן!
מאך א פיג אין די בעק ביים אינטערשרייבן.
שמעקעדיגפיין, איך בין מסכים צו טון דאס פאלגענדע:
הון ועושר בביתו...
טוב איש חונן ומלוה...
פזר נתן לאביונים...
אמ..... כ'קען האבן א הלואה פון צען טויזענט דאללער...?
איינער האט אפשר א עצה אדער ידיעה?
די אונטערשטע באטען פון די אייפאד ארבעט נישט געהעריג, מדארף זייער שטארק דריקן אז עס זאל טוהן וואס עס דארף (ארויסגיין פון א עפפ), צומאל איז כמעט וואס מיין פינגער קומט דורך די אנדערע זייט פון אזוי שטארק דריקן, איז עס א טעקניקעל פראבלעם אדער א אנדערע זאך?
און וויאזוי קען מען דאס פאררעכטען?
נעם עס אריין צו עפל.
מ׳זעהט אז דו עסט דיך אהן מיט געפילטע פיש!!!
ווען דו עסט ווען בשר בקר אפשר וואלסטו אנדערש גע׳ענטפערט (just joking)
דו טראכסט איך האב נישט געוואוסט פון דעם, איך זוך א אנדערע עצה, צו טראגען צו עפל איז נישט אזוי גרינג.
זר זהבוויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?
L O L
gehlungenזר זהבוויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?
L O L
זאג נאר!
עס זעהט אויס ווי נאר די דריי אותיות ארבעט ביי דיר
דא זוכט מען עצות נישט קיין וויצן
אבגדמ׳זעהט אז דו עסט דיך אהן מיט געפילטע פיש!!!
ווען דו עסט ווען בשר בקר אפשר וואלסטו אנדערש גע׳ענטפערט (just joking)
דו טראכסט איך האב נישט געוואוסט פון דעם, איך זוך א אנדערע עצה, צו טראגען צו עפל איז נישט אזוי גרינג.
פאר א סאפטווער פראבלעם קען איך דיר פראבירן צו העלפן, אבער הארדווער פראבלעם, וואס זאל איך דיר זאגן, זאלסט עס אויסשווענקען מיט אונטערגעשלאגענע אייער? איינוויקלען אין א מענטעל פון א פסול'ע ספר תורה? די באטען איז סטאק, און אזא פראבלעם פיקסט עפל פאר פרי אויב איז עס נאך אונטער וואראנטי. ערגעץ אנדערש וועסטו צאלן פול פרייז אויב דארף מען ריפלעיסן דעם קוועטשער.
איך ווייס נישט וואו דו ביסט און ווי ווייט די נענסטע חקל תפוחין איז, אבער ס'קען נישט זיין צו ווייט.
געפילטע פיש
איך ווייס נישט וואו דו ביסט און ווי ווייט די נענסטע חקל תפוחין איז, אבער ס'קען נישט זיין צו ווייט.
די באטען איז נישט סטאק, נאר אסאך מאל גייט עס יא און אסאך מאל נישט, ווענדט זיך וועלעכע עפפ, ממילא האב איך געמיינט אפשר איז עס א סאפטוועיר פראבלעם.
אויך ווי טרעפט מען אזא חקל תפוחין חוץ שבת ביי די זמירות?
אבגדדי באטען איז נישט סטאק, נאר אסאך מאל גייט עס יא און אסאך מאל נישט, ווענדט זיך וועלעכע עפפ, ממילא האב איך געמיינט אפשר איז עס א סאפטוועיר פראבלעם.
אה, יעצט זאגסטו שוין גאר עפעס אנדערש! א פעקטארי ריסעט האסטו פראבירט?
אבגדאויך ווי טרעפט מען אזא חקל תפוחין חוץ שבת ביי די זמירות?
דא קענט איר אפירזוכן די נענסטע שדה תפוחים, און האפענטליך וועלן זיי דיר קענען העלפן פטור צו ווערן פון די מסאבין דרחיקין אינעם קנעפל, און די חבילין דמעיקין וואס זענען פארשטעקט דערין.
טיפס
📎 המספיק - מאסקיטאס.jpg 📎 המספיק - פארקילעכץ.jpg
פערציג טיפס זיך צו גרינגער מאכן דאס לעבן
http://twistedsifter.com/2013/10/clever ... our-world/
איז שייך וואס צו טון? איך תמים האב געשיקט צו איינעם און כינע $400 לויט זיין פארלאנג מיט וועסטערן יוניאן. און נאכן אויפפיקן די געלט. הערט מען מער נישט פון אים. ער האט א סייט מיט ביליגע פרייזן פאר עלעקטעראניקס.זעט אויס ווי די קעניער גנבים
ווען איך מאך מיין אייפאון פאר א האט ספאט צו מיין קאמפיוטער קען איך נישט אריינסיינען אין ערגעץ. ווייסט איינער פשט דערפון ?