☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זעלבסט זיכערהייט - Self Confidence

זעלבסט זיכערהייט - Self Confidence

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2861

ידען » דינסטאג יוני 26, 2012 8:24 pm

· #20197
Self Confidence
איך האב פריער גלייגט א טשכול וועגן סעלף עסטים און איך מיין אז סעלף קאנפידענס האט א שייכות מיט סעלף עסטים אבער דאך איז עס נישט די זילבע זאך ווייל למשל איך האב אסאך סעלף עסטים אבער פעלט קאנפידענס. אזוי מיינעך. בקיצור איך וועל עס מער אויסרעדען דא און ווער סע קען העלפן אין דעם איז זעכער וועט באקומען גרויס שכר פאר גמילות חסדים וואס אין להם שיעור (שיעור אויף וואס? אהה נעקסטע אשכול)

cookies » פרייטאג יולי 6, 2012 2:14 pm

· #22212
There is now a shir from hager, i heared he is amazing for this.

ידען » פרייטאג יולי 6, 2012 3:30 pm

· #22238
וועגן האגער האבעך שוין געמאכט א אשכול.

ניו יארק » פרייטאג יולי 6, 2012 6:33 pm

· #22257
איין כלל: אנשטאט זאגען איך האב "נישט" קאנפידענס, זאג אז איך האב "יא" קאנפידענס!
----------
הערה, געווענליך נעם איך $1,500.00 פאר די לעסען נאר לכבוד די "קאווע שטיבל מעמבער'ס" האב איך געמאכט אן איינמאליגע אויסנאם.

זר זהב » פרייטאג יולי 6, 2012 6:35 pm

· #22258
נוי יארק
איין כלל: אנשטאט זאגען איך האב "נישט" קאנפידענס, זאג אז איך האב "יא" קאנפידענס!
----------
הערה, געווענליך נעם איך $1,500.00 פאר די לעסען נאר לכבוד די "קאווע שטיבל מעמבער'ס" האב איך געמאכט אן איינמאליגע אויסנאם.

אזוי קוקן דאך אויס די מענער וואס זיצן אינדערהיים אונטער'ן טיש און שרייען הויך: "דא אינדערהיים בין איך בעלעבוס"!!

cookies » זונטאג יולי 8, 2012 8:22 pm

· #22516
ידען
וועגן האגער האבעך שוין געמאכט א אשכול.

i didnt see it gimee a link pls

איך אויך » מאנטאג יולי 9, 2012 2:40 pm

· #22696
טוה דיר אויס די טונקעלע ברילן וועסטו עס גרינג טרעפן.

ידען » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:41 am

· #62026
איך זעה א עד פון ארטסקרול אז זיי האבען א נייע ביך פון איינעם ראביי פליסקין אויף self confidence פאר 10 דאלער.

ווער איז ראביי פליסקין?

וועט מיך עס העלפען?

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:44 am

· #62028
ווער איז ראביי פליסקין?

דיין שאלה איז דומה צו איד און וומ"ס וואס וועקט זיך היינט אויף און פרעגט "ווער איז ר' ישראל דוד הארפענעס"?
נישט צו מדמה זיין.
אבער ער איז א מחבר ספרים ידוע מאוד אין די וועלט מחוץ ל11211

ידען » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:40 pm

· #62095
א גוטע דמיון.

איך ווייס ווער איז פליסקין, פונקט ווי הארפענעס.

ביידע האבען מחבר געווען ספרים.

איך פרעג וואס איז זיינע קרעדענשעלס? אז ער ציילט שיינע מעשיות?

פון ווי קומט ער?

ער האט א דעגרי? אדער ער איז געווען א כתה א' רבי אין א חדר?

sunbar » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 4:07 pm

· #66609
די סיבה פארוואס איך שרייב עס דא, איז ווייל דער דזשאב געט אסאך סעלף קאנפידענץ...

איז אזוי, מיין פראגע איז: זאל איך ווערן א פאליסמאן אדער נישט??

מומחה » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 6:57 pm

· #66674
די דזשאב וועט דיר עס נישט געבן, דו וועסט עס דארפן אליין דעוועלאפן. די דזשאב וועט דיר נאר צוהעלפן (ווענדט זיך וואו די וועסט זיין א פאליסמאן, אין געוויסע געגענטער איז עס גארנישט אזוי געשמאק צו זיין א פאליס)

איחוד פעלד » זונטאג פעברואר 3, 2013 4:50 pm

· #84326
זעלבסט זיכערהייט - Self Confidence
אין די חינוך פין די אלגעמיינע מערב וועלט טוהן זיי שטארק מעסטען אין אריין לייגען אין די קינדער זעלבס זיכערהייט, אז זיי זאלען פילען זיכער מיט זיך, הן אז זיי האבען די כחות הנפש צו קענען פארשטיין די לימודים, הן אז זיי קענען זיין מעורב בין הבריות, הן אז זיי קענען זיין אין ספארטס און אזוי איז זעלבסט פארשטענדליך אז כדי אז קינדער זאלען קענען וואקסען און קענען אליין טוהן זאכען וואס פאדערען חיזוק, גיט מען זיי דאס אויף א גאלדענע טעלער, און עכ"פ איז דאס א דבר המובן ביי די מחנכים אין די מערב קולטור, אז מען מוז געבען פאר די קינדער וואס מער זעלבסט זיכערהייט כדי זיי זאלען קענען שטייגען במעלות המדע והחכמה וכו'.

ווי איז אבער ווען עס קומט צו אונזער חינוך אין אונזערע מוסדות, און די קייט ציט זיך ווייטער ווען די קינדער וואקסען אויף און האבען חתונה, אז די קינדער באקומען נישט פין די מחנכים און מלמדים קיין קאנפידענס, און אדרבה פארקערט, די מחנכים קלאפען אראפ א קינד וואס וואגט זיך אמאהל צו ווייזען אביסעל זיכערהייט, און זיי טוהן דאס באטאנען מיט דער נאמען חוצפה, (אוודאי איז דא חוצפה וואס מען טאר נישט טאלערירען), און אפילו שפעטער ווען איינער איז א אינגערמאן און ער ווייסט שוין צו זיין א שואל כענין ומשיב כהלכה, פאלט נישט איין א אינגערמאן אז למשל ווען ער לערנט סימן אין הלכות שבת אדער הלכות נדה, און ער פרעגט א שאלה פין א רב, אדער הערט ער א שיעור, און ער זעהט אז די זאך איז נישט ווי דער רב זאגט, טאר ער ניטאמאהל נישט פרעגען קיין מהיכן דנתני, וואס איז פשט, דער מג"א זאגט אזוי, און אויב האט שוין איינער דער "חוצפה" און פרעגט שוין מיט א קלאפידיגע הארץ זיין שאלה, צו ער באקומט יא א תשובה צו נישט, ווערט ער געלעיבעלט (א באזונדערע מחלה ביי אונז) אלץ א מחוצף אדער אויף געקלערטער וואס ווייגט זיך צו פרעגען אמאהל א שאלה פארוואס.

דער עפעקט פין דער חינוך איז אז ווען דער אינגערמאן וויל גיין מאכען פרנסה, האט ער נישט די זעלבסט זיכערהייט אין קענען קויפען אדער פארקויפען (אפילו ווען איינער גייט אויף א געהעריגער דזאב פארקויפט ער זיך, און דאס דארף מען אויך קענען), און ער פארדינט ברויט אויף הויזען, און די קינדער מערען זיך ווי די פיש, און אויף שכר לימוד האט ער נישט, און פארשטייט זיך אז ווען ער קומט חתונה צו מאכען, מוז ער בארגען פין דער באנק קרעדיט קארדס חברים און ווי מען קען, און מען פארלירט די זעלבסט זיכערהייט אפילו צו טראכטען וועגען זיך אליין.


פין ווי קומט דאס טאקע אז דער ענין פין זעלבסט זיכערהייט איז בכלל נישט תופס מקום ביי אונז. א מנהל אדער מלמד האט נישט קיין שום פראבלעם אריין צו פליקען א אינגעל בחור מיט די גרעסטע זלזולים אהן זיך קומערען אויף די נאכווייען, פארשטייט זיך אז עס איז נישט על הכלל כולו יצא, עס איז דא כל המיני מענטשען, און נישט אלע מלמדים האבען די מדות מגונות פין אריין פליקען און אראפ קלאפען, אבער בכל אופן פעלט דאס אין די יסודות, ווייל פאר קיין גרויסען עוולה ווערט עס נישט פאררעכענט.

אין די ספרי מוסר ווערט גאר ווייניג דערמאנט די מדה פין זעלבסט זיכערהייט. דאס מערסטע וואס מען קען טרעפען איז אז מען דארף אויסניצען גאווה אז ולא יבוש מפני המלעיגים וכו'. אבער דאס אז זעלבסט זיכערהייט איז א יסוד מוסד, וואס אהן דעם קען א מענטש נישט אהנקומען אין ערגעץ, אפילו אין ענינים שבקדושה, ווערט נישט מבואר באריכות. פארקערט יא, דאס הייסט אין גנות פין גאות שטייט אסאך, כאטש די מהות פין גאות וואס די ספרים רעדען קען מען פארשטיין אויף אסאך וועגען אזוי אז עס מיינט זיכער נישט אז מען דארף די קינדער איינגעוויינען צו זיין שברי כלים אהן וויסען ווי אזוי to stand up for themselves.

אלזא חזק חזק ונתחזק, לאמיר זיך מקבל זיין אז אפילו אויב אונז זענען מיר אביוזט געווארען אין די מדה פין האבען אייגינע זעלבסט זיכערהייט, לאמיר אויפציען די קינדער אז זיי זאלען זיין זעלבסט זיכער פין זיך אליין. זיי זאגען בפה מלא אז ווען דער מלמד מאכט חוזק פין זייערע'ס א קאמענט מיינט אז דער מלמד איז א געהעריגער נארישער אלטער נאר, און אז אדרבה ואדרבה, זיי מחזק זיין אויף וויפיל מען קען זיי זאלען זיין זיכער מיט זיך, און וויסען אז די אהבה פין די עלטערען צו זיי איז א אהבה שאינה תלויה בדבר, נישט קאנדישענעל, נאר בכל אופן, אזוי אז זיי זאלען קענען אויפוואקסען צו זיין מענטשען פאר זיך אליין.

אוהב דעת » זונטאג פעברואר 3, 2013 5:31 pm

· #84338
א וויכטיגע נושא, קודם דארף מען פארשטיין די חילוק פון self confidence און self esteem.
און אזוי ווי מורי ורבי הרב דר. טווערסקי איז זייער שטארק מרחיב בספריו אז ענווה איז self esteem ,און גאווה איז איינער וואס האלט נישט פון זיך און האט נישט קיין self esteem,

דא ברענג איך אראפ א חלק פון לשונו הק׳ דף 155 בספרו let us make man" the humble person knows that he has not done enough and feels a responsibility to do more, the person with a low self esteem feels he lecks the capacity to accomplish anything worthwhile , and this feeling of futility results in his doing nothing
אויף א אנדערפלאץ (in his book let us make man page 130( שרייבט ער וזל״ק the torah approach results in true self-esteem as man gains mastery over himself, while the secular approach results in the pseudo self esteem of wielding power over others

ידען » זונטאג פעברואר 3, 2013 6:34 pm

· #84357
איחוד פעלד און אוהב דעת. ענק שרייבען אזוי גוט. פארוואס האט עץ נישט געשריבען ווען כאב געבעטן צו וויסן וועגען דעם?

<!-- w --><a class="postlink" href="/topic/961">www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=961</a><!-- w -->

איחוד פעלד » זונטאג פעברואר 3, 2013 10:16 pm

· #84382
ידען
איחוד פעלד און אוהב דעת. ענק שרייבען אזוי גוט. פארוואס האט עץ נישט געשריבען ווען כאב געבעטן צו וויסן וועגען דעם?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/961">viewtopic.php?f=25&t=961</a><!-- l -->



אנטשולדיגט

פארען עפענען דעם אשכול האב איך געזוכט צו עס איז שוין אמאהל געשטאנען וועגען דעם און איך האב נישט געטראפען דיין בקשה.

דא איז א לינק צו ד"ר טווערסקי ווי ער רעדט וועגען דעם ענין.

<a class="postlink" href="http://www.chabad.org/multimedia/media_cdo/aid/870612/jewish/Creating-Healthy-Self-Esteem.htm">http://www.chabad.org/multimedia/media_ ... Esteem.htm</a>

קרעקער » מאנטאג פעברואר 4, 2013 9:36 am

· #84434
יו פלעגען מיינע מלמדים צוקוועטשען קינדער מיט אזא סאדיסטישער הנאה
ספעציעל שוואכע קינדער

קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 4, 2013 10:35 am

· #84444
אז מען האט סעלף עסטיעם וואס פעילט אויס סעלף קאנפידענס?

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:40 am

· #84453
איחוד גוט ארויס געברענגט א וויכטיגע נקודה, הגם מ'וואלט געקענט מער מאריך זיין בנידון, אבל אי אפשר בלא כלום, עלה על דעתו לומר שירה, צו זיין דער שליח אויף מערקזאם מאכען פארן עולם דעם נושא.

ומענין לענין באותו ענין, אפשר איז עס יא פארבינדען מיט דעם ענין ווי די האסט דא דערמאנט.
דע הילוך בכלל אין ישיבות איז אינטערדרוק די קינדער אין בחורים, אין דאס כאפט זיך אריין אויך שפעטער פאר עלטערע בחורים אין כולל יונגעלייט. די מנהלי ומשגחי הישיבות לאזען נישט די קינדער און בחורים זיך עלטערען, מ'לאזט זיי זיך נישט מעטשורען (MATURE), א בר מצוה בחור וואס איז א גדול מדאורייתא בכל ענין, לאזט מען נישט אויף וואקסען, מ'כמעט גיבט זיי נישט קיין בחירה, אדרבה מ'נעמנט גאר אוועק דער חלק הבחירה וואס זיי האבען יא. מ'דערצווינגט זיי מיט בחינות, מ'סטראשט, מ'מאכט זיי פאר ראבאטס יעצט קום יעצט גיי, ווי ביסטו געוועהן? מ'צוברעכט זיי מ'אינטערדרוקט זיי, נישט קיין ווינדער פון יעדער הונדרעט פאלן אוועק כל הפחות צעהן צוואנציג.

ווי לאנג די ביסט אין ישיבה לאזט מען דיר כמעט נישט האבען קיין שום ידיעה פון דער אינדרויסענדיגע וועלט. דער מוסדות שפייען אויס יעדעס יאר איבער טויזענט נייע יונגעלייט, פון יענע מינוט דארפען זיי שוין האבען דאגות הפרנסה וכל הדבר הקשור בזה, זיי פארמאגען אבער נישט דער זעלבסט זיכערקייט, ערשט 10 יאר נאך די חתונה כאפען זיי זיך וואס טוט זיך און ווי זיי האלטן אויף דער וועלט, ביי דעמאלס אבער האבען זיי שוין א שטוב פון פינעף קינדער.

אלעס אין די ישיבות (ישיבה לציעירים נאך מער) איז בחינות אין חזרות, מ'קען צודרייט ווערען דערפון, נאך מער דאס איז א חוצפה, מ'לערנט נישט די וויכטיג נימוס בין אנשים, מדות טובות, הנהגה, דער ערשטע חלק או"ח, פארהער פארהער אין נאך אמאהל פארהערען זיך אויסענווייניג. איך וויל נעמען דעם מגיד שיעור דעם מנהל אין מאכען א פראבע לאמיר זעהן צו ער קען זיך לאזען פארהערען 10 בלאט גמרא בעל פה אין איין וואך. פאר יענעם איז דאס זייער גרינג צו זאגען,

דער בחור בעל כרחו מוז אויף שטיין פינעץ אזייגער פארטאגס, דער פרעשור וואס מ'לייגט ארויף אויף איהם במשך די טאג העלפט איהם בכלל נישט לאחר חתונתו, נישט יעדער קען דאס, אסאך ווערען זייער צוקלאפט, דאס ביסל זעלבסט זיכערקייט וואס ער האט שוין יא, נעמנט מען אויך אוועק פון איהם.

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 4, 2013 5:44 pm

· #84621
קאצקע ציקער
אז מען האט סעלף עסטיעם וואס פעלט אויס סעלף קאנפידענס?

סעלף עסטיעם איז וויפיל מ'האלט פון זיך, און קאנפידענס איז וויפיל קוראזש מ'האט צו טון עפעס. געווענליך גייט עס צוזאמען, אז א מענטש האט עסטיעם וועט ער האבן קוראזש צו טאן א געוויסע זאך, לאידך גיסא פארקערט נישט, קענסט זען למשל א עושר האט א לאו סעלפ-עסטיעם אבער האט אסאך קאנפידענס...