☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וואס איז מיין טאלאנט?

וואס איז מיין טאלאנט?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2904

ידען » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:32 pm

· #85908
וואס איז מיין טאלאנט?
בענזשעמין פרענקעל האט געמאכט א מעכטיגע אשכול וואס האט באשריבען משה געצלס אשכול. כאב זייער הנאה געהאט נעכטען ווען כאבעס געלייענט, און כאב געטראכט אז יעדער פאעזירט, לאמיך אויך זעהן וואס סע גייט דארט פאר. און אויב סע טאקע אזוי אינטערעסאנט ווי ער מאכט עס אבער ער האט נישט געלייגט א לינק האבעך פארגעסען פון עס.
היינט האט מען עס ארויף געברענגט, האבעך יעצט אנגעהויבען נאך א מאל צו לייענען, און איך האלט ביי קופערניקוס וואס שרייבט אז זייער גוט אז מע מאכט אזא פארמעסט, און ווער סע האט די טאלאנט פון פאעזירען זאל אויך קענען האבען אזא פלאץ.

נאך פאר כאב געלייענט ווייטער האבעך אנגעהויבען צו טראכטען, וואס איז מיין טאלאנט? כאב נישט א השגה. איך דריי מיך ארום און איך ארבעט פאר איינעם אין אפיס און סע נישט קיין שום טאלאנט אינוואלווד.

וויזוי קען איך וויסן וואס מיין טאלאנט איז?

אפשר האבעך נישט קיין טאלאנט?

יעדע מענטש האט עפעס א טאלאנט?

אפשר איז דא טאלאנטלאזע מענטשען?

איך ווער נישט ציבראכען אז איך האב נישט.

אויב כאב יא, וויזוי קענעך געוואויר ווערן וואס סע איז?

אפשר איז עס זייער א באהאלטענע און אויב מע וועט עס טרעפען וועלעך קענען ווערען א עושר?

סע דא א וועג צו וויסן, אדער זאלעך נישט פאנטאזירען אזוי סאך?

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:37 pm

· #85910
תכלית הידיעה שלא נדע, איינער קומט צו צום תכלית דורך ידיעה, דער חכם, און דער טיפש בלייבט א בער ולא אדע

ידען » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:56 pm

· #85914
[ציטאט אראפגענומען]

דו האסט טאלאנט.

אזוי שנעל צו שרייבען?

כאב גענדיגט צו מאכען די אשכול, כאב עס נאך א מאל געלייענט, נאכדעם געדריקט רעפרעש, און דו האסט שוין געשריבען עפעס.

כאב שוין איין מאל געמאכט אזא אשכול, ווי אזוי מע ווערט א ידען

<!-- w --><a class="postlink" href="/topic/508">www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=508</a><!-- w -->

יעצט טראכט איך צו מאכען א אשכול,
וואס האט מען פון וויסן?...
איך ווייס אז איך האב ליעב צו וויסן אבער וואס ברענגט עס?

איך ווייס נישט אויב סע א טאלאנט. סע א גוטע זאך אבער טאלאנט?

כעל באלד זעהן א dictionary...

משה געציל » זונטאג פעברואר 10, 2013 11:28 pm

· #85935
ידען

וויזוי קען איך וויסן וואס מיין טאלאנט איז?

אפשר האבעך נישט קיין טאלאנט?

יעדע מענטש האט עפעס א טאלאנט?

אפשר איז דא טאלאנטלאזע מענטשען?

איך ווער נישט ציבראכען אז איך האב נישט.

אויב כאב יא, וויזוי קענעך געוואויר ווערן וואס סע איז?

אפשר איז עס זייער א באהאלטענע און אויב מע וועט עס טרעפען וועלעך קענען ווערען א עושר?

סע דא א וועג צו וויסן, אדער זאלעך נישט פאנטאזירען אזוי סאך?

איך מיין אז ריינער פאעזיע אזוי דירעקט ארויס פון הארץ איז נישט דא! אזוי גוט ארויסברענגען אינערליכע געפילן? ידען איך בין דיר ממש מקנא!

ידען » מאנטאג פעברואר 11, 2013 7:57 am

· #85988
משה געציל
ידען

וויזוי קען איך וויסן וואס מיין טאלאנט איז?

אפשר האבעך נישט קיין טאלאנט?

יעדע מענטש האט עפעס א טאלאנט?

אפשר איז דא טאלאנטלאזע מענטשען?

איך ווער נישט ציבראכען אז איך האב נישט.

אויב כאב יא, וויזוי קענעך געוואויר ווערן וואס סע איז?

אפשר איז עס זייער א באהאלטענע און אויב מע וועט עס טרעפען וועלעך קענען ווערען א עושר?

סע דא א וועג צו וויסן, אדער זאלעך נישט פאנטאזירען אזוי סאך?

איך מיין אז ריינער פאעזיע אזוי דירעקט ארויס פון הארץ איז נישט דא! אזוי גוט ארויסברענגען אינערליכע געפילן? ידען איך בין דיר ממש מקנא!

א סאך מאל טראכט איך, וואס איז דאס? די אמת אדער עפעס א חיזוק...

יעצט בינעך שוין צימישט וואס סע מיינט פאעזיע. וועלעך נאך דאווענען אנהייבען לייענען די פאעזיע פארמעסט אשכול און זעהן וואס משה געצל האסט געמיינט 🙂

ידען » מאנטאג פעברואר 11, 2013 8:01 am

· #85989
נאך א זאך.

כאב טאקע געמאכט די אשכול אז סע זעהט אויס אז איך מיין נאר מיך, אבער איך מיין בכלל צו פרעגען וויזוי א מענטש קען געוואר ווערן זיין טאלאנט, און ביי א שרייבער אויף א בלאג קעמען נישט זעהן וואס זיינע טאלאנטען זענען ווייל נאר וואס ער שרייבט ווייסט מען. אדער וויזוי ער שרייבט אדער פון וואסערע זאכן ער שרייבט.