☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך וויין/צוריק צום אלטן

איך וויין/צוריק צום אלטן

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2915

משה געציל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 8:55 pm

· #86196
איך וויין/צוריק צום אלטן
איך זיץ און וויין,
איך קען נישט פארשטיין,
ווי א חבר מיין,
געקענט אזאנס באגיין,

געמיטשעט און געפלאגט,
גערודפ'ט און געמאנט,
געדרייט א קאפ און פאריאגט,
גענודזשעט און געקלאגט,

דיין ניק מיר אנטפלעקן,
טוה דיר נישט דערשרעקן,
פאר קיינעם אנדעקן,
זיין שטיל ווי א שטעקן,

ווי פון א ש-ד באצווינגן,
בלית ברירה נאך אזוי פיל דריקן,
שבועות וחרמים געשוואוירן,
דעם סוד געטוהן פארטרויען,

נישט אין ווילסטן חלום געטראכט,
נישט האלטן די פיסק פארמאכט,
פאר א חבר דערציילן אפילו נעמען אין באטראכט,
דאך צוגעזאגט צו געבן אב-אכט,

ליידער די ווארהייט דערגאנגען,
די צינג זיך נישט געקענט איינהאלטן,
בלויז פאר איינעם אנטפלעקט,
פון דארט און ווייטער עס פארט געשיקט,

פארוואס געגאנגען פארציילן ווייטער דו ביזט?
מיין בליט הפקר דען איז?!
פארוואס מיר געטוהן פארלעצן אזוי?
מיינע געפילן נישט ווי דיינס גענוי?!

אויפגעטוהן דו האסט אזויפיל,
צוגענומען מיין שרייבן געפיל,
נישט שרייבן ווייטער אצינד,
עכ"פ נישט אזוי געשווינד,

ווי עס האלט איצטערט בשעת פיין,
ויקרא שמו צוריק משה אליין,
משה געציל, פארשטויבט לאזן גיין,
אויף דערווייל דא בלייבן שטיין,

ניו יארק » מאנטאג פעברואר 11, 2013 8:59 pm

· #86197
איז היינט אפריל דער ערשטער? זאג אונז נישט אז די מיינסט עס ערענסט, עס איז זיכער נאר א ווארענונג.
עס איז שווער צו לייקען אזא תגובה.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:22 pm

· #86202
ניין, רבותי קאנפירמד!

א רשע, רוצח, גזלן, נואף, האט מאלעסטעד הרב משה געציל....מיר פאדערן באלדיגע שריט

יידל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:28 pm

· #86204
גם אני מצטרף צום תפלת שוא פון מיינע חבירים.

א טרער עס פאלט
עס שפירט ווי אין א פינסטערן וואלד
אינגאנצן צעבראכן
ווי איז מען אזוי פארקראכן
משה געציל פארטרויערט א סוד
יענער פארשפרייט פאר גאנץ בראד
די רשעות פון ווי נעמט זיך
אז פאר יענעם דו טוסט עס, ווער פארזיכערט דיך
ומכאן יוצא קריאה
שלא ישמע עוד כזה שמועה
לא תונו, אן איסור
מ'זאל מער אויף דעם נישט דארפן זאגן מוסר
אידן, אייער שכל נוצט
יענעמס אידענטיטעט באשיצט
ס'איז כלו כל הקיצין
שלא תהרג כדרך שהרגו משה געציל'ן.

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:17 pm

· #86211
דער ממזר האט אפגעטאן פערזענדליך יעדעם דא, סעלפישלי ספיקינג. מיר קענען נישט עפארדן משה געציל זאל סטאפן שרייבן.
האפנטליך זאלסטו ארויסגיין אומגעשעדיגט משה געציל.

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:39 pm

· #86219
רבותי, מיר מאכן א וואך פון סיילענס אין עהרע פון משה׳ניו. און אין שאנדע פון דעם נואף!

ניין, אונזער ידיד בעט אונז נישט צו מאכן דעם וואך פון סיילענס, וועלן מיר מאכן א טאג פון סיילענס, און כל חברי הפארום זאלן נאכטון פרייטאג נאכמיטאג ביז מוצאי שב״ק!

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:01 pm

· #86226
סיילענס דארף דער ממזר פראקטעצירן.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:26 pm

· #86234
כ'האב אן עצה משה געציל, שרייב ווייטער פאעזיע און גלייך-ווערטלעך און אלע אנדערע נישט קאנטראווערסיאלע ענינים אונטער דיין ניק, דאס איבעריגע נא דיר דער פעסווארד פון מיין ניק, און לייג ארויף וואס עס שמעקט דיר. סך הכל וועט מען זאגן ס'איז נאך א שטיקל פון דעם לינקן פרענקלין, א געשעפט האב איך.

sefish » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:34 pm

· #86235
but he wants the LIKES
!!

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:43 pm

· #86237
דאס איז אויך נישט קיין פראבלעם, מ'וועט בעטן לעמאן דשאוס -וואס איז טויט גוט מיט די מנהלים-, ער זאל ערלעדיגן ביי די הנהלה אז א יעדע סוף וואך, ביי ויתן לך, זאל מען מאכן א חשבון און אראפציפן ביי פרענקלין די אומפארדינטע לייקס עס זאל גיין סטרעט צו משה געצל'ן.

טעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:41 am

· #86257
בענדזשאמין פרענקלין
כ'האב אן עצה משה געציל, שרייב ווייטער פאעזיע און גלייך-ווערטלעך און אלע אנדערע נישט קאנטראווערסיאלע ענינים אונטער דיין ניק, דאס איבעריגע נא דיר דער פעסווארד פון מיין ניק, און לייג ארויף וואס עס שמעקט דיר. סך הכל וועט מען זאגן ס'איז נאך א שטיקל פון דעם לינקן פרענקלין, א געשעפט האב איך.

גאנץ א גוטער איינפאל, אבער ער קען טוען נאך פשוטער, עפענען א נייע ניק...בקיצור אוועקגיין משה געציל איז זיכער נישט קיין אפשען!!

בן תמליון » דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:52 am

· #86310
איך האב מיטלייד אבער אנטשולדיקט איר קענט נאר אייך אליין באשולדיקן. אז איר גיבט ארויס אייער אידענטיטעט האט איר פארלוירן בעלות דערויף. רבותי טוט נישט אזא נארישקייט זאגט נישט אויס אייער סוד פאר א תאוה פון אפאר מינוטן.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:05 pm

· #86321
בן תמליון, נישט ריכטיג. אפשר קענסטו זאגן אז משה געציל איז "אויך" שולדיג מיט 10% אויף די עוולה, אבער עס איז זיכער אז מען קען יא יענעם באשולדיגען!
והא ראיה, ווער גייט גיין אין גיהנם פאר דעם? (אז דער אנאנים זאגט גיהנם, מי יבא אחרי המלך)

אסאך מאל זענען פאראן גוטע פריינט וואס מוטשען און דו קענסט זיי נישט אפזאגען. די 'פריינד' זענען שלעכטע סעלפישע מענטשן, און דער ניק איז נישט אלץ גענוג שטארק צו פייפן אויף זיינע בעסעטע 'פריינט'.