☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א יאר אין קאווע שטיבל! ויקרא שמו/פאעזיע

א יאר אין קאווע שטיבל! ויקרא שמו/פאעזיע

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2897

משה געציל » מוצ"ש פעברואר 9, 2013 11:59 pm

· #85684
א יאר אין קאווע שטיבל! ויקרא שמו/פאעזיע
ויקרא שמו בישראל ביים ברית, משהל"ע,
די מומע, א צוצוקעל מיטן נאמען געבראכט,
געוויינט א גאנצע נאכט,
משהל'ע זיסקייט, הער אויף מיט די טרערל'ע,

זעקס חדשים, דאס נאמען געטוהן כאפן,
משהל'ע, דאס איך בין,
אנגעפאנגען רעאגירן,
דאס דאך מיך אינדענטעפצירן,

שיינע לאקעלעך ביי די דריי,
א קאפל נאמען משהל'ע, באדעקט דאס קעפלע,
וואקסן אין אונזער וועגן געטריי,
זיין א גלאנץ מיין שעפעלע,

קינדערגארטן, מיין נאמען אויף קאטשקעריין,
משהל'ע א שיינע תיבה מיט געצעלט,
דעם מאמען געפעלט,
פאר אונז נאר נחת תמיד און פיין,

ביי די עברי משה צוויי פעטש,
קמץ אלף העכער שריי,
מושי, קום שפילן קעטש,
קינדער לוסטיג לעבעדיג פאר זיי,

יארן געציילט ביז דרייצן,
א תפילין בייטל דער נאמען אריין קראצן,
געדענק די תפילין הייליג דאס נעמען,
טראכטן מחשבות נאר ווי די עלטערן,

נייע פאנטזיעס נישט ערלויבט,
ווי די חינוך באקומען אזוי גענויגט,
דורי דורות מיר לייגן די תפילין,
נישט קליגער פון די פריעדיגע דאס סימבאלזירן,

אין ישיבה שאלות פארשטאפט,
קווענקעלנישן אין מח נישט געלאזט,
תמיד נאר צוגעשטימט,
אפילו ווען זאכן פארקרימט,

דער מאדערענע פעך,
יענער שלעכט,
איך מושי פערפעקט,
דאס שטענדיג געהערט,

אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,

יארן געפלויגן,
די וואונדערנישן פארהוילן,
טראץ אין הארץ געקווענקעלט,
אין ביהמ"ד, ארבייט, מיטן שטרוים מיט-געשאקלט,

בויך וויי נאר אין בעט שפעט,
אליינטס געטראכט ח"ו געפרעגט,
אלעס אנגענומען אינדרויסן וויכטיג,
אפילו ווען נישט ריכטיג,

אויפן וועב, א היימיש פלאץ פארברענגן,
א פריינד איבערגעבן,
איצטירט קאווע שטיבל געגרינדעט,
אריין געקלאפט אין גוגעל אהער געבראכט,

א חודש אומגעפער געדרייט אין געקלערט,
ביז משה געציל א ניק ערוועלט,
הארץ קווענקלישן, שרייבן אנגעפאנגען,
נישט ווי דער נאמען משה טוט רעפעזענטירן,

משה געציל דאס די נאמען ריכטיגע,
נישט ווי משה בלויז א געבלאפטע,
משה בלויז די ניק, מן השפה ולחוץ ער רעדט,
משה געציל שמו בישראל יקרא מיט רעכט!

בן תמליון » זונטאג פעברואר 10, 2013 12:32 am

· #85689
הערליך! פארוואס האט איר נישט געלאזט פארן פארמעסט? זעט אויס איר האט בעסערס איך קען קוים ווארטן.

sefish » זונטאג פעברואר 10, 2013 12:44 am

· #85692
A new Pshat in "Sheloi shinee es shmum", the Yiden in Egypt didnt make Niks, thats why they were oisgeleizt, and taake thru MOSHE rabein

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 10, 2013 12:56 am

· #85696
משה'לע מיין ליב קינד!
כבשת את לבי ג"כ!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 10, 2013 1:06 am

· #85699
משה׳לע דו ביזטאס?!

שארפסטעך דיין פענסיל צום פארמעסט, הא??!

משולם שטיינפעלד » זונטאג פעברואר 10, 2013 1:45 am

· #85704
[ציטאט אראפגענומען]

טאקע דערפאר איז נישט ערלויבט מערערע ניקס מיט די זעלבע נעמען צו פארמיידן חתן וחמיו פראבלעמען.....

טעפל » זונטאג פעברואר 10, 2013 3:13 am

· #85713
געוואלדיג משה געציל
הערליך שיין
מיר טוען זיך
מחיה זיין
זיי ממשיך מיט אימפעט
אידען צו דערקוויקען
(פאעזיע?!) 😕

משה געציל » זונטאג פעברואר 10, 2013 3:16 am

· #85714
[ציטאט אראפגענומען]

שלי ושלך הכל שלך! קרעדיט איז דיינס! היינט ביי קריה״ת האב איך מיך דערמאנט וואס מיר האבן זיך געאישי׳ט פאריגע וואך, דאס איז מיר אריינגעפלויגן אין קאפ!
בן תמליון
הערליך! פארוואס האט איר נישט געלאזט פארן פארמעסט? זעט אויס איר האט בעסערס איך קען קוים ווארטן.

איך האב שוין אפגעשריבן א שטיקל פארן פארמעסט, דאס איז פריש ארויס ממקור הנעלם, ומשום נחיצות הענין האב איך נישט געוואלט מדחה זיין דעם קץ אפילו פאר א רגע.
[ציטאט אראפגענומען]

א חידוש גדול אז צו אונזער חכם יאנקל קומט נאך בכלל אן אזעלכע פשוטע שאלות און פראבלעמען וואס מוטשעט אונז עמך אידן... אבער לאמיר נישט פארגעסן אז דיין נאמען איז יאנקל מיט א אל״ף, אלופינו ומועדינו!

גלות יוד » זונטאג פעברואר 10, 2013 1:45 pm

· #85785
מיין פענע
איך זעה א אינדענטיפיקאציע קריזיס
אין שול בין איך איינס, און אין קאווע שטיבל אנאנדערס
אינערליכע געראנגל איך בין "זיך" פארוואגעלט
וואס וויל איך זיין, וואס וועל איך זיין

בין איך וואס איך מיין,
מיין איך וואס איך בין
מיין פענע ווערטער אויסדריקן
מיין הארץ טוט דריקן

נישט געזארגט איך טייערע
איך וועל שעצן דאס אייערע
וועל מיר מאכן א שפיל
אין קאווע שטיבל וועל איך זיין דער געפיל
אין שיהל וועל איך מיך האלטן קיל

איך האב דיך, דו האסט מיך
זיך ביידע ערגענצן אונזער פעלערהאפטיגקייטן
זיך באפרייען פון קייטן
דעם סוד האלטן זיך ביידע אונטערהאלטן


בקיצור..............

משה געציל » זונטאג פעברואר 10, 2013 4:47 pm

· #85816
זייער גוט ר' גלות איד!
האבן מיר שוין האפענטליך נאך א פאזעיע שרייבר אינעם פארמעסט!

atmybest » זונטאג פעברואר 10, 2013 5:19 pm

· #85824
ווען איך די ערשטע מאל דא געקומט,
האב איך אריין געלימפט,
קיינער האט מיר נישט באגריסט,
איך האב זיך כמעט געשיסט,
זר זהב האט שוין געהיסט,
די תגובות האבן מער נישט געפליסט,

ווען עס איז געקומען צו אייוועלט,
האט יעדער איינער געשעלט,
איך האב געקוועלט,
אז מען קען שרייבן וואס עס געפעלט,
שמעקעדיג האט מיר געשיקט אין אישי,
אז איך זאל שרייבן אזוי ווי געפילטע פישי,

המשך יבוא,

atmybest » זונטאג פעברואר 10, 2013 5:23 pm

· #85831
פארוואס זאגסטו דאס????

atmybest » זונטאג פעברואר 10, 2013 5:26 pm

· #85835
צוליב דעם וואס זיי זענען דורכגעפאלן מיט דיר, האבן זיי באשלאסן צו טוישן די מהלך.
אגב, ער האט מיר געשיקט עפעס צידה לדרך אויף פעיפאל.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 10, 2013 6:00 pm

· #85853
atmybest
וואס זאל איך טון, איך שמעק עפעס...


atmybest

שמעקעדיג האט מיר געשיקט אין אישי,
אז איך זאל שרייבן אזוי ווי געפילטע פישי


דאס מוז זיין דער העסליכער בלוט בלבול פון תשע"ג.
דו שמעקסט עפעס? שמעקעדיג האט דיר געשיקט? וואס גייט פאר מיט דיין חוש הריח היינט?
ווי קופערניקוס זאגט, עס סאונדט זייער פישי.

חלום חלמת ואיני יודע מה היא.

יאיר » זונטאג פעברואר 10, 2013 6:05 pm

· #85860
העי, שמעקעדיג, פרוביר נישט צו לייקענען, מ'האט דיר געכאפט מיט רויטע הענט.

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 10, 2013 10:43 pm

· #85923
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין אינגאנצן צומישט, שמעקעדיג הייסט שמעקען ווי פיש, קופערני איז געווארן א עניו איבער נאכט, בלוט בילבולים מיט רויטע הענט, שמעקי טיילט נדבות אויף פעיפאל, די צומישעניש מאכט מיר קאפוויי, קען איינער דא פותר חלום זיין מיט גראדע ווערטער אן קיין גראמען?

משה געציל » זונטאג פעברואר 10, 2013 11:20 pm

· #85932
משה געציל
אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,

איינער האט מיך געפרעגט אין אישי וואס דאס ווארט באדייט, עני סודזשעסטשנ׳ס?

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:01 am

· #85945
עט-מיי-בעסט האט אנגעדרייט א נייע סומאטאכע/זאווערוכע, און דער עולם, בראשם ידידינו געפילטע פיש, ברעכן זיך נעבעך קאפ.

לאמיך אייך בארואיגן, הכל מותרים לך, אין כאן לא פעיפעל, לא פיש שמעקער, ולא ידיים אדומות, אבל יש כאן דברים בטלים, שקרים וחזיונות, וחלומות שוא ידברון.

ודי בזה.

האטס מיר א פרייליכן פורים.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:04 am

· #85947
משה געציל
משה געציל
אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,

איינער האט מיך געפרעגט אין אישי וואס דאס ווארט באדייט, עני סודזשעסטשנ׳ס?


שרשו מלשון פאפוגיי?

משה געציל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:07 am

· #85948
שמעקעדיג
משה געציל
משה געציל
אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,

איינער האט מיך געפרעגט אין אישי וואס דאס ווארט באדייט, עני סודזשעסטשנ׳ס?


שרשו מלשון פאפוגיי?

יאפ׳ס!