☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ביזט גערעכט/ פאעזיע

ביזט גערעכט/ פאעזיע

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2860

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 3, 2013 3:26 pm

· #84304
ביזט גערעכט/ פאעזיע
שריי העכערן גארגל
רייס איבער דיינע בענדלעך
ווער פארטייבט, הער נישט יענעם
ווערסט גערעכט ענדליך.

טופע מיטן פוס
ווארף זאמד אין אויגן
מאך א נעפל, זעה גארנישט
יענעמ'ס מיינונג וועט דיר נישט טויגן

פארשאר די ארבל
יענעם באווארף
שטיי פעסט אויף דיין ווארט
א זאכליך וויכוח, ווער דארף

שריי אויפן זאגער
נישט אויפן מיינונג, ס'קלוג,
שיס דעם טראגער
און אזוי, רוף אויס זיג!

פאטש דיין בייכל
העי, מיין דעה יעדן געפעלט,
שלום עלי נפשי
כ'בין דער קלוגסטער אין וועלט

בלייב דום אויף אייביג
דאס האסטו דערוועלט,
ביזט מיט א בהמה אן דעת אייניג
דיין מח פארזשאוועט, פארגעהלט

האלט דיין רוקן גלייך
בייג עס נישט פאר קיינעם,
רעד נישט צו די זאך
יעדער האלט דאס זיינעם

טויש נישט אינפארמאציע
קענסט חלילה אומפאלן,
דאס מין קאאפעראציע
קען דיך לאזן פארפאלן

פארבינד דיין קאפ אן טראכט
יענער, באלד ווי אחאב,
שלאף זיס ביינאכט
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב

דערוועק דיך נישט קיינמאל
פון דיין זיסן טרוים,
ביזט גערעכט אלעמאל
עס איז ווירקליך, נישט קיין חלום

איך געב אבער נישט אויף
צו הערן תמיד פונדאסניי,
הערן יענעם איך לויף
ס'מיר ממש א מחי'

בן תמליון » זונטאג פעברואר 3, 2013 3:49 pm

· #84306
אוי ווי שיין. לעמאן איר מאכט אונז שטאלץ.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 3, 2013 4:40 pm

· #84322
פאעזיע פארמעסט
אנאנים, עס וועט נקרא זיין על שמך,

ווער איז אין פאר א קאנטעסט, די ציהל? אויסצושארפן די פענעס, ארויסצוברענגן טאלאנט, הייבן די קונסט פארום!

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 3, 2013 4:49 pm

· #84324
פראפעסאר יידל און יענקל וועלן זיכער מיטארבייטן,

יידל » זונטאג פעברואר 3, 2013 5:57 pm

· #84348
קודם זאל איך מיך אליין קענען שענקן סקאלערשיפ...

יאיר » זונטאג פעברואר 3, 2013 7:21 pm

· #84362
פארבינד דיין קאפ אן טראכט
יענער, באלד ווי אחאב,
שלאף זיס ביינאכט
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב

👍 👍
אונזער לעמאן דזשוס איז דאך כמעיין המתגבר, וויפיל מ'קוועטשט קומט כסדר נאך און נאך!

משה געציל » זונטאג פעברואר 3, 2013 8:55 pm

· #84378
הערליך לעמאן זאפט!
״בלייב דום אויף אייביג דאס האסטו דערוועלט״
די ווערטער שרייען פון זיך אליינטס!

משה געציל » זונטאג פעברואר 3, 2013 11:37 pm

· #84398
[ציטאט אראפגענומען]

און לאמיר נישט פארגעסן פון אונזער הויכגעשעצטן הרב קופערניקס, פאר אים פעלט שוין אויס צו זאגן הלל הגדול דיזע טאג!
ווי וואלטן עפארדעבאל מחאה פלענער געווען צו געפינען? ווי וואלט מען פארגעלייגט שווערע דיונים אין הלכות ביטול עכו״ם? ווי וואלטן איינשטיינס ערפינדיגען אזוי שטודירט געווארן? ווי וואלט א מכון לפיקוח קול קורא׳ס געהאט א פלאטפארמע אין טומאת אמעריקא? וויאזוי וואלטן פארפלאנטערטע סומאטוכעס זיך אזוי פארגליכען אין אפאר שורות? ועל כולם, ווי וואלטן מיר זיך ערלויבט ארויפצוציען א שמייכל אויפן פארכמארטן געזיכט אינעם פונסטערן גלות הרבי זי״ע?
האלט אונז ווייטער פרייליך מיט דיין גאלדענע פעדער און הומאר פליסיגן שפראך!

טעפל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:53 am

· #84421
משה געציל

און לאמיר נישט פארגעסן פון אונזער משה געציל'ן וויאזוי אזוי וואלטען מיר געפראוועט דעם זוממער אהן די "נטעי ההרים"??

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 7:23 pm

· #84631
לעמאן דזשוס
אנאנים, עס וועט נקרא זיין על שמך,

ווער איז אין פאר א קאנטעסט, די ציהל? אויסצושארפן די פענעס, ארויסצוברענגן טאלאנט, הייבן די קונסט פארום!

עס קומט א קאנטעסט? איינער איז אינטערעסירט?

מי אני » מיטוואך פעברואר 12, 2020 4:45 pm

· #442903
Re: ביזט גערעכט/ פאעזיע
לעמאן דזשוס

שלאף זיס ביינאכט
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב

דערוועק דיך נישט קיינמאל
פון דיין זיסן טרוים,
ביזט גערעכט אלעמאל
עס איז ווירקליך, נישט קיין חלום

איך געב אבער נישט אויף
צו הערן תמיד פונדאסניי,
הערן יענעם איך לויף
ס'מיר ממש א מחי'

מ׳קען אפשר זאגן אז די רמז (אין די המשך) דא איז אז ר׳ יהודה דרש׳נט (ברכות מ.) פון די פסוק (קהלת א חי) ויוסיף דעת וגו׳, אז עץ הדעת של חטה היתה. און ביי די חלום וואו מ׳האט מרמז געווען פאר פרעה איבער׳ן הונגער האט מען עס אים מרמז געווען מיט שבלים. און דאס איז די רמז דא, אז אונז געפינען מיר זיך אין א ״הונגער״ פאר/פון חכמה ודעת, וואס די איינציגסטע וועג זיך ארויסצוזעהן דערפון איז צו זיין אפען און גרייט אויסצוהערן און מקבל זיין דעות וואס זענען קעגן דיין מעיקרא׳דיגן מיינדסעט.