מייקראסאפט אפיס 2013
נעכטן האב איך אפדעיטעד מיין אפיס פון 2010 צו 2013, נישט אז איך ווייס פארוואס, חוץ פון א נייע סארט גרעפיקס איז נישטא כמעט קיין שום ערנסטע נפקא מינה פאר מיר צווישן די און די, אבער א התחדשות איז שטענדיג גוט..
איך האב זיך אבער אנגעשטויסען אין עטליכע שאלות/פראבלעמן, אפשר קען דא איינער העלפן.
1) איינס, ווען איך עפן אויף עטליכע פון מיינע דאקומענטן וואס איך האב געמאכט מיט פריערדיגע ווערשינס פון וורד אין דער נייע וורד 2013, איז דא פארשידענע ווערטער וואס ער וייזט מיר נישט נארמאל נאר מיט אזעלכע באקסעס. איך פארשטיי אז דאס איז עפעס א פראבלעם מיט די פאנט וואס ער פארשטייט נישט, און אויב איך טויש די פאנט אויף די באקסעס גייט עס צוריק צו וייזען ווערטער, אבער געוויסע פאנטס וייזט ער עפעס נישט נארמאל. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?
2) נאך א זאך, איינער פון די עיקר חידושים וואס וואלט מיר יא שטארק געהאלפען אין דער נייער וורד, איז דער מעגליכקייט צו עפענען פי די עף דאקומענטן. ענגלישע דאקומענטן מאכט ער טאקע זייער שיין אויף, אבער דאקומענטן אויף לשוה"ק ליינט ער געווענטליך פון לינקס אויף רעכטס, און איך וייס נישט קיין וועג וויאזוי עס צוריקצודרייען. אפאר דאקומענטן פארשטייט ער עפעס יא צו ליינען גלייך. וייס איינער אפשר פארוואס דאס איז און וואס מקען טוהן דערפאר.
3)אין outlook, איז דא פארשידענע יידישע אותיות וואס מאיזה טעם פארשטיט ער נישט, למשל אז איך באקום אן אימעיל פון קאווע שטיבל שרייבט זיך עס אויף אזוי :׳§׳׳•׳•׳¢ ׳©׳˜׳™׳‘׳ , רוב פארשטייט ער יא, נאר אפאר נישט, וואס דארף מען טוהן?
גיי אריין אין Microsoft Office Language Settings וואס ליגט אונטער Microsoft Office Tools אין די סטארט מעניו, און מאך זיכער אז היברו איז ערמעגליכט.
דו האסט אפשר ווינדאוס XP?
דאכט זיך אז די נייע אפיס ארבעט נישט אויף XP. איך מיין אז אפילו נישט אויף Vista
איך האב windows 7.
די עברית איז ערמעגליכט אלץ ברירת מחדל דארט, למעשה האב איך די גאנצע פראגרעם אויף די עבריתישע ווערזיע, ואחרי כל זה איז די זעלבע פראבלעם.
שמעקעדיגדאכט זיך אז די נייע אפיס ארבעט נישט אויף XP. איך מיין אז אפילו נישט אויף Vista
גערעכט, פארגעסן.
המממ... כ'ווייס דיר נישט וואס צו זאגן.
סתם פאר נייגעריקייט, דו האסט געקויפט 2013?
וואס מיינסטו, איך האב באצאלט דערפאר?, כבין דען א גוי?....
טאקע פארדעם פרעג איך, כ'געוואלט זיכער מאכן ביסט נישט נכשל געווארן אין חוקת הגוי.
לעיקוואד1) איינס, ווען איך עפן אויף עטליכע פון מיינע דאקומענטן וואס איך האב געמאכט מיט פריערדיגע ווערשינס פון וורד אין דער נייע וורד 2013, איז דא פארשידענע ווערטער וואס ער וייזט מיר נישט נארמאל נאר מיט אזעלכע באקסעס.
איך האב נישט 2013 אבער כ'האב געהאט דעם פראבלעם אמאל אויף 2010 און איך האב געמאכט SAVE AS WORD 93-2003 און דעמאלט'ס איז אלץ געווען גוט.
גיב א קוק ביי די סעוו עס מעניו אויב עס האט אן אפציע פון סעוו עס 2010 וכדו'
לאמיר לפחות דערמאנען איין מעלה אין די נייע ווארד, אז ווען מעפנט א דאקומענט האט עס אן אופציע דיר צו ברענגען צו די לעצטע פלאץ אין די דאקומענט ווי דו האסט געהאלטן. דאס איז א שטארקע הילף פאר מענטשען אזויווי מיר וואס ארבעטן אסאך אויף לאנגע דאקומענטן מזאל נישט דארפן יעדער מאל מישען צו ווי מהאלט.
נאך אן אינטערעסאנטן - אפשר נארישער - פיטשיווקע פון אפיס 2013 איז אז ביים אינסערט טעהב איז דא א אפשען "סקרינשאט" וואס כאפט א בילד פון איינער פון די אפענע ווינדאוס אויפן קאמפיוטער [וועלכע איר וועלט אויס, כ'מיין אז מ'קען אויכעט כאפן א שטיקל פון א ווינדאו] און ער שטעלט דיר עס גוט אריין אינעם ווארד פעידזש.
אגב איך האב א שטיקל פראבלעם מיט די פאנטס כדלהלן: איך קען טוישן די פאנט פון א ווארט געהעריג, אבער כ'זעה נישט אויפן צעטיל די אויסזעהן פון די פאנט [ביי געציילטע קען איך יא, אבער ס'רוב פון די איבער 2000 פאנטס האבן יא דעם פראבלעם] און ביים פרינטן קומט יא ארויס די פאנט צו וואס איך האב עס געטוישט. עס וואלט מיר נישט אזוי געבאדערט ווען נישט וואס אין תוצאה פאריקט זיך די גאנצע פעידזש היות יעדע אות האט אן אנדערען סייז און איך שטעל עס אויס אויפן פאנט וואס כ'זעה און ס'פרינט זיך מיטן אות וואס איך געלייגט!
עני העלפ פליז?
לעיקוואדלאמיר לפחות דערמאנען איין מעלה אין די נייע ווארד, אז ווען מעפנט א דאקומענט האט עס אן אופציע דיר צו ברענגען צו די לעצטע פלאץ אין די דאקומענט ווי דו האסט געהאלטן. דאס איז א שטארקע הילף פאר מענטשען אזויווי מיר וואס ארבעטן אסאך אויף לאנגע דאקומענטן מזאל נישט דארפן יעדער מאל מישען צו ווי מהאלט.
מען קען דאס טון אין פריערדיגע ווערסיעס דורכן דרוקן shift F5
עס גייט צוריק ביז צו די לעצטע 5 פלעצער.
אז מרעדט שוין, איז דא א מעגליכקייט צו האבען א ספעלטשעקער אויף אידיש אין ווארד?
לעיקוואדאז מרעדט שוין, איז דא א מעגליכקייט צו האבען א ספעלטשעקער אויף אידיש אין ווארד?
פאר געלט האט איר
דא.אבער צוויי פראבלעמען איז דא דערמיט:
•איך גלייב אז אלץ איד זוכסטו מסתמא עפעס בחינם.
•ווי עס קוקט אויס איז עס "יידיש" און נישט אידיש.
איך האב נאכאלץ פראבלעמעמן מיט די לשו"קדיגע פאנטס אין דער נייער ווארד, אויב האט איינער אן עצה דערפאר זאל ער ביטע מעלדן. איך פארשטיי אז דאס איז לכאורה ווייל מייקראסאפט האט געטוישט די וועג וואס די פראגרעם ארבעט מיט פאנטס, אבער איך וייס נישט וואז קען טוהן דאס מתקן זיין.
עני העלפ פליז?
נאך א מעלה אינעם נייעם מייקראסאפט, א זאך וואס מ'האט שוין לאנג אין די אדאובי פראגראמען, אז ווען מען שלעפט ארום א אבדזשקט [טעקסבאקס - פיקטשער - שעיפ - וכדומה ] אינעם פעידזש קומען ארויף אזעלכע ליינס ביי די סענטער און ביי די מארדזשינס, און אויב פארט מען נעבן א צווייטע אבדזשקט ווייזט עס ווען ס'איז גלייך מיט יענץ.
מיין טרייעל פון ווארד 2010 האט עקספייערט. מ'קען עס ערגעץ דאונלאודן פאר א טובה? כ'מיין..... פריי אהן אפצאל?
זוך אין אינטערנעט microsoft office toolkit וואס דאס איז א פראגרעם וואס איז פורץ די אפיס וואס דו האסט און מאכט עס ארבעטן פערמאנענטלי.
און אויב דו קענסט עס בשום אופן נישט טרעפן ווענד דיך צו מיר אין פישי, איך וועל דיר עס פראבירן צו אפלוידן און שיקן!
לעיקוואדאיך האב נאכאלץ פראבלעמעמן מיט די לשו"קדיגע פאנטס אין דער נייער ווארד, אויב האט איינער אן עצה דערפאר זאל ער ביטע מעלדן. איך פארשטיי אז דאס איז לכאורה ווייל מייקראסאפט האט געטוישט די וועג וואס די פראגרעם ארבעט מיט פאנטס, אבער איך וייס נישט וואז קען טוהן דאס מתקן זיין.
עני העלפ פליז?
@לעיקוואד זעה דא:
מעלדונג פון מייקראסאפט איבער אידישע פאנטס אין אפיס 2013/2016אידן, טוהט צו די זאך; גיבט אפ אייער שטימע
דא.
ייש"כ
@ונבנתה העיר. איך האב געוואוט דארט, און געהייסען די געשוויסטער אויך. ס'איז ערשט ארויף נעכטען און ס'האט שוין מער ווי הונדרעט דרייסיג וואוטס. איך ווייס נישט וואס דאס מיינט פאר זיי, אבער ווען דער עולם וועט זיך צושטעלען, וועט מען אפשר האבען א לעזונג
יישכ.
כהאב אויך געזעהן די הודעה אויף אייוועלט, און געוואוט אויף די מייקרוסופט סייט. לאמיר האפן סקען עפעס העלפן ווייל איך בין שוין סייווי לאחר יאוש..
לעיקוואדיישכ.
כהאב אויך געזעהן די הודעה אויף אייוועלט, און געוואוט אויף די מייקרוסופט סייט. לאמיר האפן סקען עפעס העלפן ווייל איך בין שוין סייווי לאחר יאוש..
גא''מ איך האב אויך געוואט סוואלט געמעגט זיין סאך א גרעסערע עולם וואס זאל וואוטען דארטען וויאזוי קענמען קאמפיינען פאר אזא צוועק? (כמייין סאיז וויכטיגער צו וואוטען פאר דיסריקט לידער אדער.. יאפס.. אפי' ווער סזאל זיצען אין ווייסע הויז)
Re: מייקראסאפט אפיס 2013
עני אפדעטיס אויף די נושא?
Sent from my XT1528 using Tapatalk
Re: מייקראסאפט אפיס 2013
איך פראביר צו אינסטאלירן מייקראסאפט אפיס 2013.
איינער האט א toolkit / אדער ווייסט ווי ס'איז דא צו באקומען א activation toolkit וואס איז נישט אנגעפילט מיט וויירעסיס?!
א יעדע toolkit אנליין צו דאונלואודן דארף מען צומאכן windows defender ס'קומט אריין אין קאמפיוטער ווי א וויירעס.
Sent from my SM-J700P using Tapatalk