☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אוממענטשליכקייטן וואס מוז פארדאמט ווערן

אוממענטשליכקייטן וואס מוז פארדאמט ווערן

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2853

קליינער » פרייטאג פעברואר 1, 2013 10:37 am

· #84109
אוממענטשליכקייטן וואס מוז פארדאמט ווערן
נישט אז איך קלער אז מען קען איבערמאכן די וועלט, און נישט אז מען קען טוישן דאס שלעכטס פון א לאנד, און נישט אז מען האט די מעגליכקייט פון איבערדרייען די מענטאליטעט פונעם אייגענעם קהילה, אבער איך בין יא ביי דער מיינונג אז מען דארף פרובירן וואס מעגליך.

פאראן מענטשן וואס זעען נאר דאס פאזיטיווע אין טעגליכן לעבן, פאראן וואס זעען בלויז נעגאטיוו אין אלעמען, (אויך איז פאראן די וואס וועלן אין גוטע זאכן ארויסקראצן שלעכטס וואס ער וועט דארפן קומען מיט געקונצלטע הסברים פארוואס דאס איז א שלעכטע זאך וואס מוז אפגעשאפן ווערן. דאס איז באמת א טייל פונעם נעגאטיוו-זעער, אבער אין גאר א שעדליכער פארמאט) אבער עס זענען דא זאכן וואס מען קען דערויף נישט טרעפן קיין לימוד זכות.

איך האלט זיך נישט פאר א נעגאטיווער מענטש בכלל, און פארקערט, איך באטראכט זיך אלס איינער וואס זוכט דייקא ארויס די גוטע חלקים אין אלעמען, אבער פארט טרעף איך זיך אן, פונקט ווי אלע אנדערע מענטשן, אין זאכן וואס איז אוממענטשליך, און וואס מיט א קליינע אנשטרענגונג וואלט מען געקענט פארמיידן אז מענטשן זאלן זיך דארפן מוטשען און פלאגן און פארלירן טייערע צייט.

עטליכע דוגמאות.

שטאטישע גאסן זענען זייער פארנומען, און פארקינג איז איינע פון די שטארקע קאפ ווייטאגן פון יעדער וואס פארמאגט אן אויטא, און דאס זעלבע איז אפט שווער זיך דורכצושטופן אין די שמעלערע גאסן פונעם שטאט, און ווען איך דארף זיך דורכקוועטשן און כמעט אריינרייבן אינעם געפארקטן קאר, טוט עס זייער פארדריסן ווען יענער האט זיך פשוט געיאגט און געשטעלט זיין מיני ווען מיט א פיס צוויי אינדרויסן פונעם טראטואר. דאס זעלבע איז ביי ברייטערע גאסן, ווען א טראק האט זיך אפגעשטעלן ארויסצולאדענען סחורה, און אויף די אנדערע זייט וואלט מען געקענט דורכ'פעס'ן אבער דוקא דארט האט זיך א קאר געשטעלט היבש אריין אין גאס, און דערביי אנמאכנדיג א שווערער טרעפיק און היבש פארלוירענע שעות פון פאריאגטע מענטשן.

שפעטער וועלן מיר ממשיך זיין.

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 1, 2013 11:39 am

· #84123
קענסט עס אריינלייגן אין דעם אשכול:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1519">viewtopic.php?f=4&t=1519</a><!-- l -->

מוח שליט » פרייטאג פעברואר 1, 2013 2:53 pm

· #84155
שמעקעדיג
קענסט עס אריינלייגן אין דעם אשכול:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1519">viewtopic.php?f=4&t=1519</a><!-- l -->
פארדאמען איז שטערקערער אויסשפריך ווי רעגען זיך. אינטערסאנט אז עס איז לכאורה דאס זעלבע ווי די ענגלישע קללה ווארט damn. ווען אידיש האט דעם ווארט געירשנ'ט האט זי עס ממתיק געווען אביסעלע. קען אבער זיין אז עס האט א שייכות מיט די ווארט condemn, וואס איז בכלל נישט קיין קללה ווארט. וכשם שהפכת את קללת בלעם הרשע מקללה לברכה.....

יאיר » פרייטאג פעברואר 1, 2013 3:32 pm

· #84164
די אידישע 'פארדאמען' האט עס מסתמא גענומען פון דעם דייטשן verdammt, וואס איז א קאזין מיט די ענגלישע condemn און damn, וואס זענען אלע אפשטאמיגע פון דעם זעלבן שורש אין לאטייניש damner וואס מיינט באשולדיגן, וואס קומט פון דעם לאטיינישן damnum וואס מיינט שעדיגן. מקור.

מוח שליט » פרייטאג פעברואר 1, 2013 3:58 pm

· #84170
יאיר
די אידישע 'פארדאמען' האט עס מסתמא גענומען פון דעם דייטשן verdammt, וואס איז א קאזין מיט די ענגלישע condemn און damn, וואס זענען אלע אפשטאמיגע פון דעם זעלבן שורש אין לאטייניש damner וואס מיינט באשולדיגן, וואס קומט פון דעם לאטיינישן damnum וואס מיינט שעדיגן. מקור.
גערעכט. ובבחינת פיק חזו מאי עמא דבר, קוקט אויס פין דא אז די היינטיגע ווארט ווערדאממט אין דייטש מיינט דוקא, אדער עכ"פ בעיקר, damn. זעהט מען ווייטער די כח פין המתקה פין אחינו בני ישראל. 🤓

קליינער » זונטאג פעברואר 3, 2013 11:04 am

· #84270
שמעקעדיג
קענסט עס אריינלייגן אין דעם אשכול:

<a class="postlink" href="/topic/1519">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=1519</a>

איך האב נארוואס צוגעלייגט מיין אונטערשריפט און זאל דא געזאגט ווערן אז צוליב דעם וואס איך וויל זייער שרייבן, אבער צייט האב איך באמת נישט דערצו, און מיינע צוויי טעג וואס איך ארבעט נישט, פרייטאג און זונטאג, דארף איך עס אויסנוצן פאר אלעם וואס איך האב פארפאסט אין דעם געלויף פונעם וואך, דעריבער שרייב איך שנעל אפ און דרוק דעם שלח תגובה זייער שנעל, און אפט קומט אויס אז איך האב נישט פארענדיגט וואס כ'וויל ארויסברענגען אבער ס'גענוג אז מען זאל עס קענען ארויפלייגן, ווייל אויב זאל איך פארמעקן דעם גאנצן אשכול וועט דערפון גארנישט ווערן, אבער אז איך האב יא געשריבן, אפי' אז ס'נישט קאמפלעט, וועל איך זיך דערצו צוריקקומען און עס פארענדיגן.

און יעצט צום השלמה.

מוח שליט האט עס אביסל בעסער ארויסגעברענגט, אז איך וויל פארדאמען, און נישט בלויז דאס, נאר איך האב געקלערט צו מפרסם זיין די וואס באגייען דעם עוולה. למשל, די וואס פארקירן אזוי ארויס אן זיך רעכענען מיט אנדערע, זאל א בילד פון זייער לייסענס פלעיט דא ארויסשווימען און זאלן זיי מער אכטונג געבן אויף זייערע מעשים. דאס זעלבע איז ווען א איד זאל, אנשטאט זיך געהעריג אריינרוקן, שטייט ער דאבל פארקד פאר בלויז נאך עטליכע מינוט און ענדיגט צו זיין גאר וויכטיגן שמועס, און רעכנט זיך בכלל נישט אז אין די פאר מינוט האט ער פאראורזאכט א שרעקליכן טראפיק, און דאן זאל א פארבייגייער כאפן א בילד פון יענעם און עס ארויפשטעלן אנליין, למען ישמעו ויראו.

איך האב נאכנישט געטון למעשה, ווייל איך וויל הערן וואס אנדערע האבן דערויף צו זאגן.

איך וועל אודאי ליינען דעם אנדערן אשכול, אבער דער נפק"מ איז אז זאכן וואס רעגן מיר אויף איז אפי' ווען יענער איז הונדערט פראצענט גערעכט, אנדערש זענען די זאכן וואס מוז פארדאמט ווערן, וואס דאס וועל איך שרייבן נאר ווען עס נישט געבליבן קיין ארט פאר דן זיין לכף זכות.