☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » "בנינו" - פאר קינדער וואס די עלטערן וואוינען נישט צוזאמען

"בנינו" - פאר קינדער וואס די עלטערן וואוינען נישט צוזאמען

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2854

בית שני » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 7:07 pm

· #84186
"בנינו" - פאר קינדער וואס די עלטערן וואוינען נישט צוזאמען
אונז גרייטן זיך יעצט ארויסצוקומען מיט א גליון פאר קינדער, וואס קומען פון שטובער וואס די עלטערן וואוינען נישט צוזאמען (אויך פאר די וואס די עלטערן האבען שוין נאכאמאל חתונה געהאט). ס'וועט ארויסקומען 2 מאל א חודש, מ'וועט שרייבען נושאים וואס איז נוגע פאר קינדער אין די מצב, ווי למשל ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט שותף געשוויסטער/ עלטערן, חברים אין חדר, ועוד... 

דער אינהאלט ווערט געגעבן דורך טעראפיסטן וואס טוען אין דעם געביט, און ס'וועט ווערן אדורך געקוקט דורך א מלמד מומחה וואס פארשטייט אין די עינינים.

איך זוך שרייבערס וואס פארשטייען צו די נושאים, בעיקר פרויען (זיי קענען בעסער שרייבען די קינדער שפראך). די בעסטע איז אז דער שרייבער אליינס קומט אויך פון א divorced home אדער איז אליינס divorced. 
אויך ווער עס וויל העלפן מיט סיי וואס, עצות אדער געלט (אונז גייען נישט רעכענען קיין געלט פאר די subscribers), קען מיך אימעילן דא אין אישית.

בית שני » זונטאג פעברואר 3, 2013 1:16 pm

· #84289
די טערעפיסטען זענען לייסענסד, היימישע אינגעלייט וואס האבען עקספיריענס מיט קינדער פון היימישע געגענטער (די גדר איז: אידיש רעדענדיגע...)
איך האב גערעדט מיט ר׳ שמשון שווארץ מלמד צעהלעם וומ״ס, ער איז גרייט עס איבער צוקוקען, איך מיין אז ער איז גוט, טאמער האט איינער בעסערע רעקעמינדעשנס בין איך גרייט צו הערן...

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:40 pm

· #85315
איז עס פאר אינגע קינדער צו ליינען? אדער מער פאר עלטערע?

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:50 pm

· #85320
בית שני
די טערעפיסטען זענען לייסענסד, היימישע אינגעלייט וואס האבען עקספיריענס מיט קינדער פון היימישע געגענטער


וועלכע פון די צווי וועלן זיצן אינעם דרייווער'ס סיעט? ווועלן די טעראפיסטן האבן די מעגליכקייט צו באמת לאזן הערן זייער פראפעשאנעל ראט, אדער וועלן די מלמדים געבן די טאן. געווענליך האבן היימישע "עקספערטן" גאר ווייניג רעספעקט אין געדילד פאר פראפעשאנעל מיינונגן.

בית שני » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:54 pm

· #85321
יואליש
בית שני
די טערעפיסטען זענען לייסענסד, היימישע אינגעלייט וואס האבען עקספיריענס מיט קינדער פון היימישע געגענטער


וועלכע פון די צווי וועלן זיצן אינעם דרייווער'ס סיעט? ווועלן די טעראפיסטן האבן די מעגליכקייט צו באמת לאזן הערן זייער פראפעשאנעל ראט, אדער וועלן די מלמדים געבן די טאן. געווענליך האבן היימישע "עקספערטן" גאר ווייניג רעספעקט אין געדילד פאר פראפעשאנעל מיינונגן.

וועגען דעם דארף מען גיין אויף די שביל הזהב, מדארף האבען א מלמד מומחה וואס זיין קאפ איז יא אפען צו פערפעשענלס, אמת רוב מלמדים זענען נישט, אבער אז מזיכט, איז די ישמח משה מסביר טרעפט מען

לעמעל, איך הייב אן מיט איין newslater וואס איז בעיקור פאר קינדער פון 8-13, boys and girls, לכשירחב וועט מען שרייבען עקסטער פאר teenagers
לכשירחב עוד, וועט מען גיין צו די
english speaking community

אגב איך האש שוין צוויי פרויען וואס זענען פאסיג פארדעם, איך confirm יעצט מיט די טערעפיסט, אין ויסעו, מגייט אויפטון! 

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 4:07 pm

· #85374
אסאך הצלחה, עס איז ליידער דא אסאך וואס קענען עס נוצען היינטיגע טעיג

מהנשתנה » מאנטאג פעברואר 25, 2013 10:44 pm

· #90261
איך קען דיר נאר וואונטשן א ריזיגע הצלחה און סייעתא דשמיא. ויה״ר שתשרה וכו׳