וואס צו לערנען מיט א קינד
איך זיך א רעקאמענדאציע מיט וואס צו מאכן א שיעור מיט מיין 10 יעריק אינגל פאר ער גייט שלאפן. גמרא לערנט ער אגאנצן טאג, וואס קען זיין געשמאק וואס זאל בארייכערן זיינע ידיעות און די זעלבע צייט זיין קוואליטעט צייט מיטן טאטן. אדרבה זאגט איר.
[ציטאט אראפגענומען]
שוין געשפילט גענוג שאח מיט סטראטיגא איך זעה ער חלשט פאר ידיעות איך וויל מיט איהם לערנען און בויען זיין ידיעה אויף מיין סטייל אזוי צו זאגן פאר ער נעמט עס פון אנדערע קיצוניותדיק אדער פארקערט.
יאירנ"ך.
געטראכט דערפון. שמואל און מלאכים שופטים לערנען זיי אין חדר דוכט זיך, ישעיה ירמיה איז אפשר צו שווער פאר א קינד. איך זוך עפעס לייכט אבער נוצבאר און תכלית.
"ספר החינוך".
חוץ די פשוטע ידיעות רעדט זייער אסאך פארשטענדליכע יסודות'דיגע טעמים אויף יעדע מצוה, די לשון פון דעם ראשון (וואס ער האט געשריבען צו זיין זוהן) איז ממש זיך צו באלקען די פינגערס.
עצה טובה: קויף די נייע מהודרה פון ארטסקרול (ביזדערווייל נאר דא אויף ענגליש) וועסט דיך מחיה זיין דערמיט.
אויך האב איך געזען איז דא עפעס א ספר אויף מצות אויסגעשטעלט לויטען רמב"ם סדר און עס איז אויף אידיש, די מחבר איז איינער וואנחאצקער פין קרית טאהש, עס איז א געוואלדיגע ספר, זייער אסאך ידיעות, זייער גוט מסודר, אויך הערליכע אייגענארטיגע בילדער ועוד ועוד.
דאס אלעס איז כדאי צו לערענן נישט מיטן ציהל אנצוקמען בכמות נאר באיכות. איך מיין אייער בנש"ק וועט באקומען א שטארקען חיות.
נ.ב. און וואס איז מיט לערנען שרייבען אידיש?
אידישע היסטאריע. ס'איז דא היינט ביכער אויף אידיש אדער לייכטע לשון הקודש.
בן תמליוןאיך זיך א רעקאמענדאציע מיט וואס צו מאכן א שיעור מיט מיין 10 יעריק אינגל פאר ער גייט שלאפן. גמרא לערנט ער אגאנצן טאג, וואס קען זיין געשמאק וואס זאל בארייכערן זיינע ידיעות און די זעלבע צייט זיין קוואליטעט צייט מיטן טאטן. אדרבה זאגט איר.
לערן מיט איהם ענגליש, ער וועט דיר שטארק דאנקבאר זיין דערויף אלע זיינע יארען!!!
לענ"ד, אביסל קיצור שולחן ערוך, דו קענסט און א יאר צוויי דורכגיין די גאנצע זאך גרינגערהייט, און ער וועט האבן א ידיעה אין הלכות אין טאג טעגליכע לעבן וואס אלטע אידן ווייסן נישט
אבער נישט מער ווי 5 10 מינוט א טאג, נאכדעם פארברענג און שפיל מיט אים
לאז אפ הלכות.
מיין זוהן ליינט עפעס אן הלכה ספר אין אידיש, פארגעסן די נאמען, און מאכט מיר משוגע. דעם שבת זאגט ער מיר: טאטי, האסט מיך קיינמאל נישט געזאגט אז איך דארף דאווענען מוסף?! דא שטייט אז מ'מוז..!
אגב, ספר החינוך, איז טאקע נתחבר געווארן פאר זיין אינגעלע און זיינע חברים. אזוי שרייבט ער אינעם הקדמה.
איך זיך נישט הלכות חינוך אדער די אלע טיפיקעל זאכן מיט די אלע וועט מען איהם שוין שטופן ביז די חתונה גענוג. איך וויל עפעס אייגנטארטיק וואס וועט צוגעבן צו זיין מהלך המחשבה און דרגה און ידיעה און ווי איך קען צולייגן מיין שמועס. איך ווייס נישט פונקטליך וואס אפשר א ראשון צו אחרון אפילו א היינטיקער. נ"ך איז דערווייל די בעסטע אויסווייל איך טראכט אפשר פן משלי.
משלי רעדט צופיל פון א אשה זונה.
היסטוריה איז גוט.
"דער אייביגער פאלק", א נייע בוך אין אידיש. געשריבן בקיצור. זייער גוט צו ליינען מיט א קינד, און מסביר זיין וואס ס'פעלט דארט.
עס איז דא די משניות מיט די בילדער פון ר' יוני גרשטיין אויף מס' שבת און ביצה און נאך, די בילדער מאכט ציען ע"פ רוב קינדער צום לערנען, און עס איז מעורר א נייגער צו וויסן פון וואס עס רעדט זיך, חוץ וואס די מסכתות האבן אסאך וויכטיגע ידיעות.
מיט הצלחה!