☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עשרת הדברות 2013

עשרת הדברות 2013

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2855

משה געציל » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 8:01 pm

· #84192
עשרת הדברות 2013
היינט ווען דער בעל קורא האט געליינט די עשרת הדברות איז מיר אריין א שטיקל מחשבה אין קאפ, ווי אזוי די עשרת הדברות וואלטן ווען אויסגעקוקט ווען עס ווערט ווען געגעבן אין יארע 2013.
רוב חסידות'ן וואלטן ווען געהאט בערך דעם זעלבן אויסלייג מיט אפאר שינויים:
וזאת למודעי, אויב איינער שפירט זיך באטראפן זאל ער עס נישט ליינען, איך שרייב נאר פון מיין -קאווע שטיבל- קוק ווינקל (אין ביהמ"ד האלט איך פונקט ווי דיר). יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש.


איך בין אייער רבי דער איינציגסטער
חלילה גלויבן אין פירער א צווייטער
קיין בילדער פון אנדערע ביי אייך זיך נישט טרעפן
נאר מיט מיר צוזאם ווען פירות ער טוט עסן

דיין האנט אויפהייבן אומזינסט איך פארבאט
פון מיר ערלויבעניש אויף א יעדע ריר און טראט
דעם זיבעטן זאלסטו ערליך געדענקען
צו מיר זיך קניען אויף פארענטשעס שאקלען

דיינע עלטערן עהרע טוה אפגעבן
ווי לאנג אין חסידות ער טוט נישט שטערן
אומברענגען איז געווענליך פארבאטן
אויסער אויב דער פארשוין פון מיר טוט אפשפאטן

לאנגע קליידער נישט געפאסט און שמאל
נישט קיין ניאוף, טייטס מיט סימס דיק ווי שטאל
רויבן פאר דיר נישט ערלויבט
נאר פאר מיר ווען מיין ברידער איך צוטרויט

קיין פאלשע עדות טוה נישט אין א חבר זאגן
פאר מיינעט וועגן אין געריכט הויז זאלסטו אנקלאגן
גלוסטן דו זאלסט נישט יענעמס פארמעגן
דיין געלט זאלסטו מיר ווייטער ברענגען

chaims » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 9:29 pm

· #84202
אויב איך האב פארפאסט היינט קבלת התורה בין איך פטור?

קאצקע ציקער » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 10:10 pm

· #84205
משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!

נולד מאוחר » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 10:37 pm

· #84207
קאצקע ציקער
משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!

וואס פאלט דיר ביי?

משה געציל » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 11:12 pm

· #84212
קאצקע ציקער
משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!

10-4

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 3, 2013 1:40 am

· #84237
שקויעח משה געציל. ליידער נישט געהערט היינט די עשרת הדברות אין שוהל, האבעך כאטש אינזינען געהאט יעצט עס יוצא זיין דא מיט דיינע עשרת הדברות

משה געציל » זונטאג פעברואר 3, 2013 10:08 am

· #84266
איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.

gehlungen » זונטאג פעברואר 3, 2013 10:13 am

· #84267
נולד מאוחר
קאצקע ציקער
משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!

וואס פאלט דיר ביי?

You could sing the song "ich vil zein ah rebbeh" lol 😛

טעפל » זונטאג פעברואר 3, 2013 11:38 am

· #84275
gehlungen
נולד מאוחר
קאצקע ציקער
משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!

וואס פאלט דיר ביי?

You could sing the song "ich vil zein ah rebbeh" lol 😛

ח"ו צו זאגען אויף משה געצל'ן אז ער איז פון די או טי די!!!!

sefish » זונטאג פעברואר 3, 2013 11:48 am

· #84278
gehlungen
נולד מאוחר
קאצקע ציקער
משה געצל,דו האסט פיינט די רבנים ביג טיים!!

וואס פאלט דיר ביי?

You could sing the song "ich vil zein ah rebbeh" lol 😛

why are you always laughing at your own jokes?

יידל » זונטאג פעברואר 3, 2013 11:51 am

· #84279
מסתמא ווייל ס'איז לאכעדיג.

sefish » זונטאג פעברואר 3, 2013 12:01 pm

· #84281
Leave it for the audience to decide whether its worth a lol.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 3, 2013 5:16 pm

· #84334
משה געציל
איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.

ניין. ס'איז גענוג אז דו האסט געזאגט "אנוכי" ביים אנהויב. 😳

משה געציל » זונטאג פעברואר 3, 2013 8:44 pm

· #84376
berlbalaguleh
משה געציל
איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.

ניין. ס'איז גענוג אז דו האסט געזאגט "אנוכי" ביים אנהויב. 😳

איך כאפ נישט פונקטליך ר׳ בערל

מאטי » מאנטאג פעברואר 4, 2013 1:18 am

· #84414
משה געציל דיין טאלאנט גרעניצט זיך מיט קטלא קניא well said

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 8:54 am

· #84430
moti107
משה געציל דיין טאלאנט גרעניצט זיך מיט קטלא קניא well said

Come on דיין רבי׳ מיט גא-ט זענען ביי דיר איינס?

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 4, 2013 1:25 pm

· #84505
משה געציל, איך בין די שבת געווען אויף א שמחה אין וומ"ס (א שמחה? ווער ווייסט? מהיכי תיתי אז חתן כלה זענען א זיוויג הגון? ווייל פאר די שדכן איז אזוי איינגעפאלן? עכ"פ מ'רופט עס א שמחה). עכ"פ כ'האב די זכיה געהאט צו זעהן א פרוי ווערט באשטיינערט מיט ווערטער דורך א שבת שרייער, איז מיר איינגעפאלן א פאסיגע ניגון. איך ברעג עס דא, ווייל ס'האט א שייכות צו איינע פון די נייע עשרת הדברות.

ווען איך וואלט געהאט כוח
וואלט איך גענומען א האק,
און גע'הרג'ט רעכטס אין לינקס
אלע וואס שרייען שבת

אבער ווייל סאטמאר האט א כוח
האלט איך דאס אלעס אין מוח,
און איך קרעכץ מיך אונטער
אוי, ווען גייען זיי שוין אונטער?

ברסלבער » מאנטאג פעברואר 4, 2013 2:13 pm

· #84521
קאווע טרינקער, דו זאגסט זייער גוט, אבער אויב האסטו רעכט צו האקן ווער עס שרייט שבת, האבן זיי אויך רעכט צו האקן אויף ווער ס'טראגט שבת. עס איז א טו-וועי סטריט
יאחז כל אחד דרכו, איינער טראגט און איינער שרייט, און איינער קוקט צו די שוי פון די זייט.

בד"וו עס איז נישט "סאטמאר" וואס שרייט, נישט די ארונים און נישט די זאלונים און נישט די בני יואל, עס איז בלויז א כאפטע משוגעים וואס דארפן קער נעמען פון די שטאט, ווען דו וועסט קוקן וועסטו זעהן אז עס איז מער ווייניגער די זעלבע עטליכע חברה וואס שרייען.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 4, 2013 2:30 pm

· #84534
ברסלבער
קאווע טרינקער, דו זאגסט זייער גוט, אבער אויב האסטו רעכט צו האקן ווער עס שרייט שבת, האבן זיי אויך רעכט צו האקן אויף ווער ס'טראגט שבת. עס איז א טו-וועי סטריט
יאחז כל אחד דרכו, איינער טראגט און איינער שרייט, און איינער קוקט צו די שוי פון די זייט.

בד"וו עס איז נישט "סאטמאר" וואס שרייט, נישט די ארונים און נישט די זאלונים און נישט די בני יואל, עס איז בלויז א כאפטע משוגעים וואס דארפן קער נעמען פון די שטאט, ווען דו וועסט קוקן וועסטו זעהן אז עס איז מער ווייניגער די זעלבע עטליכע חברה וואס שרייען.


ביסט גערעכט, זיי האבן אויך די רעכט צו קומען דא אין קאווע שטיבל און שרייבן אנקעגען די עירוב (אדער בלייבן אויף אייוועלט). מדה כנגד מדה.
ביסט גערעכט, ס'טאקע משוגעים, אבער מי ברא אלה?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 4, 2013 11:57 pm

· #84726
משה געציל
berlbalaguleh
משה געציל
איך האב פארגעסן אריינצולייגן מיין חתימה ביים סוף פון די דיברות, באמערקט אז מען דארף דאס ליינען אינאיינעם.

ניין. ס'איז גענוג אז דו האסט געזאגט "אנוכי" ביים אנהויב. 😳

איך כאפ נישט פונקטליך ר׳ בערל

ס'איז א ביסל שווער מסביר צו זיין. אבער כ'על טרייען. והנה: אז דו האסט געשריבן "אנוכי, איך בין דיין רעבע". פעלט שוין נישט אויס צו צו לייגן די חתימה ביים סוף פון די דיברות/פאעם. ווייל מ'ווייסט שוין ממילא ווער דער רעבע איז.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:03 am

· #84730
ענטפער צו קאווע טרינקער
א יישר כח פאר דעם שיינעם ניגון. דו זאגסט אז "מ'האט די פרוי פארשטיינערט מיט ווערטער. א מזל אז אין וויליאמסבורג איז נישט דא קיין לויזע שטיינדלעך.ווייל אויב נישט וואלט מען איהר פארשטיינערט מיט עכטע שטיינער.

מאטי » מיטוואך פעברואר 6, 2013 12:02 am

· #84964
משה געציל
moti107
משה געציל דיין טאלאנט גרעניצט זיך מיט קטלא קניא well said

Come on דיין רבי׳ מיט גא-ט זענען ביי דיר איינס?

סארי האסט מיך שלעכט פארשטאנען כאב גמיינט צו זאגן אז דו ביזט טאלאנטפול וואו ער, נישט ח״ו דיך גמיינט צו קריטיקירן.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 1:07 am

· #84977
יישר כח פארן קלאר מאכן, איך האב אייך שלעכט פארשטאנען.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:13 pm

· #85064
ענטפער צו בערל
berlbalaguleh
א יישר כח פאר דעם שיינעם ניגון. דו זאגסט אז "מ'האט די פרוי פארשטיינערט מיט ווערטער. א מזל אז אין וויליאמסבורג איז נישט דא קיין לויזע שטיינדלעך.ווייל אויב נישט וואלט מען איהר פארשטיינערט מיט עכטע שטיינער.

מ'קען דן זיין צוליב איסור מוקצה, און הכנה העלפט לכאורה נישט, פונקט ווי א עירוב העלפט נישט.

לעמאן דזשוס » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:21 pm

· #85067
ענטפער צו קאווע!
סטמר איז שוין אונטער
די זאך איז שוין ארלעדיגט
קענסט שוין ווערן מונטער
אפילו אנדערש מען פרעדיגט

שטיינער גרייכן נישט קיין ציל
געענדיגט די צייטן
די דיעי נעמט נישט קיין דיל
ער מאכט זיי אלע לייטן

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:56 pm

· #85074
"ענטפער" אנגענומען
.

מילך טראק » מוצ"ש מאי 27, 2023 10:28 pm

· #526170
משה געציל
היינט ווען דער בעל קורא האט געליינט די עשרת הדברות איז מיר אריין א שטיקל מחשבה אין קאפ, ווי אזוי די עשרת הדברות וואלטן ווען אויסגעקוקט ווען עס ווערט ווען געגעבן אין יארע 2013.
רוב חסידות'ן וואלטן ווען געהאט בערך דעם זעלבן אויסלייג מיט אפאר שינויים:
וזאת למודעי, אויב איינער שפירט זיך באטראפן זאל ער עס נישט ליינען, איך שרייב נאר פון מיין -קאווע שטיבל- קוק ווינקל (אין ביהמ"ד האלט איך פונקט ווי דיר). יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש.


איך בין אייער רבי דער איינציגסטער
חלילה גלויבן אין פירער א צווייטער
קיין בילדער פון אנדערע ביי אייך זיך נישט טרעפן
נאר מיט מיר צוזאם ווען פירות ער טוט עסן

דיין האנט אויפהייבן אומזינסט איך פארבאט
פון מיר ערלויבעניש אויף א יעדע ריר און טראט
דעם זיבעטן זאלסטו ערליך געדענקען
צו מיר זיך קניען אויף פארענטשעס שאקלען

דיינע עלטערן עהרע טוה אפגעבן
ווי לאנג אין חסידות ער טוט נישט שטערן
אומברענגען איז געווענליך פארבאטן
אויסער אויב דער פארשוין פון מיר טוט אפשפאטן

לאנגע קליידער נישט געפאסט און שמאל
נישט קיין ניאוף, טייטס מיט סימס דיק ווי שטאל
רויבן פאר דיר נישט ערלויבט
נאר פאר מיר ווען מיין ברידער איך צוטרויט

קיין פאלשע עדות טוה נישט אין א חבר זאגן
פאר מיינעט וועגן אין געריכט הויז זאלסטו אנקלאגן
גלוסטן דו זאלסט נישט יענעמס פארמעגן
דיין געלט זאלסטו מיר ווייטער ברענגען
יוש איז דאס גוט