☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » היסטארישע אסיפה מועצת גדולי התורה

היסטארישע אסיפה מועצת גדולי התורה

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2883
בלאט: 1 2

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 11:48 am

· #85304
היסטארישע אסיפה מועצת גדולי התורה
היינט איז פארגעקומען די אסיפה פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל ווי עס זענען זיך צוזאם געקומען גדולי האדומרי"ם דן צו זיין אויף דברים העומדים על הפרק.

דאס לעצטע מאל וואס עס איז פארגעקומען אזא אסיפה איז געווען חודש ניסן תשס"ג בבית האדמו"ר ממודז'יץ זצ"ל.

די יוזם פון די אסיפה איז אדמו"ר מוויזניץ מהר"י וואס ער האט שוין אפאר מאל פראבירט צו צוזאם שטעלן אזא זאך אבער ער האט נישט מצליח געווען, יעצט האט ער געארבעט צוזאמען מיט זיין שוואגער אדמו"ר מבעלזא און ער האט מצליח געווען,
קודם איז געווען עקסטער די מועצת פון אגודה און עקסטער פון דגל, און נאכדעם האבען זיי זיך צאם געזעצט.

בילדער פון די אסיפה

ידען » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:13 pm

· #85306
מיט וואס איז עס אזוי היסטאריש?
חודש ניסן תשעג? סע נאכנישט געווען מיינעך.

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:20 pm

· #85308
ידען
מיט וואס איז עס אזוי היסטאריש?
חודש ניסן תשעג? סע נאכנישט געווען מיינעך.

סארי חודש ניסן תשס"ג, עס איז היסטאריש אז אזויפיל רבנים קענען זיצען צוזאמען און אן גאבאים און דן זיין אויף זאכען

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:37 pm

· #85312
רבני וועד משמרת חומתיך האט געשיקט א בריוו צו די מועצת בעטען אז מ'זאל חס ושלום נישט אריין גיין און די ממשלה

קרעדיט לדעת

היסטאריקער » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:42 pm

· #85317
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50615">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50615</a>

סאטמר ל'מועצת': מי סוחר הנשמות שיחליט מי יופקר?
חברי 'המועצת' קיבלו מכתב ששוגר לבקשת האדמו"ר מסאטמר • "התאוה להיות חלק מהקואליציה, אינה יכולה למחוק הפקרה של בחורים ואברכים לרשת השטן" • המכתב המלא
שלמה גרינברג, בחדרי חרדים 16:02 07/02/2013
תגיות: מועצת גדולי התורה, סאטמר, משמרת חומותייך , מכתב, אגו
הדפס שלח לחבר 13

האדמו"ר מסאטמר

חברי מועצת גדולי התורה של אגודת ישראל, המתכנסת היום בערב בבני-ברק, לאחר תקופה ארוכה, קיבלו אמש מידי שני שליחים שהגיעו לכל בית ובית של גדולי ישראל מכתב מפתיע שנשלח דווקא בידי גורם המתנגד לדרכה של אגודת ישראל.

מדובר באגרת שנשלחה מטעם 'ועד משמרת חומותייך ירושלים' של קהילת ייטב לב בנשיאות האדמו"ר מסאטמר, שתוכנה נכתב בברכתו ובהסכמתו של האדמו"ר על-ידי רבני הוועד, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל, הרה"ג רבי דוד שלמה עקשטיין והרה"ג רבי בנציון לאוב.

ועד זה הינו אחראי והשופר מטעם החסידות על כל המערך הציבורי והאקט המחאתי הנוגע לצביון היהדות בארץ ישראל.

האדמו"ר ביקש מרבני הוועד לנסח אגרת שבה יחזקו את ידה של מועצת גדולי התורה, בעיקר בעניין גיוס בני הישיבות - הנושא הבוער שעל הפרק, ולמחות במקביל בכל תוקף, נגד הזמירות השונות שהושמעו במהלך הימים האחרונים ולפיהם יש סיכוי לפשרות כלשהן בנידון.

"באנו בזה לבקש ולהתחנן מאתכם"

וכה נאמר במכתב:

"אל מע״כ האדמורי״ם, הרבנים וראשי הישיבות
חברי ״מועצת גדולי התורה״
של אגודת ישראל ודגל התורה בארה״ק הע״י

הנידון: גזירת ״גיוס בני הישיבות״ בארה״ק

אחדשה״ט,

עת צרה היא ליעקב, כאשר חרב גיוס בני הישיבות המורם על ראשם של אחינו תושבי ארה״ק מחריף והולך רח״ל, הרשעים כים נגרש השקט לא יוכלו ובעזרתם של משתפי פעולה מנסים בכל כוחם לגייס בחורים ואברכים אל צבאם הטמא בכל מיני דרכים ותכסיסים.

והנה זה שנים רבות מאז התייסדה מדינת הציונית הטמאה, החלו הם בגזירות חדשות בכל עת ועונה לרוקן את ארה״ק משומרי תורה ומצוות רח״ל, והיהדות החרדית מנגד השיבה מלחמה השערה וגוים נתנו למכים, על עשרות גזירות נוראות נגד הדת ונגד תורתינו הקדושה, ועל כולם על גזירת גיוס בנות, אשר לנוכח גזירות איומות אלו עמדה היהדות החרדית כחומה בצורה להגן על המבצר. ואכן בחסדי שמים בכל זמן שמדינת השמד רצו לאכוף חוקים אלו, הוצרכו להשיב חרבם לתערה כשראו שהציבור החרדי שומעים לדעת תורה הברורה ונאמנים לה׳ ולתורתו הקדושה.

ועתה על של עתה באנו, כאשר בעשור האחרון חלו תמורות ושינויים בענין זה, כשבשנת תשס״א פקע חוק דיחוי בני הישיבות ותחת זה קמה וגם נצבה ״חוק טל״ שהיה כמין פשרה כאשר בכל שנה הוצרכו להתגייס מספר מצומצם של בחורים רח״ל, וגם אז היו אלו גדולי ישראל האמיתיים אשר ראו בעיניהם הבדולחים שזו סכנה איומה ונוראה לעולם התורה והישיבות בארה״ק.

וכעת הגענו למצב איום ונורא בראותם כי הדרך פתוחה לפניהם, התקדמו בעוד מדריגה ועם ביטולו של ״חוק טל״ שהיה תקף למשך עשור, החליטו שהשעה כשר לכך לגייס אלפי חרדים לצבאם הטמא ר״ל. והנה, לאחרונה התחילו להגיע שמועות מבהילות ונוראות מארצינו הקדושה שחס ושלום מאימת הצר הצורר, יסכימו נציגי המפלגות החרדיות בשמכם ובידיעתכם לחלק את בני ישראל לשני מחנות, כאשר מחנה האחת מאלו השוקדים ומייגעים על התורה כל היום, ישארו ללמוד בין כותלי בתי המדרשים והישיבות, והמחנה השניה מאלו שאין בכשרונם להתמיד בתורה כל היום, ימסרו ע״י המפלגות ח״ו כמתנה שלימה לצבאם הטמא והמשוקץ אשר כידוע אית בהו כל הג׳ עבירות שבתורה ר״ל ועצם קיומה היא התגרות באומות ומרידה במלכות שמים ה' ישמרנו.

וכבר היה לעולמים בזמני גזירות הקאנטאניסטי״ן שראשי הקהלות ועשירי עם מכרו את בני העניים נחשלים ונפלטים לצבא הצאר, ומצב זה נחרת באות קלון בתולדות ימי עמינו, ואזכרתה מעורר רגשות וזכרונות נוראים בכל לב יהודי. ועל זה דוה לבינו ותתחלחל נפשינו כאשר שמועה שמענו אשר בימינו אלו עומדים משתפי פעולה ונציגי מפלגות החרדיות ומכריזים שמוכנים הם לפשרות שחלק מהציבור החרדי ילך לצבא, ורק בני תורה היגיעים וממיתים את עצמם באהלה של תורה ינצלו.

לאור כל זאת באנו בזה לבקש ולהתחנן מאתכם חברי ״מועצת גדולי התורה״, בזמן כזאת כאשר כבודכם מתכנסים ומתאספים לטכס עצות נגד הגזירה הנוראה, אנא מכם תעמדו בשער לא ליתן למלאך המשחית להיכנס אל פתח בתינו, כי בוודאי גם מאתכם יש רבים וטובים אשר חרדים לדבר נורא זה, כי האם מותר למכור חלק אחד של כלל ישראל בעד הצלת חלק אחר?

ומי יהיה השופט אשר ירים את ידו לומר לאחד צא מכלל ישראל, ומי הוא סוחר הנשמות שיחליט על כך? האם למי העוז והעוצמה לומר לילד החי גזורו?

והנה כאשר עומדת ותלוי הגזירה הנוראה של גיוס בני ישיבות, ומודדים ושוקלים על ישיבה באופוזיציה או בקואליציה של ממשלת הכופרים, לצערנו נשיאת חן בעיני הכופרים החילונים והתקציבים הגדולים והעצומים של הממשלה הן המה העומדים בראש דאגותיהם של הנציגים, ובמקום לומר את האמת כי אין מקום לשום יהודי חרדי בצבאם הטמאה אשר היא אבן נגף לכלל ישראל, הן מצד עצם מהות הכוחי ועוצם ידי ומצד העברה על השלש שבועות ר״ל והן על הג׳ עבירות החמורות שבתורה, באים ״ומתנצלים״ כי מבינים את הצורך ליטל חלק בהצבא, אך אנו עושים את זה בדרכינו אנו.

וברורות יאמר! התאוה והרצון להיות חלק מהקואליציה בממשלת הכופרים, אינה יכולה למחוק את ההפקרה הזדונית של בחורים ואברכים חרדים לרשת השטן הציוני, ומי הוא אשר מוכן לקבל את אחריותו המלאה לנהוג בבחינת ״נעץ חרב בביהמ״ד״ ולחלק את עולם הישיבות לטובים ורעים חס ושלום.

וע״כ באנו בקריאה נואשת ואחרונה למע״כ חברי המועצת הע״י, אנא מכם החלצו חושים, ובעת ההתכנסות וההתאספות בימים האלו תרימו קול מחאה אדירה נגד כל אלו המתפשרים למיניהם, ואל תמנעו מלהשמיע דעת התורה האמיתית שחס ושלום לוותר על אף בחור או אברך אחד מבני ישראל קדושים. ומי יודע אם לא לעת כזאת כאשר רואים אתם ברורות שמכח התקציבים והנאה משלטון הרשע הגיע מצב איום ונורא כזה, אולי ואולי הגיע הזמן המוכשר להכיר את האמת ולהודות פעם ולתמיד שהאי שר צבא ה׳ ה״ה רבינו הקוה״ט בעל דברי יואל מסאטמאר זי״ע צדק בכל דרכיו והוא הוא אשר ראה בעיניו הבדולחים כי סכנה נוראה ואיומה מונפת על עולם התורה והישיבות בארה״ק ע״י ההנאה משולחן איזבל והשתתפות בבחירות – כאשר כבר נתפרסם בקיץ העבר שכך אמר הגאון ר׳ דוב פוברסקי שליט״א מגדולי ראשי ישיבות בבני ברק וחבר מועצת גדולי התורה של דגל התורה.

ואנו מצידינו אחינו שבגולה לרבבותיה, נעמוד ביתר שאת ויתר עוז לימין אחינו שבארץ הקודש, שיוכלו לעמוד בפרץ ולגדור גדרים וסייגים שלא ליתן למלאך המשחית לבא אל בתינו. והשי״ת יהא בעזרינו ע״ד כבוד שמו יתברך, לבטל מעלינו כל גזירות קשות ורעות, ובמהרה דידן נזכה להתרוממות קרן התורה וישראל בביאת גוא״צ במהרה דידן אמן.

הכו״ח בצער ובדאגה,

יום ג׳ לסדר כי השחד יעור פקחים (משפטים), תשע״ג לפ״ק
ועד משמרת חומותיך ירושלים
דקהל יטב לב דסאטמאר

האם מזכיר מועצגת גדולי התורה, רבי מרדכי שטרן יקריא את המכתב במהלך הישיבה? האם ידונו בו חברי 'המועצת'? נמתין ונדע.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 1:48 pm

· #85338
ווען די מועצת פרעגט מיך, וואלט איך ארויסגעווארפן די שלוחים מיט זייער פאנאטישע עקסטרעמע בריף אינאיינעם פאר די בלויזע חוצפה פון שרייבן דעם דאטום "לסדר כי השוחד יעור פקחים".
אזוי שרייבט מען צו גדולי הדור?
יא, איך ווייס אז דער ויואל משה איז באזירט אויף דעם, אבער דו שרייבט דאך יעצט א דירעקטן בריף צו גדולי הרבנים, איז דאס דרך ארץ? מענטשליך?

יידל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 2:22 pm

· #85344
כי השחד יעור פקחים שטייט אין פסוק?

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 2:45 pm

· #85349
נאך די אסיפה פון אגודה האט מען זיך צאם געזאצט מיט די מועצת פון דגל התורה, דארט זענען שוין געוועין די גבאים מיט די אישי ציבור

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 3:14 pm

· #85353
אדמו"ר מבעלזא היינט ביי די אסיפה אונז וועלען גיין און תפיסה און נישט אין מיליטער!! נישטא קיין פשרות דערויף!

מועצת אגודת ישראל


מועצת דגל התורה

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 3:18 pm

· #85357
איך פארשטיי נישט. ס'דאך שוין פאראן געציילטע בעלזא בחורים אין מיליטער? בהסכמתו המליאה?

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 3:25 pm

· #85364
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט. ס'דאך שוין פאראן געציילטע בעלזא בחורים אין מיליטער? בהסכמתו המליאה?

איך מיין אז דו מאכסט א טעות נישט אין מילטיער נאר אין משטרה האט ער יונגעלייט

elter-zeide » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 4:10 pm

· #85378
יידל
כי השחד יעור פקחים שטייט אין פסוק?


יא! אזוי שטייט דע וואך אין פסוק, קפיטל כג פ' ח, י

elter-zeide » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 4:12 pm

· #85380
היימישער ליטוואק
ווען די מועצת פרעגט מיך, וואלט איך ארויסגעווארפן די שלוחים מיט זייער פאנאטישע עקסטרעמע בריף אינאיינעם פאר די בלויזע חוצפה פון שרייבן דעם דאטום "לסדר כי השוחד יעור פקחים".
אזוי שרייבט מען צו גדולי הדור?
יא, איך ווייס אז דער ויואל משה איז באזירט אויף דעם, אבער דו שרייבט דאך יעצט א דירעקטן בריף צו גדולי הרבנים, איז דאס דרך ארץ? מענטשליך?


פאר וועם דען האט דע תורה דאס געשריבן? י

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 4:31 pm

· #85383
און אויף א שטיקל פלייש מעג מען פסק'ענן כשר?

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 11:47 pm

· #85504
elter-zeide
היימישער ליטוואק
ווען די מועצת פרעגט מיך, וואלט איך ארויסגעווארפן די שלוחים מיט זייער פאנאטישע עקסטרעמע בריף אינאיינעם פאר די בלויזע חוצפה פון שרייבן דעם דאטום "לסדר כי השוחד יעור פקחים".
אזוי שרייבט מען צו גדולי הדור?
יא, איך ווייס אז דער ויואל משה איז באזירט אויף דעם, אבער דו שרייבט דאך יעצט א דירעקטן בריף צו גדולי הרבנים, איז דאס דרך ארץ? מענטשליך?


פאר וועם דען האט דע תורה דאס געשריבן? י


זייער קלוג, אוודאי האט דאס די תורה געשריבן. אבער כ'מיין אז דו פארשטייסט אויך, אז ווען דו שרייבסט א בריוו צו רבי'ס וועלכע האבן אלע אינאיינעם לכה"פ פיר מאל אזוי פיל מענטשן ווי דו, און דו ווילסט דאך זיי מסביר זיין דיין שיטה אז מען טאר נישט טוהן וואס זיי טוען, איז די נארישסטע זאך אנצוהייבן מיט דעם פסוק. און יא, עס איז פאלנע חוצפה און עזות. נישט עס גרעניצט זיך מיט חוצפה נאר עס איז אפן און גראב חוצפה, און איך האף טאקע אז מען האט זיך אינגאנצן נישט באצויגן דערצו, ווייל א בריוו וואס ווערט געשריבן מיט גאוה, חוצפה און עזות, פארדינט נישט מען זאל עס אפילו אנקוקן.

להבהרה בעלמא, איך צייל זיך צווישן די וואס רופן זיך היינט קנאים, איך האלט נישט פון בחירות און פון זיצן אין כנסת.

בונעס איירעס » פרייטאג פעברואר 8, 2013 12:58 am

· #85516
elter-zeide

זייער קלוג, אוודאי האט דאס די תורה געשריבן. אבער כ'מיין אז דו פארשטייסט אויך, אז ווען דו שרייבסט א בריוו צו רבי'ס וועלכע האבן אלע אינאיינעם לכה"פ פיר מאל אזוי פיל מענטשן ווי דו,


איך זעי טאקע דארט אויפן שפיץ באשיינען דעם אויבן אן די סאמע גרעסטע ריזן וועלטס אימפעריעס.. ערלוי, סאדיגורה, מודזיץ, רמ"מ מויזניץ, נתניה, ביאלא, בוסטון, וואס עפעס נאר 4 מאל מאך עס פאר א 8 מינומום.

הדד בן בדד » פרייטאג פעברואר 8, 2013 1:11 am

· #85520
איז אזוי. איך האב הנאה אז עס איז שוין דא דא אן אשכול איבער דעם, איך האב מיך נעכטן נאכט שוין געוואונדערט אויף דעם אז עס נאך נישט דא אן אשכול איבער דעם, אבער איך האב פלעין נישט געהאט קיין צייט עס אנצוהייבן. אבער אז עס איז שוין דא וויל איך טאקע אריינווארפן מיינע פאר צענט.

אמת, דער מעמד איז היסטאריש, ווייל היינטיגע צייטן ווען רביס און רבנים זענען עפ"י רוב, בעיביס און חדר אינגלעך, וועלכע רייסן זיך ביי די נעזער איבער קליינליכע כבוד זאכן, איז פשוט זייער שווער צוזאמען צו נעמען אזא סארט כינוס. און טאקע ווען נישט די שטארקע הערצה וואס יעדער האט צום וויזניצ'ער רבין ר' ישראל שליט"א, וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט. אבער אז עס איז שוין יא געשעהן, איז כדאי אנצומערקן עטליכע אינטערעסאנטע פאקטארן.

קודם וועל איך דערמאנען וואס איך זעה אז עס ווערט שוין דערמאנט אין בעולמם של חרדים, כאטש דאס ערשטע האב איך אליינס באמערקט, עס איז פשוט זייער מערקבאר, און דאס איז אז צום ערשט איז דער קלויזענבורג'ער געזעצן אויבן אן, און שפעטער האט מען אים אראפגעריקט און דער בעלז'ער איז דארט געזעצן.

וויל איך דאס צונעמען. ווען איך האב געהערט אז דער מועצת גייט זיצן, האב איך גלייך געטראכט פון דעם דילעמא איבערן אויבן אן, אבער איך האב געטראכט אז מען וועט טון איינס פון צוויי זאכן. אדער (1ׂ) עס וועט זיין א אויבן אן ביי די שמאלע זייט, און דארט וועט זיצן נאר דער ערלוי'ער, און אלע אנדערע וועלן זיצן ביי די אנדערע דריי זייטן וכל הקודם זכה, יעדער וואס וועט אנקומען וועט זיך זעצן דארט ווי עס וועט זיין א ליידיג בענקל, אזוי ארום איז נישט דא קיין שענערע פלעצער, אלעס איז איין גרויסע שיינע פלאץ.

אדער (2) דער ערלויער וועט זיצן אינמיטן ביי איינס פון די ברייטע זייטן, און נאכדעם וועט מען זעצן אדער לויט די עלטער ארום און ארום, אדער ווער עס וועט אנקומען פריער וועט זיך יעדער נעמען א בענקל סיי ווי.

דער הסבר איז פשוט, דער ערלוי'ער איז סיי דער עלטסטער (מיט אסאך יארן), סיי א גרויסע רבי, און סיי דער איינציגסטער חבר המועצת וועלכער איז א חבר לויט די אריגינעלע שטאטוטן פון די מועצת, דאס מיינט אז אויב גייט מען לויט די אריגינעלע שטאטוטן, איז באמת נישט דא מער קיין מועצת, ווייל עס איז דא נאר איינער, דער ערלויער רב. און ממילא איז פשוט אז ער איז דער צענטער.

אבער נאך אים, הייבט זיך שוין אן, ווער קומט פריער, דעריבער איז די בעסטע זאך אז מען מאכט אזוי אז עס איז נישט דא קיין חשוב'ערע פלעצער נאך אים. ער איז דער צענטער, און נאך אים איז אלעס איינס. און ווען איך האב היינט נאכמיטאג געזעהן עטליכע בילדער, האב איך קודם געזעהן דעם בילד ווי דער גערער און קלויזנבורגער זיצן לעבן דעם ערלויער, האב איך פארשטאנען אז אזוי טוט מען טאקע. שפעטער אבער ווען איך האב געזעהן בילדער אז מען האט דעם קלויזנבורג'ער גערוקט און אהין געזעצט דעם בעלז'ער, האב איך פארשטאנען אז עס איז נישט אזוי, נאר מען האלט טאקע אז עס גייט בהדרגה, ווי נענטער צום ערלוי'ער, אלס חשוב'ער איז דאס מקום, און אויב אזוי איז טאקע א בושה וחרפה אז מען זעהט אז אפילו יעצט אין אזא שעת חירום (לפי שיטתם, נאר מיט דעם תירוץ האבן מצליח געווען, נישט נאר צוריק צאמנעמען דעם מועצת, נאר אויך פאראייניגן - לפחות פאר גענוג לאנג צו כאפן א בילד - ביידע מועצת'ן) ווען דאס עתיד פון עקזיסטענץ פון כלל ישראל שטייט אויף אזא שרעקעדיגן וואגשאל, קען מען נאך אלץ נישט אין א זייט לייגן די בעבישקייטן.

אקעי, עס גיט מיר פשוט א בליק ווי ווייט מען האלט שוין.

דערנאך מוז מען דערמאנען לשמצה דאס וואס שטייט דארט אויף יענעם סייט, אז מען האט דעם באסטענער צושלאגן און פארטריבן מיט בושות, און געוויסע אנדערע רביס האבן עס געזען און איגנארירט. ווידער ווייזט דאס ווער עס זענען די וואס שטייען ליידער היינט בראש המחנה.

און צום לעצט וויל איך דערמאנען נאך א אינטערעסאנטן נקודה. די איינציגסטע חסידות וואס איז דא צוויי רביס און ביידע זענען געקומען (דער חידוש איז נישט אויפן גרויסן פארטייצעך, נאר אז דעם קליינעם האט מען אריינגעלאזט) איז וויזניץ. דעם שווארצן סלאנימער וועט מען קיינמאל נישט אריינלאזן צו אזא אסיפה, דעם בעלז-מכנובקה'ר וועט מען אויך קיינמאל נישט אריינלאזן, ווייל זייער צד שכנגד וועט דאס קיינמאל נישט צולאזן. דער איינציגסטער וואס עם שטערט נישט אז יענער איז אויך דא, איז וויזניץ. און דא וויל איך נאכאמאל גראטולירן דעם וויזניצער רבין ר' ישראל פארן דערהייבן דעם כבוד פון דעם ווארט חסידות, מיטן ווייזן אז עס זענען נאך דא אזעלכע וועלכע טראגן דעם קרוין פון רבי'סטווע און זענען נאך נישט איינגעזינקען אין דעם תהום הבעבישקייט והטפשות, און ווייזט אביסל שכל און מידות טובות.

צום לעצט וויל איך פארשטיין וויפיל זיצונגען איז געווען, קודם האב איך נאר געזעהן בילדער פון א זיצונג פון די אגודה מועצת ביי האלצענע טישן, אבער יעצט זעה איך אז לעמיל האט געברענגט בילדער דא פון נאך א אסיפה פון די אגודה מועצת ווי זיי זיצן ביי א גלייכן פיר קאנטיגן קעסטל פון טישן מיט ווייסע טישטוכער, קען אפשר איינער עטשיידן די חידה?

הדד בן בדד » פרייטאג פעברואר 8, 2013 1:22 am

· #85521
נאך א זאך האב איך באמערקט אין די בילדער אז דער נייער סאדיגור'ער רבי גייט אגאנצן צייט מיט א ספר אין די הענט. איך קען אריינלערנען דערין כמה פשטים, אבער איך וועל עס לאזן ביי דעם.

לעמיל » פרייטאג פעברואר 8, 2013 9:37 am

· #85545
הדד בן בדד

צום לעצט וויל איך פארשטיין וויפיל זיצונגען איז געווען, קודם האב איך נאר געזעהן בילדער פון א זיצונג פון די אגודה מועצת ביי האלצענע טישן, אבער יעצט זעה איך אז לעמיל האט געברענגט בילדער דא פון נאך א אסיפה פון די אגודה מועצת ווי זיי זיצן ביי א גלייכן פיר קאנטיגן קעסטל פון טישן מיט ווייסע טישטוכער, קען אפשר איינער עטשיידן די חידה?

קודם איז געוועין די מועצת פון אגודה אין דארט איז די פיקטשער אז מ'האט אראפ געריקט די קלויזענבארגער שפעיטער איז מען אראפ צו א גרעסערע האל און דארט איז אויך געוועין די מועצת פון דגל אין דארט זיצען די צווי וויזניצע צוזאמען

דא האסטו א בילד פון די אגודה מוצעת

אין דא האסטו צוזאמען מיט דגל


דרך אגב בעלומם שרייבט אזלכע שטותים בנוגע די כינוס

הדד בן בדד » פרייטאג פעברואר 8, 2013 9:43 am

· #85547
שקויעח לעמיל, בעולמם שרייבט שטותים פינטל, נישט קיין חילוק לגבי וואס, ער שרייבט אסאך מאל ממש אין די וועלט אריין און אסאך מאל סתם מוגזם'דיגע זאכן אן קיין שום דעקונג. אבער לגבי די זאכן וואס איך האב דערמאנט, ווי למשל קלויזנבורג, דאס האב איך אליינס באמערקט, און כאטש איך ווייס נישט פונקטליך די פאליטיק דערונטער, שמעקט עס אבער נישט גוט. ווידער לגבי בוסטון האב איך טאקע נאר געזעהן דארט, אבער איך זעה אז מען רעדט דערפון אין אנדערע סייטס אויך, זעהט אויס אז עפעס איז יא געווען דארט.

אבער מיין וויכטיגסטע פונקט - וואס דאס שטייט טאקע נ ישט דארט - איז דער פאקט אז נאר אין וויזניץ האט מען געקענט ברענגען דעם קלענערן אויך. איך ווייס טאקע נישט וויזוי די אנדערע רביס דארט זינקען נישט איין פאר בושה דערפון. (עעך, שוטה וואס איך בין. איינזינקען פאר בושה. זיי האבן שוין לאאאאאאאאאאנג פארלוירן יעדעס ברעקל מענטשליכקייט, בושה זאלן זיי נאך האבן?...)

שרייבער » פרייטאג פעברואר 8, 2013 9:54 am

· #85551
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די פאליטיק דארט
אפשר ביסטו מסביר וואס די בעבישקייט אז מען האט געריקט דעם קלז"ב פארן בעלזער, איך מיין דער בעלזער איז דאך שוין מער יארן רבי, מן הסתם עלטער אויך, און אולי א גרעסער חסידות אויך, ממילא וואס איז די פראבלעם?

קרעקער » פרייטאג פעברואר 8, 2013 10:09 am

· #85563
צי באווינדערען ווי די ווישניצער ברודערס לעבען אזוי שיין ציזאמען כאטש זיי האבען אויך דיפרענסעס
מיר זעהט עס אויס אז ר' ישראל מווישניץ נעמט אייביג מיט זיין קליינע ברידער כאטש מוואלט עם נישט אנגעקוקט אן דעם

לעמיל » פרייטאג פעברואר 8, 2013 12:12 pm

· #85586
קרעקער
צי באווינדערען ווי די ווישניצער ברודערס לעבען אזוי שיין ציזאמען כאטש זיי האבען אויך דיפרענסעס
מיר זעהט עס אויס אז ר' ישראל מווישניץ נעמט אייביג מיט זיין קליינע ברידער כאטש מוואלט עם נישט אנגעקוקט אן דעם

עפטאר אלל האט ער געברעינגט אפאר הינדרעט וואטס פאר אגודה, זיינע חברה האבען שווער געארבעט אין בני ברק

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 10, 2013 1:36 am

· #85703
לעמיל
קרעקער
צי באווינדערען ווי די ווישניצער ברודערס לעבען אזוי שיין ציזאמען כאטש זיי האבען אויך דיפרענסעס
מיר זעהט עס אויס אז ר' ישראל מווישניץ נעמט אייביג מיט זיין קליינע ברידער כאטש מוואלט עם נישט אנגעקוקט אן דעם

עפטאר אלל האט ער געברעינגט אפאר הינדרעט וואטס פאר אגודה, זיינע חברה האבען שווער געארבעט אין בני ברק


לעמיל, לפי זה וואלט מען אויך געדארפט נעמען בעלז-מכנובקא און דעם שווארצן סלאנימער און נאך אפאר.

ניו יארק » זונטאג פעברואר 10, 2013 1:57 am

· #85705
נישט אז איך נעם אוועק פון ר' ישראל'ס געוואלדיגע מידות, אבער איך מיין אז פאליטיש האט געטון זייער פיין, ער האט געלאזט קומען דעם קליינעם ברודער, ער איז געזעצען אויבן אן, און די ברודער (זיין קאמפעטישען - איך מיין, ער רופט זיך פונקט אזוי וויזניצע רבי) איז געזעצען די לעצטע.
עס איז אסאך גרעסערע בזיונות - פאר ר' מענדל - ווי בכלל נישט קומען.
📎 כינוס-מועצות-גדולי-התורה-בבני-ברק-צילום-שוקי-לרר-18-470x311.jpg

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 10, 2013 2:34 am

· #85711
זייער גוט געזאגט. יעצט טראכט אריין איין רגע, דער בעלזער איז געזעצן ווי? און ווען דער בעלז-מחנובק'ער קומט ווי זיצט ער? און די זעלבע מיט סלאנים. אבער זיי מאכן נישט די אלע חשבונות. און ר' ישראל אויך נישט. ער מאכט אנדערע חשבונות, און זיי אויך. און די תוצאות זענען דאס וואס זיי זענען.

ניו יארק » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:05 am

· #85725
איך האב שוין אנפאנג געזאגט אז איך האלט נישט אז ר' ישראל האט געמאכט דעם חשבון, איך האב נאר ארויסגעברענגט די פוינט.

חזקיהו המלך » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:59 am

· #85734
ווער זיצט דארט אויבען אן אינמיטען ?

טעפל » זונטאג פעברואר 10, 2013 10:46 am

· #85744
חזקיהו המלך
ווער זיצט דארט אויבען אן אינמיטען ?

ערלויע רבי זז"ג.

מיין מיינונג » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:34 am

· #85970
צווישן אונז גערעדט איז דאך דער גאנצע יעצטיגע כינוס מועצת א נארישער בילדער פארזאמלונג פאר די אויסגעהונגערטע ישראל'דיקער פרעסע.

ווער עס קען אביסל די היסטאריע פון די מועצת גדוה"ת ווייסט אז דאס איז געווען א פארום פון אדמורי"ם, רבנים וראשי ישיבות וועלכע פלעגן זיך צוזאמקומען דן זיין אויף ענינים וואס זענען עומד על הפרק געווען בשעתם, און יעדער חבר האט געהאט שטים רעכטן און נאך א זיצונג פלעגט מען אפהאלטן וואלן, און מ'איז געגאנגן נאכן רוב. עס איז אפילו באקאנט היסטארישע זיצונגן ווי די אלגעמיינע מידיע האט נאכגעפאלגט מיט אינטערעסע היות א החלטה פון די מועצת האט געקענט טוישן די גאנצע פאליטישע מאפע. א שטייגער ווי די מועצת זיצונג וועגן אריינגיין אין ממשלת שמיר וכדומה.

משא"כ די יעצטיגע מועצת זיצונג איז אזא ליצנות ווי דער אהרונישער וועד למשמרת בריוו. עס איז געווען אויסגענומען בעפאר אז מ'גייט נישט רעדן פון נושאים וואס קען ברענגן א אנגעצויגענקייט צווישן די באטייליגטע (א שטייגער דער ענין פון חינוך עצמאי). אזוי אויך זענען שוין די החלטות פונעם כינוס געשריבן געווארן נאך בעפארן פארזאמלונג פונעם מועצת, די רבי'ס און גדולים האבן בלויז געברויכט א שאקל טון מיטן קאפ און שמייכלען צו שוקי לרר'ס פאטאגראף מאשינקע, ובזה הסתיים כל הכינוס ההיסטורי הזה.

אלזא זע איך נישט דאס גרויסע "היסטארישקייט" פון דעם כינוס, און נישט דעם "דורכברוך" אויף ווייטער.

אגב, לידיעה בעלמא, הגם די גור'ער חברה ווילן דאס פרובירן צו פארווישן, אבער בשנת תשס"ט איז אויך פארגעקומען א גרויסארטיגע כינוס מועצת גדולי התורה, נאך מיטן השתתפות פון הגרי"ש אלישיב, הגרמ"י ליפקוביץ, האדמורי"ם מבוסטון, סדיגורה ז"ל ועוד ווי עס איז באשטימט געווארן איבערן עתיד פונעם חינוך עצמאי. (דאכט זיך אז יענער כינוס איז געווען א גרעסערע דורכברוך ווי די יעצטיגע...)

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:14 am

· #85974
מיינונג ביזט גערעכט, אבער איך האלט אז עס איז נאך אלץ א היסטארישע מעמד, דער עצם מציאות אז אזויפיל בעיביס האבן זיך געקענט צוזאמען זעצן אן זיך שלאגן און באקסן...

לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:31 am

· #85994
@הדד, שרייבסט זייער שיין דיינע איינדרוקן פון ר׳ שרול און פון דעם היסטארישן זיצונג. אבער דו ריייסט אראפ דעם ענין מכח מען האט גערוקט אדמו"ר מנתני', איינער האט שוין מעיר געוועהן דא אויבן, דער בעלזער איז עלטער אין יארן, לענגער רבי, גרעסערע ציבור, אויב אזוי קומט נישט אז ער זאל זיצן נענטער צום ערלוי'ער?

אין תוך גענומען, איז דאך די גאנצע נענטער ווייטער א שטות, אבער איך רעד נישט איצט פון דעם! און אולי גאר האט דער הערשמיילעך פון זיך אליין אזויפיל פארשטאנען און זיך מדעת עצמו זיך אפגערוקט. (סוכ"ס איז דאך דער בעלזער נישט זיין ברודער שמידוד)

נייגעריגער » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:04 am

· #86011
ס'איז דא מער פון איין בעבי
לויט ווי איך האב געהערט איז נישט נאר דער באסטענער רבי נישט ארינגעלאזט געווארן, נאר פיהר חסידות'ער האבן געשטעלט תנאים צום זיך צוזאמענזעצן, והא לך:
•גור האט פארלאנגט אז דער באסטענער זאל נישט גערופן ווערן [אגב, וואלט'ך געוואלט פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם גור באסטען מחלוקה!?].
•בעלז האט פארלאנגט מ'זאל נישט רופן דעם דארג'ער [און לגבי דעם מאכנובקער וואס מ'האט פריער דערמאנט דא, ער האט בכלל נישט קיין שייכות מיט אגודה, כ'מיין אז ער גייט בכלל נישט צו די בחירות].
•מודזיץ האט פארלאנגט אויסצושליסן זיין ברודער דער קאזמיר'ער.
•ואחרון אחרון חביב! ר' ישראל'טשע וויזניצער האט פארלאנגט אז מ'זאל "יא" רופן זיין ברודער אדמו"ר ר' מנחם מענדיל!

אוהב ספרים » מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:06 pm

· #86209
נייגעריגער
לויט ווי איך האב געהערט איז נישט נאר דער באסטענער רבי נישט ארינגעלאזט געווארן, נאר פיהר חסידות'ער האבן געשטעלט תנאים צום זיך צוזאמענזעצן, והא לך:
•גור האט פארלאנגט אז דער באסטענער זאל נישט גערופן ווערן [אגב, וואלט'ך געוואלט פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם גור באסטען מחלוקה!?].
•בעלז האט פארלאנגט מ'זאל נישט רופן דעם דארג'ער [און לגבי דעם מאכנובקער וואס מ'האט פריער דערמאנט דא, ער האט בכלל נישט קיין שייכות מיט אגודה, כ'מיין אז ער גייט בכלל נישט צו די בחירות].
•מודזיץ האט פארלאנגט אויסצושליסן זיין ברודער דער קאזמיר'ער.
•ואחרון אחרון חביב! ר' ישראל'טשע וויזניצער האט פארלאנגט אז מ'זאל "יא" רופן זיין ברודער אדמו"ר ר' מנחם מענדיל!


שיינע פורים דמיונות

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:27 pm

· #86214
נייגעריגער
לויט ווי איך האב געהערט איז נישט נאר דער באסטענער רבי נישט ארינגעלאזט געווארן, נאר פיהר חסידות'ער האבן געשטעלט תנאים צום זיך צוזאמענזעצן, והא לך:
•גור האט פארלאנגט אז דער באסטענער זאל נישט גערופן ווערן [אגב, וואלט'ך געוואלט פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם גור באסטען מחלוקה!?].
•בעלז האט פארלאנגט מ'זאל נישט רופן דעם דארג'ער [און לגבי דעם מאכנובקער וואס מ'האט פריער דערמאנט דא, ער האט בכלל נישט קיין שייכות מיט אגודה, כ'מיין אז ער גייט בכלל נישט צו די בחירות].
•מודזיץ האט פארלאנגט אויסצושליסן זיין ברודער דער קאזמיר'ער.
•ואחרון אחרון חביב! ר' ישראל'טשע וויזניצער האט פארלאנגט אז מ'זאל "יא" רופן זיין ברודער אדמו"ר ר' מנחם מענדיל!


אין העברעאיש זאגט מען אויף אזא פאוסט "שטיות במיץ ענבים". אויף אידיש: שטותים מיט לאקשן.

נייגעריגער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:35 am

· #86244
א אפענער בריוו צו הדד'ען:

כ'וואלט זייער געוואלט פארשטיין פארוואס ווען דו בהדדך ובבדדך ברענגסט פונעם באקאנטן ליגענער און בעל מגזים בעל הבלאג בעולמם של חרדים וועגן דעם אז מ'האט אוועקגעטריבן דעם באסטענער פון דארט מיט קלעפ איז עס בכלל נישט קיין שטותים, ווייל... ס'איז דא נאך סייטס וואס שרייבן עס!
און ווען די שרייבסט וועגן בעלז און צאנז האסטו עס אליין באמערקט!
און וועגן וויזניץ...! נו, דו האלטס דאך פון ר' ישראל'טשע זייער שטארק מוז דאך זיין ס'איז זיין קרעדיט!

אבער ווען איך לייג צו אז דארג און קאזמיר האט מען אויכעט נישט גערופן! און כ'זאג נאך א טעם וואס כ'האב היינט געהערט פון א גרויסע אלצווייסער אין מיין ביהמ"ד צופרי [וואס אפילו בעילום שם איז ער נישט ווייניגער גלויבבאר ווי חיים שאולזאן] ווערט עס שטותים מיט לאקשען, כמיין אז ס'איז אויכעט קלאר אז זיי זענען נישט געווען.

טעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:31 am

· #86256
נו נו, אז דו רעדסט שוין פון דעם וואלט געוועהן כדאי צו ברענגען דעם בילד ווי דער באסטענער שטיפט דעם רוסישען שומר מיט זיין שטעקן..
לכתחילה האט מען גערופן רבי'ס וואס האבען אונטער זיך בערך 1000 מענטשן, און אזעלכע וואס האבען אפאר הונדערט און זייער טאטע האט געדינט אין דעם מועצת, איז האט נישט וואס צו זוכען, בוסטון, דאראג, קוזמיר, מכנובקה וכדומה..

מיין מיינונג » דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:47 am

· #86259
טעפל לויט דיר האט נישט סדיגורה, מאזדיץ און ביאלא וואס צו זוכן דארט.

ווידעראום אויב איז די סברא אז ווער ס'האט טויזענט משפחות באלאנגט יא, באלאנגען דארט אויך דער שווארצער סלאנימער, דער דאראגער (און באלד אויך ר' שאול אלתר, שששש....)

טעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:40 am

· #86262
ממש נישט, די סאדיגורער האט א שיינע פאר הונדערט, די ביאלע האט נאך סאך מער, און די מוצדיצע האט אויך א שיינע פאר אידן, און זייערע טאטעס זענען געווען אין די מועצת
משא"כ די דארעגער וואס האט א שיינע פאר הונדערט אבער זיין טאטע איז נישט געווען אין די מועצת (נאך א מזל..)

נייגעריגער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:44 am

· #86264
טעפל

לכתחילה האט מען גערופען רבי'ס וואס האבען אונטער זיך בערך 1000 מענטשען, און אזאלעכע וואס האבען אפאר הונדערט און זייער טאטע האט געדינט אין דעם מועצת, איז האט נישט וואס צו זוכען, בוסטון, דאראג, קוזמיר, מכנובקה וכדומה..

מיין מיינונג
טעפל לויט דיר האט נישט סדיגורה, מאזדיץ און ביאלא וואס צו זאכן דארט.

"מיין מיינונוג" ביסט נישט אינגאנצען גערעכט, ווייל דער סאדיגורא'ערס און מאדזשיץ'ערס טאטעס האבן געדינט אין מועצת [ואולי דעם ביאלערס אויכעט איך ווייס נאר נישט], און דאס איז געוועזן איינער פון די תנאים וואס "טעפל" האט גע'טענה'עט אז ס'איז געווען..
אבער וואס עס איז מיר יא שוער אויף "טעפל'ס" הנחות איז אז דער קאזמיר'ער וואס וואס ער פירט אויס אז במילא האט ער נישט פארוואס מזאל איהם רופן, און פערצופאל א ברודער מיט דעם מאדשיץ'ער וואס זייער טאטע האט געדינט אינעם מועצת?? אתמההה!

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:53 am

· #86266
נייגעריגער, איך וועל דיר ענטפערן. לגבי דעם קלז"ב\בעלז'ער, איז זייער פשוט, איך האב באמערקט אז מען האט אים געריקט, און קענענדיג די סארט פונקציעס און די פאליטיק דארט ארום, קען איך דיר כמעט צוזאגן אז "מען" האט אים געריקט, דער קלז"ב'ער האט זיך נישט אליינס געריקט.

דעם פרשה מיטן באסטאנ'ער האב איך דאך קלאר געשריבן פון ווי עס קומט, איך האב נישט גענומען קיין שום אחריות אויף דעם, סאו אויב דו ווילסט, ביסטו בארעכטיגט צו שרייבן אז עס איז ליגנט. (ד"א איך זעה אויף בחדרי עטליכע אשכולות דיסקוסירן עס, זעה איך אז עס האט יא פאסירט) (נאך א ד"א, שאולזון פאבריצירט נישט געווענליך מעשיות אינגאנצן אויסגעזויגן פון פינגער, ספעציעל ביי אזעלכע קליינע חסידות'ן. ער קען אויפבלאזן א פיצי פיצי מעשה און מאכן דערפון א בארג, אבער אויסצוטראכטן אינגאנצן, דאס וועסטו נאר זעהן ביי די גרויסע קאמפאניס ווי גור, בעלז, וויזניץ אדער סאטמאר).

ווידער די מעשה מיט מודזיץ, קוזמיר וגו' וואס דו האסט געברענגט, איז זייער פשוט, גאנץ מודשיץ באשטייט פון בערך הונדערט פופציג ביז הונדערט אכציג משפחות, און נאך א ביסל איבער די וועלט, קוזמיר האט גארנישט, ער האט א בית מדרש מיט זיינע קינדער, און די צוויי קריגן זיך ניטאמאל. ממילא צו פארציילן אזא מעשה איז סתם געהאקט אין קאפ אריין. איך דארף נישט פרעגן קיינעם.

ווידער דאראג קומט אינגאנצן נישט אין באטראכט, דער בעלז'ער דארף דאס נישט בעטן. און איך קען דיר נישט קומען מסביר זיין פארוואס, איך קען אביסל דעם סיסטעם דארט. דער מחנובק'ר איז א שטארקער אגודה'יסט, עס זענען דא בילדער ווי ער גייט צו די בחירות, ער איז א פייערדיגער חסיד פון זיין פעטער דעם בעלזער רב ז"ל, און אזוי ווי דער רב ז"ל האט גע'חתמ'טע פאר די בחירות, ממילא גייט ער, (דער בעלזער דוקא גייט נישט אליינס).

ממילא קענענדיג דעם בילד דארט אין א"י, שרייט זיך ארויס פון זיך אליינס, אז דאס וואס דו האסט געשריבן, איז אדער סתם פטפוטי דברים בעלמא, אדער אן אומגעלונגען ווערטל פון איינעם וואס קען נישט דעם מצב דארט אין א"י.

איך האב דיר געענטפערט ווייל איך וויל דו זאלסט פארשטיין אז איך האב עס נישט געשריבן ווייל איך טו סתם אזוי מזלזל זיין אין דיר. אויב האב איך דיר וויי געטון, בעט איך דיר איבער.

נ.ב. ולכל השאר, דער ביאלארס פאטער איז יא געווען אין מועצת, און יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט רופן יעדן שמויגער וואס האט צוואנציג אידן. נו שוין, איך מוז שוין לויפן...

נייגעריגער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 8:03 am

· #86268
ש'כח פארן אזוי שיין מסביר זיין!!!
איך האב נאר נאכגעזאגט וואס כ'האב געהערט אין קאווע שטיבל [נישט אין ווירטואלן נאר אינעם ביהמ"ד], און כ'האב פשוט געוואלט פארשטיין.
כ'נעם עס כלל נישט פערסאנעל!

טעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:48 am

· #86286
נייגעריגער
ש'כח פארן אזוי שיין מסביר זיין!!!
איך האב נאר נאכגעזאגט וואס כ'האב געהערט אין קאווע שטיבל [נישט אין ווירטואלן נאר אינעם ביהמ"ד], און כ'האב פשוט געוואלט פארשטיין.
כ'נעם עס כלל נישט פערסאנעל!

שוין נאך הדר'ן דארף איך שוין נישט מוסיף זיין..

מיין מיינונג » מיטוואך פעברואר 13, 2013 1:51 am

· #86478
דער באסטאנער רבי האט געגעבן פריער א אונטערוויו אויף קוו החשיפות (...) וואו ער האט אויסגעשמוסט ס'גאנצע געשיכטע וואס ס'האט זיך אפגעשפילט ביים כינוס. דער רבי טענה'ט אז די גדולים זענען נישט שולדיג נאר דער מזכיר...

נו שוין, צוריק צום ענין.

עכ"פ, פון דעם גאנצן טענה'ריי קומען מיר צוריק צו מיין פריערדיגע הכרה. דער גאנצער כינוס איז א בלויזער פיקטשער פארזאמלונג, פאר די משבקי"ם דארט האט נישט געפאסט אז דער באסטאנער איז אויפן בילד ווייל ער איז דאך א מינדערוויכטיגער רבי, משא"כ דער מאזדיצער האט דאך בילדער וואך איך וואך אויס אין די מאגאזינען ע"כ איז ער א גרויסער רבי.

ווידעראום אויב איז געווען דער כלל אז מ'רופט די רבנים וועמענס טאטע'ס זענען געווען אויפן מועצת, דאכט זיך אז ס'פעלן נאך א שיינע פאר רבנים.

לעמיל » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:22 pm

· #102560
דא ווערט באריכטעט אז עס די מועצת וועט זיך צאם זעצען די וואך צו דן זיין וואיאזוי זיך צו א עיצה געבען מיט די מדינה וואס וויל זיך אריין מישען און די לימודים, פארשטייט זיך אז חיים שאולזון האט א גאנצע מעשה ווי עס וועט פארקומען

diff » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:47 pm

· #102607
Will there be votes or just a drasha like last time. And do the gabbaim come with?

ר' שמחה » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:00 pm

· #102668
דאס מאל גייט דער אלכסנדר רבי זיך יא באטייליגן (נישט ווי זיין מאדזיצער שוואגער) צו ער לאכט זיך אויס פון די גאנצע מועצת ?

מיין מיינונג » דינסטאג אפריל 9, 2013 9:14 am

· #102817
ס'שוין אפגעשטופט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג.

לעמיל » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:58 pm

· #104980
נעכטען איז פארגעקומען א אסיפה מועצת אגודת ישראל (די מועצת פון דגל איז נישט געקומען דאס מאל) ווי מ'האט דן געוועין די ענינם העומדים על הפרק לגבי חינוך דאס מאל איז נישט געוועין א אויבען אן נאר א באקס

א אינטערסאנטע בילד ווי די גבאים פון אדומרי"ם מוויזניץ שמוסען און די צייט פון די אסיפה


פאר מער בילדער קליקט דא

ר' שמחה » מאנטאג אפריל 15, 2013 9:17 pm

· #105165
לעמיל
א אינטערסאנטע בילד ווי די גבאים פון אדומרי"ם מוויזניץ שמוסען און די צייט פון די אסיפה

פאריגע מאל אויך געווען א בילד פון די זעלבע גבאים שמועסן שטייענדיג,
אינטערעסאנט, איין כיטערער בן ציון קעגן דריי פון דעם צד שכנגד.
בלאט: 1 2