☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » צענדליגע מיליאנען גיסן זיך אין סאטמאר..

צענדליגע מיליאנען גיסן זיך אין סאטמאר..

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900

אבי גערעדט » זונטאג פעברואר 10, 2013 10:50 am

· #85746
צענדליגע מיליאנען גיסן זיך אין סאטמאר..
שטייענדיג נאך דעם סאטמאר'ען שבת אין בארא פארק, ווי עס איז אריינגעקומען ביים ליינען אומגעפער אכט אין א האלב מיליאן דאלאר! לטובת דעם נייעם ת"ת (אין קיינער זאגט ניטאמאל WOW, וויבאלד ס'איז געווארן נארמאל) איז אינטערעסאנט צו שטיין פון די זייט אין באטראכטן וויאזוי ס'מיליאן'ט זיך אין סאטמאר.

סאטמאר שטייט יעצט ביים פערטיגן א 10 מיליאן דאלארדיגן מקוה טהרה.
סאטמאר קרית יואל בויעט יעצט א 10 מיליאן דאלארדיגן תלמוד תורה.
אין אזוי ווייטער בכל קצוי תבל, אין די אינטערעסאנטסטע זאך איז, אז געלט איז די קלענסטע דאגה.

סאטמאר מהרז"ל האט אגאדשירט פאריגע וואך פיהר מיליאן דאלאר אין לעיקוואוד, אין האלטן אויך אינמיטן עטליכע מולטי מיליאן דאלארדיגע פראיעקטן.

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 10, 2013 12:01 pm

· #85762
יא, געפרעגט אמאל איינעם, וואו איז די (ארונים) סאטמער ביתמדרש אין וויליאמסבורג, ענטפערט יענער: 14 מיליאן הופפער.

קרעקער » זונטאג פעברואר 10, 2013 2:41 pm

· #85796
אויב ביי מיין קליינע שוהל פארקויפט זיך יעדע וואך די עליות פאר 30,000 דולר די מצוות איז עס אין סאטמער ווערט 30,000,000

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 10, 2013 2:44 pm

· #85798
געדאווענט פאריגע וואך אין די ארוני'שע בית מדרש אין מאנסי, עס זעהט נישט אויס דארט ווי עס גיסן זיך מיליאנען...

קלאר » זונטאג פעברואר 10, 2013 6:00 pm

· #85852
זיי האבן געקויפט די ריזיגע שטח פאר היבש איבער 10 מיליאן דאללער..... רוב געלט איז טאקע פון א מארגעזש, אבער זיי האבען שוין געשאפן א שיינע פאר מיליאן דאללער פאר אלעס ארום.
זיי האבען הערשט יעצט געווינען די קארט מיט דעם טענענט, און זיי גייען הערשט יעצט קענען אנהייבן פלאנען ווייטערדיגע שריט.

אוי טאטי » זונטאג פעברואר 10, 2013 7:12 pm

· #85884
אחוץ פון דעם האבן זיי שוין אריינגעלייגט היבש אסאך געלט דארט, דאכציך גאר לעצטענס האבן זיי געבויעט א היכל צו לערנען, וואס האט געקאסט א שיינע סכום.

איך אויך » זונטאג פעברואר 10, 2013 11:48 pm

· #85940
קרעקער
אויב ביי מיין קליינע שוהל פארקויפט זיך יעדע וואך די עליות פאר 30,000 דולר די מצוות איז עס אין סאטמער ווערט 30,000,000

קרעקער אדער קרעק-העד?

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:31 am

· #85976
אוי טאטי
אחוץ פון דעם האבן זיי שוין אריינגעלייגט היבש אסאך געלט דארט, דאכציך גאר לעצטענס האבן זיי געבויעט א היכל צו לערנען, וואס האט געקאסט א שיינע סכום.


אמת טאקע אז א היכל התורה האבן זיי טאקע זייער א שיינעם איבערגעבויטן היכל, אבער נאר דאס, דאס גאנצע איבריגע איז זייער ווייט פון דעם.

ניו יארק » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:25 pm

· #86203
קרעקער
אויב ביי מיין קליינע שוהל פארקויפט זיך יעדע וואך די עליות פאר 30,000 דולר די מצוות איז עס אין סאטמער ווערט 30,000,000

זאג נאר $30,000.00 עליות יעדע וואך? איך מעג אפשר וויסען ווי די דאווענסט? און איין מנין מיט טראמפ אדער עדעלסאן???

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2013 9:48 pm

· #102298
ניו יארק
קרעקער
אויב ביי מיין קליינע שוהל פארקויפט זיך יעדע וואך די עליות פאר 30,000 דולר די מצוות איז עס אין סאטמער ווערט 30,000,000

זאג נאר $30,000.00 עליות יעדע וואך? איך מעג אפשר וויסען ווי די דאווענסט? און איין מנין מיט טראמפ אדער עדעלסאן???

במחילת כבוד תורתך פארשטייסטו נישט. שבת און יו"ט פארקויפט מען די עליות מיט גוזמאות'דיגע נאמבערס. ס'מיינט גארנישט. די דרייסיג טויזנט וואס מ'הערט איז בסך הכל נישט מער ווי דרייסיג דאללער. און דאס איז אויכעט נאר הבטחות. היינט ביי די סאטמארער דינערס פארלאנגט מען שוין קעש.