☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » פויפסט, וואטיקאן, קריסטן, קאטוילישע

פויפסט, וואטיקאן, קריסטן, קאטוילישע

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2906

ידען » מאנטאג פעברואר 11, 2013 7:47 am

· #85986
פויפסט, וואטיקאן, קריסטן, קאטוילישע
יעצט איז דא שטארקע נייעס אז די פויפסט גייט רעטייערען, ווילעך וויסן א סאך זאכן.
Disclaimer
די ערשטע זאך מיז איך זאגען אז איך פרעג נאר צו וויסן, און איך טראכט נישט צו ווערען א קריסט, און מע קען אויך חוזק מאכען פון זיי אויב מע וויל, אבער איך מיין נאר צו מער מאכען די ידיעות אין דעם.

די צווייטע זאך מיז איך זאגען און איך מיז מיך אנטשולדיגען אז איך קען נישט אויפמאכען א אשכול אזוי ווי יידל אדער יאנקל אדער די אלע אנדערע ווייל איך קען נישט א פינטעל ווי זיי, אבער איין זאך יא אז איך בין א יודע לשאול , איך פרעג די שאלות און יעצט קען זיין א גוטע חכם וואס זאל ענפערען און מסביר זיין די זאכן.


עפעס ווייס איך אז קריסטען קומען און גלייבען אין יאשקע און זיי זאגען אז זיי האבען די עכטע תורה וואס האט זיך געטוישט ביי יוזל.

וואס איז קאטויליקען?

וואס איז די פויפסט?

איז ער אזוי ווי ביי אונז א רבי?

ער מאכט מופתים?

ער ווייסט וואס ער זאגט מער ווי אלע אנדערע?

איז זיין מעלה אז ער קען לאטייניש?

ער קען נאר לאטייניש?

ער רעט נאר אין לאטייניש?

וואס איז די וואטיקאן?

איז די פויפסט דארט אזוי ווי א קעניג?

אדער איז אזוי ווי וויליאמסבורג ווי די פאר רביס זענען באלעבאס אזוי איז דארט אז רוים איז באלעבאס אבער זיי טוען וואס זיי ווילען דארט?

נאך דאווענען וועט מען פרעגען נאך שאלות.

boxcover » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:05 am

· #86013
ידען
וואס איז קאטויליקען?


א קאטויליק איז א סארט קריסט. אלע קאטויליקען זענען קריסטן, אבער נישט אלע קריסטן זענען קאטויליש. א יעדער וואס גלויבט אין יאשקע איז א קריסט, אבער קען זיין א קאטויליק, פראטעסטאנט, מארמאן (מיט ראמני), איוואנדזשעליקעל (כ'מיין בוש) אדער ארטאדאקס (רוסלאנד ועוד).

פאר די ערשטער 1,000 יאָרן זענען אלע קריסטן געווען קאטויליקען. דערנאך, פאר דער קומענדיגע 500 (בערך) יאָרן זענען רוב קריסטן אין די מזרח לענדער געווען ארטאדאקס און רוב קריסטן אין די מערב לענדער געווען קאטויליקען. דאן איז געקומען מארטין לוטער (דער ערשטער; א דייטשער מאָנאַך) און געגרינדעט די פראטעסטאנטע קריסטנטום. ער איז בעיסיקלי געווען א רעפארמער (להבדיל מצד אחד). ער האט פארעפנטלעכט זיינע 95 טעזיסן, וואס האבן אפגעלייקנט די רעכט פון דעם פויבסט צו פארקויפן תשובה. דער פויבסט האט אים אריינגעלייגט אין חרם, אבער לוטער האט פארברענט דעם באפעל. זיין יסודות'דיגע מחלוקה מיט די פויבסט איז אויך געווען אז מען קען נישט תשובה טוען דורך מעשים טובים, נאר אז אמונה און בטחון ערוועקט א מתנת חינם פון אויבען צו גיבן א סליחה. במילא איז נישט דא קיין קאנפעשאנס ביי די פראטעסטאנטן.

א קאטויליק גלויבט אין די פויפסט. די א קאטויליקען זענען די רוב פון די קריסטן. ס'הייסט אביסל מער ווי 50% קריסטן זענען קאטויליש.

[list]
[*]ביידע גלויבען אין יאשקע.[/*:m]
[*]ביידע זעהען ירושלים עיה"ק אלס זייער הייליג פלאץ.[/*:m]
[*]פראטעסטאנטן האבען נישט קיין געטשקעלעך (statues)[/*:m]
[*]פראטעסטאנטן ערלויבן פרוישע גלחים[/*:m]
[*]קאטוילישע גלחים מוזען גיין מיטן לבוש; אנדערע נישט[/*:m]
[*]נישט דא קיין קאנפעשאנס ביי די פראטעסטאנטן (כנ"ל)[/*:m][/list:u]

ידען » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:06 am

· #86014
מע ענפערט מיר נישט ווייל מע ווייסט נישט אדער מע וויל נישט רעדען וועגען די טמאנע זאכן אדער סתם אזוי וויל מען נישט ענפערען?

איך וועל אבער ווייטער פרעגען

פארוואס האט א פויפסט נישט חתונה ווי א מענטש?

ער דארף נישט וואס יעדער דארף?

אדער סע בעסער צו זיין א פויפסט ווי צו זיין מיט א ווייב?

כאב אויך אמאל געהערט אז נישט נאר א פויפסט האט נישט חתונה אבער אויך אנדערע גלחים האבען נישט חתונה.
פארוואס?

boxcover » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:00 pm

· #86028
ידען
פארוואס האט א פויפסט נישט חתונה ווי א מענטש?
ער דארף נישט וואס יעדער דארף?
אדער סע בעסער צו זיין א פויפסט ווי צו זיין מיט א ווייב?
כאב אויך אמאל געהערט אז נישט נאר א פויפסט האט נישט חתונה אבער אויך אנדערע גלחים האבען נישט חתונה.
פארוואס?

http://en.wikipedia.org/wiki/Clerical_celibacy_(Catholic_Church)

יידל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:34 pm

· #86066
אגב, די איווענדזשעליקלס זענען א טייל פון די פראטעסטאנטן.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:47 pm

· #86072

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:56 pm

· #86094
א סעינט ווערען זיי ערשט נאך דער טויט, אין אויך דעמאלס גייט עס אדורך פארשידינע אסיפות, וויכטיג איז מופתים, אין מדארף פאקטישע באווייז אז עס איז געוועהן א מופת חותך נישט א דוקטער וכדומה.

atmybest » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:53 am

· #86502
ווער איז מרים הזונה?

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:37 pm

· #86635
וואס מיינט פנדורא. ?
און גראדע האב איך געהערט פון א גויטע, אז זי אלס מיידל זייענדיג פון א פרום רעליגעיזע קריסטליכע פאמיליע פלעגט זי גיין לערנען אין טשוירטש האט זי געזען ווי דער גלח אויבן אן פלעגט שטענדיג ליב האבן צו לייגן אויף זיין שויס איינע פון די אינגלעך און אריינשטופן זיין האנט הונטער זיין הויזן. (דאס האט ער געמאכט ווען אלע האבן געזען)
זי איז נאך געווען צו קליין צו פארשטיין וואס דאס איז. און דאס האט איר פארעקלט פון איר רעליגיע.
מ'קען פונדעם האבן א שטיקל השגה וואספארא געוואלדיגע בענעפיטן זייער נישט חתונה האבן ברענגט זיי.
אפילו אונזערע מלמדים מאכן עס שוין מער פראפעשענל.

דבילה » מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:42 pm

· #86639
ר' נתן סליפקין האט היינט ארויף געשטעלט אן אינטרעסאנטע געדאנק (בשם א חבר)בנוגע דעם פויבסט:

Charedi Judaism does not claim infallibility for its leaders, but in practice never admits to their being wrong. The church, on the other hand, does claim infallibility for its leaders, but in practice they have shown themselves ready to admit being wrong!

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:49 pm

· #96687
א דאנק אייך אלע פארן בארייכען די ידיעות. איך בין נייגעריג אויף אפאר זאכן וואס זענען עומד על הפרק יעצט אין וואטיקאן.

וויאזוי גייען צו די וואלן פאר א נייעם פויבסט?

ווער קען וועלן?

ווער זענען די קאנדידאטן וואס מ'שטעלט ארויס?

וואס איז א חילוק צווישן א קארדינאל און א בישאף?

אשכולות אויפוועקער » זונטאג מאי 25, 2014 8:41 am

· #202210
אויפגעוועקט

דריידל » זונטאג מאי 25, 2014 9:03 am

· #202217
נאכ'ן ליינען אביסול איבער די נושא, קומט מיר אויס אז מיר זענען בכלל נישט פארנאטיש קאמפערד צו אנדערע גלויבענס, להבדיל

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 25, 2014 9:09 am

· #202218
וויסען פאר א פאקט אז אידן נוצען קריסטליכע בלוט פאר מצות איז נישט פארנאטיש?

דריידל » זונטאג מאי 25, 2014 10:05 am

· #202222
הוא אשר דברנו. קוקט אויס האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב.

טיטאניק » זונטאג מאי 25, 2014 10:23 am

· #202224
איך טראכט אסאך מאל קען זיין אז איך בין א כופר אבער מי יודע? אפשר זאג איך עפעס
מיר זענען פארנימען אז זיי זענען א באנדע שקרנים שפילערס און בלאפערס אבער ביי אינז איז אלעס אמת (זיי זאגען די זעלבע אויף אינז\במאמר המסוגר)
לאמיר דאס צינעמען
א רגע, ווער איז אמת?
-אונז!
אהא? ביסט מודה אז אלע אידען זענען איין שטיק אמת? אלע מנהיגים זענען אמתדיג?
-יא!
אבער די האסט דאך נעכטען געשריגען אז די מזרחי מנהיגים זענען שקצים
-איך מיין נישט די מזרחי, פארשטיי אליינס, איך מיין די "היימישע" מנהיגים
-הייסט אז די זאגסט אז אלע היימישע מנהיגים זענען קודש קדשים?
-עפעס אזוי
-וואס טיט זיך מיט די ליטווישע? די ספרדישע ציוניסטישע רבנים?
-כ'האב דאך שוים פריער געזאגט אז די ציונים נישט, זיי זענען אויך שקרנים, איך רעד נאר פון די היימישע, היימישע מיינט די וואס גייען בדרך רבינו הקדוש בעל ויואל משה
-אהא, מיינסט צי זאגען אז 75 % פון אידישע מנהיגים זענען אויך שקרנים ווי די גלחים?
-נישט ממש
-נאר וואס יא?
-איך מיין צי זאגען אז זיי זענען נישט די ריכטיגע
-נישט ריכטיג מיינט ביי מיר שקרנים, סא די זאגסט אז די אלע זענען שקרנים
-האלבוועגס
-אויך מיר א תשובה, אבער לדעתך די וואס גייען בדרך רבינו בעל ויואל משה זענען יא ערליך אמתדיג,
-יא
-וואס טיט זיך מיט די בני יואל?
-אוי הער אויף, זיי זענען דאך משוגע
-אהא און מיט די ארונים?
-דער ארוני? דער איז דאך סתם א בלאפער א שקרן
-אהא, הייסט אז די איינציגסטע מנהיג אמת בדורינו איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר "דיין רבי"
(שפירט זיך אימבאקוועם) -יא
-פארוואס ביסטי אזוי אימבאקוועם מיט דעם.
- ווייל די דרייסט א קאפ
-איך? איך פרעג דיר די אמת און די זאגסט עס, ווען מען זאגט אמת ווערט מען נישט רויט געווענליך
-אקעי
- זאג נאר, פון ווי ווייסטי אז וואס די האסט מחליט געווען דאס איז די אמת? מי שמך לאיש האמת? ווער האט דיר געגעבען די כח צי באשליסען אז די ביסט דער ריכטיגער מחליט צי פארשטיין ווער עס איז אמת?
-ווייל איך בין א גראדער מענטש!!!!!!!
-אהא, פאני ווייל די גמ"ח זאגט אז די ביסט א דובר שקרים, די לעצטע האלבע יאר לויפט ער דיר נאך וועגען די צוויי געבאנסטע טשעקס און די ענפערסט יעדען טאג א צווייטע שקר, די זעלבע מיט נאך צוואנציג שקרים וואס די זאגסט אין איין שעה (אזוי ווי יעדער צווייטער מענטש), דערפאר כאפ איך נישט מי שמך לאיש, די ביסט מודה אז די ביסט א שקרן, ווער זאגט אז מיט דעם זאגסטי נישט קיין שקר? ווער זאגט אז דא זאגסטי נישט נאר דאס וואס לוינט דיר צי זאגען?
(נאך מער אימבאקוועם) -אמת קען זיין
-אויב אזוי קימט אויס אז די ביסט מודה אז פינקט ווי ביי זיי די קריסטען איז דא קארופציע די זעלבע איז דא ביי אינז, רוב רובם פון אינזערע מנהיגים זענען לדעתך אויך א באנדע בלאפערס, איז מיט וואס זענען מיר אנדערש פון זיי? פעלט דען מעשיות פון גלחים וואס האבען געטין גיטע זאכען? ביים קריג צי אין אנדערע צייטען ווען זיי האבען זיך אנגנימען פאר די מענטשהייט? און נאך געליטען דערפאר! כ'מיין ווער האט מחליט געוען וואס איז יא אמת און וואס נישט?

אבער איך בין א כופר לכאורה פארען רעדען אזוי! ניין?

סתם ארויף געברענגט מיינע צימישטע מחשבות
🙄 🙄 🙄 🙄
זייטס מיר מוחל
אבער די רביס מיט זייערע פאליטיקס און מחלוקות מאכען מיר אזוי טראכטען, וואס זאל איך טין?
דער רבי שרייט אז יענער איז א גנב א גזלן א רויבער א שקרן א כופר און דער אנדערער שרייט וווייטער אויף נאך 10 די זעלבע
סא איך ווייס שוין נישט וואס צי טראכטען
איין זאך הצד השווה שבהם אז ביידע סיי די קריסטען און להבדיל סיי אינז די מנהיגים לעבען א רייכע שווענדערישע לעבען מיט בגדי זהב און פארקויפען אז זיי פליען גאר הויעך און קיינער קען עס נישט אויפווייזען און ווער עס דעקט יא אויף קארופציע איז אחת דתו להמית
איז מיט וואס זענען מיר אנדערש?
ביי אינז פעלט מעשיות ווי און אמתדיגע מעשיות ווי צדיקים גדולים האבען אנגעפירט ריזיגע קארופציע שווינדלערייען אדער סעקסואלע קריימס?
פעלט?
שוין באשטיינערט מיר

טיטאניק » זונטאג מאי 25, 2014 10:34 am

· #202225
מיינע כאפרישע מחשבות קענען פארען נאך ווייטער
ביי זיי פארקויפט מען אז די אלע גלחים און נאנעס זענען א באנדע מנובלים ווייל זיי ווילען ארויס קימען צי די המון עם ווי צדיקים וואס זענען פרוש מכל הנאות עוה"ז און דאס קראכט איין טאג ווייל א מענטש איז א מענטש
איך ווינדער מיר, איז דען נישט ביי אינז ענדליך די מעשה? די רביס ביי אינז פארקויפען אויך אז זיי האבען נישט הנאה פון גארנישט פרושים פון די ווייבער פון דעי וואן און סוף פסוק כאפט מען נאך געניג שיינע מעשיות
אינז זיצען נאר נישט אינטער אזא פארגערסערערינג גלאז פשוט ווייל מיר זענען נישט אזוי ריזיג ווי זיי און נישט אזוי מאכטפיל און רייך ווי זיי
אבער ווער זאגט?
איך וויל נישט סתם אז מען זאל שרייען כופר ווייל איך זאג עס שוין אליין איך בין לכאורה מיט די ווערטער א כופר
אבער איך וויל הערען תשובות, איך בין מודה אז איך בין זייער צימישט געווארען

דריידל » זונטאג מאי 25, 2014 11:11 am

· #202234
טיטאניק, די מאכסט עס מער ווי ס'איז בבחינת כל המוסיף גורע.

אמת איז נאר די תורה, און איינע פון די י"ג עיקרים וואס די רמב"ם רעכענט אויס איז "שכל התורה המצויה עתה בידינו הוא הנתונה למשה רבינו ע"ה". מער פון דעם איז נישט קיין חיוב צו גלייבן חוץ אויב א נביא אמת זאגט עפעס בשם השם. אפילו אויף משה רבינו זאגט די תרגום אויפ'ן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו - והינומה במימרא דשם ובנביאות משה עבדיה - כדי מ'זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין אמונות טפילות און א בשר ודם.

די פרעגסט וואס מיר זענען אנדערש פון להבדיל די קריסטן, האמער אונזערע רביס זענען אויך פאפערס (תרתי משמע). איז די תירוץ אויף דעם אז איה"נ און אונזער גלויבן פארלאנגט טאקע נישט צו האבן קיין אמונה און זיי. אודאי זענען דא טויזענטער אידן וואס זענען געברעינוואשט און מיינען אז מ'טאר נישט נוצן די אייגענע שכל, אבער זיי רעפרעזענטירן נישט אונזער אמונה.

נאכמער, דעיס וואס מ'זעהט וויאזוי די היינטיגע מנהיגים זעהען אויס, איז גאר מחזק וואס אונזערע חכמים האבן פאראויס געזאגט. ווי די גמרא פארציילט אז איינער (דאכציך ר' עקיבא) האט געזעהן ראטן ארומקריכען אויפ'ן מקום המקדש האט ער געלאכט. אויף די פראגע פארוואס ער לאכט האט ער געזאגט אז ער זעהט אז די קללה פון שועלים הלכו בו ווערט מקיום גיט עס אים חיזוק אז די הבטחה פון די גאולה וועט אויך מקיום ווערן.

לעניננו, איז אויך אזוי. חז"ל זאגן דאך וויזוי ס'עט אויסקוקען בעיקבתא דמשיחא, פני הדור כפני הכלב, והאמת נעדרת און נאך פילע מאמרים. אויך איז ידוע פון ר' נחמן אין ליקוטי מהר"ן וויזוי די מנהיגים וועלן אויסקוקען (איך געדענק נישט פינקטליך וואס ער שרייבט, אפשר קען @ברסלבער ארויסהעלפן). די דברי חיים אין פרשת ויקהל שרייבט אויך אז רוב מנהיגים זענען פון די ערב רב, וכו' וכו'. אויב וואלטן די מנהיגים געווען ערליך, וואלט איך געהאט א הארד טיים פארענטפערן די אויבערדערמאנטע מאמרים און עס וואלט מיר גורם געווען ספיקות אבער יעצט באקום איך גאר חיזוק פון זעהן וויזוי אונזערע מנהיגים קוקן אויס.

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 25, 2014 12:12 pm

· #202251
דריידל זאגט זייער שיין, און דאס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן וועגן די נושא פון פאלשקייט בדורינו. דער אמת ווערט נישט אויס, אויב מנהיגים היידזשעקן איר פאר זייערע שקרים און נגיעות.

טיטאניק » זונטאג מאי 25, 2014 1:07 pm

· #202269
רויטע וואנצעס
דריידל זאגט זייער שיין, און דאס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן וועגן די נושא פון פאלשקייט בדורינו. דער אמת ווערט נישט אויס, אויב מנהיגים היידזשעקן איר פאר זייערע שקרים און נגיעות.

יואב » זונטאג מאי 25, 2014 4:58 pm

· #202350
הערה בעלמא
בתוך מחננו, און צומאל אויך צווישן קאווע שטיבל מיטגלידער, קומט אפט אויס מיטצוהאלטן דעם בליק וואס מענטשן האבן איבער מקבל זיין דעם עול הטעסטעמענט החדש והקריסטנטום. כלומר, דער אלטערנאטיווער סטראטעגיע אן ״אויפגעקלערטער״ האט אין פלאן צו נעמען, איינמאל ער איז עובר אויפ׳ן ואל תיטוש, און באשליסט נישט מונע צו זיין רגליו מנתיבתם.

דער געדאנק פון ״טויפן זיך צו קריסטענטום״ בזמננו, הערט זיך כמעט אזוי תאווה׳דיג ווי דאס בוקן זיך צו א הילצערנעם אביעקט אין תרח׳ס אנשטאלטן; און איז אזוי אין סטייל, ווי מקריב זיין די קינדער פאר דער ״מולך״ פראקטעצירונג.

אמת, דער רמב״ם פסק׳נט טאקע אז נוצרות איז כפירה, פארט אבער, און איז לגמרי קיין סתירה, איז קריסטנטום אידילאגיש צו דער רעכטער זייט פון אידישקייט, און נישט צו דער לינקער זייט.

אויב גייט פאר איינעם אריין, אדער ארויס פייגלעך אין/פון קאפ, איבער אידישקייט, איז נאריש אים צו באוואשען ער זאל, אדער אז ער וויל זיך גיין שמד׳ן.

אויב זיין רעליגעז, איז אידישקייט וואס אנטהאלט מיסודה די ווייניגסטע מיסטישע זאכן אין וואס צו גלייבן, פון צווישן די גרעסערע רעליגיעס. ווארום קריסטנטום זעלבסט, להבדיל, איז דאך געשאפן געווארן באזירט אויף די געטליכע פרינציפן פון אידישקייט, און האט אין צוגאב ארויפגעברענגט מיסטיציזם צו אסאך גרעסערע שטאפלן. (אנולירט און מאדעפיצירט צענדליגע ״פראקטישע״ אספעקטן) אלזא, ס׳לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל אז איינער וואס טרעפט אנטוישונג איבער דער אויטענטישקייט אין תורה מסיני, צו מחמת הסתרת אלקים, אדער אויפגעקלערטקייט (אויכמער אויפגעקלערט...) לייגט אן אויג זאגאר מקבל צו זיין אין וואס מער צו גלייבן. אפשר האט מען דאס אמאל געברויכט טון בכדי צו קענען זיין מער אקצעפטירבאר אין לעבן; אפשר איז מען געוועזן מער פאנאטיש, אדער צו וויבאלד גזירות וועלכע האבן געלויערט העכער די קעפ. הפנים, אידן האבן זיך געטויפט צו קריסטנטום במשך הדורות צוליב כמה סיבות, ס׳טוט אבער נישט קלענער מאכן, דאס טיפשות פון באשולדיגן כהיום אינגעלייט, אין זיך וועלן טויפן.

איטס עבאויט טיים ס׳זאל זיך ענדיגן די ״נסיונות״ פון טויפן זיך צו קריסטנטום. און ווען איינער שרייבט עפעס קעגן אידישקייט למחצה לשליש ולרביע, נישט צילן די פיילן צו ״שמד״, וואס וועט אים צו זיינע קינדער באטרעפן. המבין יבין, והמשכיל ידום.

מבקר » זונטאג מאי 25, 2014 8:31 pm

· #202420
די אמת פון א גלויבונג test מען נישט 1000+ יאר נאך די גלויבונג האט זיך אנגעהויבן. מען דארף קוקן אויף די אנהויב, וואס האט מען דעמאלטס פארקויפט, ווער האט עס געקויפט, וכו'
לעניינינו קריסטנטום איז פאר די ערשטע פאר הונדערט יאר נישט געווען acceptable ביי קיין איין געלערנטע אדער מוצלח'דיגע מענטש משא"כ יהדות איז נתקבל געווארן דארך 600,000 מענטשען אויף אמאל

ברסלבער » דינסטאג מאי 27, 2014 10:00 am

· #202820
יואב
בתוך מחננו, און צומאל אויך צווישן קאווע שטיבל מיטגלידער, קומט אפט אויס מיטצוהאלטן דעם בליק וואס מענטשן האבן איבער מקבל זיין דעם עול הטעסטעמענט החדש והקריסטנטום. כלומר, דער אלטערנאטיווער סטראטעגיע אן ״אויפגעקלערטער״ האט אין פלאן צו נעמען, איינמאל ער איז עובר אויפ׳ן ואל תיטוש, און באשליסט נישט מונע צו זיין רגליו מנתיבתם.

דער געדאנק פון ״טויפן זיך צו קריסטענטום״ בזמננו, הערט זיך כמעט אזוי תאווה׳דיג ווי דאס בוקן זיך צו א הילצערנעם אביעקט אין תרח׳ס אנשטאלטן; און איז אזוי אין סטייל, ווי מקריב זיין די קינדער פאר דער ״מולך״ פראקטעצירונג.

אמת, דער רמב״ם פסק׳נט טאקע אז נוצרות איז כפירה, פארט אבער, און איז לגמרי קיין סתירה, איז קריסטנטום אידילאגיש צו דער רעכטער זייט פון אידישקייט, און נישט צו דער לינקער זייט.

אויב גייט פאר איינעם אריין, אדער ארויס פייגלעך אין/פון קאפ, איבער אידישקייט, איז נאריש אים צו באוואשען ער זאל, אדער אז ער וויל זיך גיין שמד׳ן.

אויב זיין רעליגעז, איז אידישקייט וואס אנטהאלט מיסודה די ווייניגסטע מיסטישע זאכן אין וואס צו גלייבן, פון צווישן די גרעסערע רעליגיעס. ווארום קריסטנטום זעלבסט, להבדיל, איז דאך געשאפן געווארן באזירט אויף די געטליכע פרינציפן פון אידישקייט, און האט אין צוגאב ארויפגעברענגט מיסטיציזם צו אסאך גרעסערע שטאפלן. (אנולירט און מאדעפיצירט צענדליגע ״פראקטישע״ אספעקטן) אלזא, ס׳לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל אז איינער וואס טרעפט אנטוישונג איבער דער אויטענטישקייט אין תורה מסיני, צו מחמת הסתרת אלקים, אדער אויפגעקלערטקייט (אויכמער אויפגעקלערט...) לייגט אן אויג זאגאר מקבל צו זיין אין וואס מער צו גלייבן. אפשר האט מען דאס אמאל געברויכט טון בכדי צו קענען זיין מער אקצעפטירבאר אין לעבן; אפשר איז מען געוועזן מער פאנאטיש, אדער צו וויבאלד גזירות וועלכע האבן געלויערט העכער די קעפ. הפנים, אידן האבן זיך געטויפט צו קריסטנטום במשך הדורות צוליב כמה סיבות, ס׳טוט אבער נישט קלענער מאכן, דאס טיפשות פון באשולדיגן כהיום אינגעלייט, אין זיך וועלן טויפן.

איטס עבאויט טיים ס׳זאל זיך ענדיגן די ״נסיונות״ פון טויפן זיך צו קריסטנטום. און ווען איינער שרייבט עפעס קעגן אידישקייט למחצה לשליש ולרביע, נישט צילן די פיילן צו ״שמד״, וואס וועט אים צו זיינע קינדער באטרעפן. המבין יבין, והמשכיל ידום.

@יואב, זאגסט זייער גוט, אבער ווי איך פארשטיי איז דער אויסדרוק 'שמד' וואס מען ניצט, א געבארגט לשון.
באמת איז די דעפיניציע פון 'שמד' מלשון 'השמדה', די מלוכה האט ארויסגעגעבן א 'גזירת שמד' אז ווער עס וועט היטן תורה ומצות וועט מען הרג'ענען, עס האט לאו דוקא מיטן זיך טויפן צום קריסטליכן גלויבן.

מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 6:15 pm

· #202985
ליצנותא דע"ז
📎 IMG-20140527-WA001.jpg

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 6:18 pm

· #202986
אוי איז דאס גיט
איך האב אזוי געלאכט

מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 6:20 pm

· #202988
ס'ווייב איז געקומען צו לויפן קוקן וואסי געשען ?

איך אויך » דינסטאג מאי 27, 2014 6:27 pm

· #202992
דאס איז א אור אלט ווערטל (כמדומה מען האט עס ארויפגעלייגט אויף ר' יהונתן אייבשיץ ,כנהוג). נאר ווען מען זאגט עס איבער אויף מאמע לשון הערט זיך עס אסאך געשמאקער.

ואגב, במקור קומט דאס אביסל אנדערש.

מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 6:30 pm

· #202994
😮 😮 עברית איז דיין מאמע לשון??

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 6:36 pm

· #202996
ווער קען דען מאכען בעסער ליצנות אויב נישט א איד?
א איד טרייבט ליצנות פון א גלח
ווער עס פארשטייט עברית וועט זיך מחיה זיין
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=SksvDn33niM">https://www.youtube.com/watch?v=SksvDn33niM</a>

איך אויך » דינסטאג מאי 27, 2014 8:05 pm

· #203037
מ גפני
:o 😮 עברית איז דיין מאמע לשון??

חכם איך רעד פון אידיש.

יואב » זונטאג יוני 1, 2014 10:06 pm

· #204007
ברסלבער
יואב
בתוך מחננו, און צומאל אויך צווישן קאווע שטיבל מיטגלידער, קומט אפט אויס מיטצוהאלטן דעם בליק וואס מענטשן האבן איבער מקבל זיין דעם עול הטעסטעמענט החדש והקריסטנטום. כלומר, דער אלטערנאטיווער סטראטעגיע אן ״אויפגעקלערטער״ האט אין פלאן צו נעמען, איינמאל ער איז עובר אויפ׳ן ואל תיטוש, און באשליסט נישט מונע צו זיין רגליו מנתיבתם.

דער געדאנק פון ״טויפן זיך צו קריסטענטום״ בזמננו, הערט זיך כמעט אזוי תאווה׳דיג ווי דאס בוקן זיך צו א הילצערנעם אביעקט אין תרח׳ס אנשטאלטן; און איז אזוי אין סטייל, ווי מקריב זיין די קינדער פאר דער ״מולך״ פראקטעצירונג.

אמת, דער רמב״ם פסק׳נט טאקע אז נוצרות איז כפירה, פארט אבער, און איז לגמרי קיין סתירה, איז קריסטנטום אידילאגיש צו דער רעכטער זייט פון אידישקייט, און נישט צו דער לינקער זייט.

אויב גייט פאר איינעם אריין, אדער ארויס פייגלעך אין/פון קאפ, איבער אידישקייט, איז נאריש אים צו באוואשען ער זאל, אדער אז ער וויל זיך גיין שמד׳ן.

אויב זיין רעליגעז, איז אידישקייט וואס אנטהאלט מיסודה די ווייניגסטע מיסטישע זאכן אין וואס צו גלייבן, פון צווישן די גרעסערע רעליגיעס. ווארום קריסטנטום זעלבסט, להבדיל, איז דאך געשאפן געווארן באזירט אויף די געטליכע פרינציפן פון אידישקייט, און האט אין צוגאב ארויפגעברענגט מיסטיציזם צו אסאך גרעסערע שטאפלן. (אנולירט און מאדעפיצירט צענדליגע ״פראקטישע״ אספעקטן) אלזא, ס׳לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל אז איינער וואס טרעפט אנטוישונג איבער דער אויטענטישקייט אין תורה מסיני, צו מחמת הסתרת אלקים, אדער אויפגעקלערטקייט (אויכמער אויפגעקלערט...) לייגט אן אויג זאגאר מקבל צו זיין אין וואס מער צו גלייבן. אפשר האט מען דאס אמאל געברויכט טון בכדי צו קענען זיין מער אקצעפטירבאר אין לעבן; אפשר איז מען געוועזן מער פאנאטיש, אדער צו וויבאלד גזירות וועלכע האבן געלויערט העכער די קעפ. הפנים, אידן האבן זיך געטויפט צו קריסטנטום במשך הדורות צוליב כמה סיבות, ס׳טוט אבער נישט קלענער מאכן, דאס טיפשות פון באשולדיגן כהיום אינגעלייט, אין זיך וועלן טויפן.

איטס עבאויט טיים ס׳זאל זיך ענדיגן די ״נסיונות״ פון טויפן זיך צו קריסטנטום. און ווען איינער שרייבט עפעס קעגן אידישקייט למחצה לשליש ולרביע, נישט צילן די פיילן צו ״שמד״, וואס וועט אים צו זיינע קינדער באטרעפן. המבין יבין, והמשכיל ידום.

@יואב, זאגסט זייער גוט, אבער ווי איך פארשטיי איז דער אויסדרוק 'שמד' וואס מען ניצט, א געבארגט לשון.
באמת איז די דעפיניציע פון 'שמד' מלשון 'השמדה', די מלוכה האט ארויסגעגעבן א 'גזירת שמד' אז ווער עס וועט היטן תורה ומצות וועט מען הרג'ענען, עס האט לאו דוקא מיטן זיך טויפן צום קריסטליכן גלויבן.

אמת, טאקע פארהאן אסאך וואס נוצן דעם טערמין אין אלגעמיין. איך האב אבער דוקא יא געמיינט די וועלכע באציען זיך צו קריסטנטום.

Yossy » זונטאג יוני 1, 2014 11:45 pm

· #204034
א נקודה אין ודע מה שתשוב . ביי אידען איז דא א מעמד הר סיני וואס איז געווען פאר שישים ריבוא אידען חוץ זקנים נשים וטף , אין תיכף נאכדעם האבען די אידען באקומען די תורה אין דארט איז אלעס געשטאנען די גאנצע מעמד בפרטיות . מן השמים השמיעך . ועל הארץ הראך את אשו הגדולה וכו, כוועל געבן א דוגמא די מציאות פון 911 וואס מיליאנען מענטשען האבען מיטגעהאלטען דאס וועט מען קיינמאל נישט קענען טוישען אוודאי קענען קומען משוגעים אין זאגען אין זיך קריגען ווער סאיז געשטאנען אינטער דעם אבער די מעשה בעצם קען מען נישט טוישען אז סאיז געקומען צי פליען צוויי פליגערס אין אריינגעקראכט אין די געביידעס אין סהאט אראפגעברענגט די בנינים , פארוואס ? וויבאלד מיליאנען מענטשען האבען עס אליין געזען . די זעלבע זאך די אלע מענטשען וואס האבען בייגעוואוינט מעמד הר סיני האבען גלייך נאכדעם באקומען די תורה אין דארט איז געשטאנען די מעשה וואס זיי זענען געווען א חלק פון דעם אין מען רעדט דא פון מיליאנען מענטשען ..... להבדיל אלף אלפי אלפים אלע אמונות טפילות סיי מוכאמעד אדער קריסטענטום אין געבויט אויף גילי אין נבואות וואס זיי האבען באקומען אין מיטען די נאכט אדער אין מדבר ווען קיינער האט נישט געזען דעמאלטס האבען זיי באקומען די נייע שטותים פארשטייט זיך אז קען מען נישט אפפרעגען ..