☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ויהי אחרי תקופת נחום..

ויהי אחרי תקופת נחום..

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2856

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 10:42 pm

· #84208
ויהי אחרי תקופת נחום..
ויהי אחרי תקופת נחום..

בשבת זו פגשתי שלשה ממכירי, והנה שלשה שישבו ואין ביניהם שיחה על הפסק של המאה ושלש שנים, שיחתם דברי בטילה, ואסור לישב עמהם. ישבו והתכווכחו על וועבערמאן ומשם נסעו ללעבאוויטש, עד שנתגלגלו למאליק, כיון שהגיעו למאליק לא עבר שעה מועטת עד שהזכיר אחד את השם נחום, כיון שהגה את השם נחום באותיותיו, מיד התחילו כולם לצווח ככרוכיא, צעק הראשון מי יתן ויתהפך נחום מדובר רהוט לערל שפתים, צווח השני הלוואי שיעשה אלם לגמרי, צרח השלישי עד שאתם מקללים בדיבורו תקללו בנפשו, שישבר כחרס, שיכלה כענן, שיפרח כאבק, נענו כולם בראשם, ורצו לענות אמן.

כיון שראיתי שעוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו, אמרתי להם חברים יקרים תשמעו סיפור יפה, ואפשר תשנו את דעתכם :

בעיר פולנאה היה איש אחד ומנחם שמו, שמנה את עצמו לשוטר ולשר על אחיו, והיה מתנהג בשרירות, כיון שראה אדם עובר עברה קטנה מיד היה מוסרו למלכות הרשעה, בין שחטאו בממונם ובין שחטאו בגופם, והאיש נחום היה מתחסד בעינו שכוונותו לשמים, והיה אנשים טוענים כנגדו : עד מתי אתה מוסר עמו של אלקינו להריגה, אמר להם קוצים אני מכלה מכרם, אמרו לו יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.

וכל עברה שתחלתו לשם שמים סופו שעושה לשם עצמו, בתחלה לא מסר אלא בעלי עבירה מובהקים, אבל בסופו התחיל למסור שונאיו, וכל מי שנטר טינא בלבו כנגדם, וכל מי שהיה לו צל של ספק שמא עבר פעם עבירה, או אפילו שמא רק רצה מיד היה מוסרו למלכות.

לימים נפח מנחם את נשמתו, כיון שמת רצו בני עירו לקברו קבירת חמור בלי לוויה ובלי הספד, צווה הרב שיערכו לו לויה והוא בעצמו יספידו, תמהו אנשי העיר תמיה גדולה, אבל כיון שאין אחר דברי הרב ולא כלום עשו כדבריו, כיון שראו פרנסי הקהילה שרב העיר יוצא ללותו, יצאו גם הם, ומי ראה אלו יוצאים ואינו יצאו יצאו כל העם אנשים נשים וטף ללוית המסור.

ניגש הרב אצל המת, פתח בהספדו, במשל:

פעם אחת היה אדון אחד ולו כלב ענקי ושמו אדמוני, לכלב הזה היה טוב מאד אצל האדון, כי היה צד תמיד כל מיני חיות כשהאדון נסע לצוד, כנהוג בין שרים, והאדון מחלק השלל עמו, ויהי היום והכלב מת, -וכאן הראה הרב בידו על המת- והיתה שמחה גדולה בין כל החיות, שנעשים חפשים ממצודת הכלב.

אמר להם השועל-הפיקח שבחיות, הוי שוטים שבעולם מפני מה אתם שמחים, אילו מת הכלב הזה קודם שלמדו ממנו שאר הכלבים איך לצוד, יש מקום לשמחה, אבל עכשיו שכבר למדו ממנו גם שאר כלבים איך צדים, הלא טוב לנו אם הכלב האדמוני חי, כי כשראו שאר הכלבים שמה שהם צדים בא הכלב האדמוני וחוטף בפיו מה שכבר ניצוד על ידם, ומביאו אל האדון, והכל נקרא על שמו, הם היו מניחים את כל העסק הזה ולא צדו כלל, כי אמרו מה לנו להטריח את עצמינו בשביל הכלב הזה, אבל עתה שאדמוני מת, יתחילו כל הכלבים לצוד כדי לישא חן וחסד לפני האדון, או כי לקנות שם לעצמם, או כדי לזכות בסעודה שמנה, ואם כן לשמחה מה זו עושה ?

סיים הרב וזה שאמר שלמה המלך ברוב חכמתו "ושבח אני את המתים שכבר מתו מן החיים אשר המה חיים עדנה", כי אילו היה מת המסור הזה מכבר קודם שלמדו ממנו שאר המוסרים היה משובח על מיתתו, אבל עכשיו אין לנו שמחה מחמת החיים אשר חיים עדנה, שכבר למדו ממנו שאר המוסרים שחיים עדיין איך צדים, ואדרבה עתה יזדרזו במלאכתם ביותר שהמסור הזה לא יחטוף בפיו את חלקם, וסיים הרב והנמשל מובן, הקהל הבין שדברי הרב נכונים, מיד געו כל העם בבכיה.


וגם אני אמרתי כנגדם, כל זמן שנחום חי אף שנושך ובועט, אבל סוף סוף יחיד הוא, והרבה אנישם מונעים עצמם מלהשתתף עמו, אם מחמת שאינו נכנס בגדר איש נורמאלי, או מחמת הקוטשמא המזהום, או טעמים אחרים, אבל משיפסיק, יפרחו חדשים במקומו, כפטריות אחר הגשם.

הרב_שלום » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 10:58 pm

· #84209
עס איז שוין דא א אשכול איבער נחום
ווי אויך דארף דיין עברית א גרויסע תיקון עס וועט זיין גרינגע פאר דיר און פאר אלע ליינער ווען דו שרייבסט יודיש

שמעקעדיג » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 11:17 pm

· #84213
זייער זיס. און ליידער אמת.
מיינסט צו זאגן אז עס וועט זיין שפתותיו דובבות בקבר, און וועט נישט צוקומען צו קיין תיקון אזוי שנעל.

הרב שלום. עס איז נישט עברית. און איך מיין אז בענזשאמין האט א זיסע שפראך.

געפילטע פיש » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 11:19 pm

· #84214
הרב_שלום
עס איז שוין דא א אשכול איבער נחום
ווי אויך דארף דיין עברית א גרויסע תיקון עס וועט זיין גרינגע פאר דיר און פאר אלע ליינער ווען דו שרייבסט יודיש

טיילסט אלעמאל אזעלכע ברייטהארציגע קאמפלימענטן, אדער יעצט איז א ספעציעלע שעת הכושר?

sefish » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 11:27 pm

· #84216
"זיין נשמה דארף א תיקון פאר'ן שרייבן איווריט", כצ"ל

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג פעברואר 3, 2013 12:51 am

· #84232
[ציטאט אראפגענומען]

קופערניקוס האסט געמאכט מיין נאכט, איך האב ממש דעם שבת נאכמיטאג גענדיגט ליינען תמול שלשום פין עגנון, און דער ארטיקל איז געשריבן געווארן זייענדיג נאך אינטערן רושם פון זיין סטייל.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 3, 2013 1:19 am

· #84234
הרב_שלום
עס איז שוין דא א אשכול איבער נחום
ווי אויך דארף דיין עברית א גרויסע תיקון עס וועט זיין גרינגע פאר דיר און פאר אלע ליינער ווען דו שרייבסט יודיש

וואס הייסט עברית דארף א תיקון. דעיס איז דער תיקון. צו שרייבן גרייזיג איז דער תיקון. עברית, כידוע איז דאך א שפה טמאה. ווי ס'שטייט אין א הקדמה צו א ספר "שפה טמאה אשר בדו הציונים מליבם".

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג פעברואר 3, 2013 1:56 am

· #84241
הרב_שלום
עס איז שוין דא א אשכול איבער נחום

דער ביז איצטיגער אשכול פון נחום רעדט פון תקופת נחום, דער איצטיגער אשכול רעדט פון אחרי תקופת נחום, דוגמא לזה מצינו אצל פרשת וועבערמאן, היו שם אשכול ראשי "וועברמאן סומעטאעכע", והוסיפו עליוו אשכולות "אחרי ככלות הכל" "א סך הכל צום הונדערטסטן בלאט" איך וויין" "איך לאך" "איך בין צומישט" וכהנה וכהנה עוד רבות.

הרב_שלום

ווי אויך דארף דיין עברית א גרויסע תיקון עס וועט זיין גרינגע פאר דיר און פאר אלע ליינער ווען דו שרייבסט יודיש

קודם עס איז לשון קודש נישט עברית.
בנוגע א תיקון, וואס זאל איך טוען אז איך שפאר זיך מיט אייך. [איך בין מסכים מיט אייך נאר אויב איר האלט אויך אזוי אויפן מדרש תנחומא].
און דאס וואס דו שרייבסט אז עס וועט זיין גרינגער פאר מיר אין אידיש, פון וואנעט ווייסטו ? כלום נביא אתה ? כלה נבואתך וצא, כך מקובלני מבית אבי שמזמן שנחרבה הבית נמסרה הנביאים לשוטים ולתינוקת.
און פאר די ליינער, נו, ווער עס איז נישט באקוועם מיט לשון קודש זאל נישט אריינגיין אין א אשכול וואס האט א לשון קודש'דיגע קעפעל, סימן מסרתי בידכם כל זמן שהכותרות בלשון קודש גם הכתבה עצמה בלשון קדוש, און ווען דאס קעפל איז אין אידיש איז דאס א צייכן אז אויך די ארטיקעל איז אין אידיש.
ובזה יציאתי ידי חובתי.

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 3, 2013 2:12 am

· #84244
הרב_שלום
עס איז שוין דא א אשכול איבער נחום
ווי אויך דארף דיין עברית א גרויסע תיקון עס וועט זיין גרינגע פאר דיר און פאר אלע ליינער ווען דו שרייבסט יודיש


פרענקל, איך זעה אסאך חברה דא לייקן דיך, מן הסתם איז דיין ארטיקל זייער גוט, אבער איך בין אויך נישט יעצט אין דעם גיסטע פון ליינען לשה"ק (צו העברעאיש, מיר נישט קיין נפק"מ), סאו ווען דו וועסט דאס איבערשרייבן אין אידיש, עמער עס ליינען און אפשר אויך לייקן.

אלדד » זונטאג פעברואר 3, 2013 2:36 am

· #84247
זייער פיין געשריבן, געשמאקע מליצות׳דיגע לשונות

נייגעריגער » זונטאג פעברואר 3, 2013 4:59 am

· #84251
הדד בן בדד

פרענקל, איך זעה אסאך חברה דא לייקן דיך, מן הסתם איז דיין ארטיקל זייער גוט, אבער איך בין אויך נישט יעצט אין דעם גיסטע פון ליינען לשה"ק (צו העברעאיש, מיר נישט קיין נפק"מ), סאו ווען דו וועסט דאס איבערשרייבן אין אידיש, עמער עס ליינען און אפשר אויך לייקן.

הדד ס'נישטא פון וואס צו רעדן, דעם ארטיקל איבערגעטייטשט אויף אידיש איז נישט ווערט קיין לייק [נישט ממש אזוי, אבער כ'נוץ עקסטרעמע לשונות ארויסצוברענגען מיין פוינט] …, דער אינטערעסאנטקייט פונעם געשרייבאכטץ איז דער מליצה'דיגען אויפן אויף וואס עס איז אזוי שיין צוזאמענגעפלאכטן.

דער תמצית פונעם תגובה איז אזוי [פאר ווער עס פארשטייט ממש נישט קיין לשה"ק]: ער פארציילט אז דער עולם איז געזעצען און צוזאמענגעשאלטן דעם נחום'ען [נאך וועבערמאן תקופה מיינעך אז ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן וועלכע נחום…], האט ער פארציילט א מעשה פון א רב וואס האט געזאגט ביי א לויה פון א מסור א רשע א הספד און ער האט געזאגט פארן ציבור אז מ'זאל זיך נישט אזוי פרייען ווייל ער האט שוין א באנדע מיט תלמידים וואס שטייגן אים נאך איבער און ווי לאנג ער איז נאך דא קומען זיי נישט אזוי שטארק ארויס, און ער האט אויסגעפירט אז וכן לנחום.

אבער אויב פארשטייסו לשה"ק - אפילו ס'שווער - לוינט זיך עס צו ליינען בלשונו הרם פון דער הויכגעשעצטער פרעזידענט יאריך ימיו ושנותיו, ער לייגט עס הערליך אראפ, ס'מיר געקומען צום לאכן.

טעפל » זונטאג פעברואר 3, 2013 11:37 am

· #84274
אלדד
זייער פיין געשריבן, געשמאקע מליצות׳דיגע לשונות

ממש אזוי, און איך בין א גרויסע ליינער סיי אויף לשון הקודש און סיי אויף העברעאיש, ס'איז געוואלדיג גוט!

נייגעריגער » זונטאג פעברואר 3, 2013 2:06 pm

· #84297
[ציטאט אראפגענומען]

אויבענאויפיג וועט יעדער צושטימען צו דיר, ער איז דאך באוואוסט אלץ איינער פון נאר צוויי מענטשען וואס פיגורירן אויפן דאלער ביל און זענען נישט געווען קיין "אמעריקאנער" פרעזידענטן.

אבער ווי דו זעסט לייג איך "אמעריקאנער" אין גענזן פיסלעך, וטעמי ונימוקי עמי - אפשר וועט עס זיין א חידוש פאר אסאך אירע אז ער האט למעשה יא געטראגן דעם טיטל פרעזידענט, ניין נישט פון אמעריקא אבער ער איז געוועזן פרעזידענט פון פענסילוועניע [דאן האט עס געהייסן פילאדעלפיע] …
יא אזויווי איר הערט, גוט נאר א בליק אהער אין דעם לינק, וואו ער באשרייבט אביסל די ביאגראפיע פון מר פרענקלין און ער זאגט אז ער איז געוועזן פרעזידענט פון פענסילוועניע ביז די פאראייניגטע שטאטן זענען געגרינדעט געווארן און זיין אמט האט באקומען א נייע נאמען גאווערנער [וואס איז בעצם דער דע פאקטא פרעזידענט פון זיין שטאט].

און צו דיר "שיטה מקבוצת" לויט דיין טיטל וואלסטו געדארפט וויסן אלע שיטות אינקלאדינג דעם שיטה!