☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » לעמאן דזשוס אין א כתובה

לעמאן דזשוס אין א כתובה

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2844

גוטע פינטעלך » מיטוואך יאנואר 30, 2013 11:35 pm

· #83829
לעמאן דזשוס אין א כתובה
לכבוד אונזער געטרייע ידיד השטיבל "לעמאן דזשוס" וועל איך דא מעתיק זיין אן אינטערסאנטער זאך לגבי דעם נאמען, ווי אזוי מען שרייבט דאס אין א כתובה, איך האף אז אונזער חבר האט שוין געשריבען א כתובה, אבער סאיז דאך לעצטענס באקאנט געווארען אז עס איז דא איינער וואס רופט זיך לעגאל "לעמאן דזשוס", איז די שאלה ווי אזוי שרייבט מען זיין נאמען אין די כתובה?

האב איך געזען אז שלמה המלך איז גערעכט "מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה, ואין כל חדש תחת השמש" (קהלת א-ט).

אין יאר תקפ"ז (למספרם 1827) איז געווען טאקע דא אין "נו יארק" א איד פון די קהילה עדת ישורון אין מאנהעטען - "מתא דיתבא על אי מוקפת ימא" וואס האט געהייסען "יוסף" און זיך גערופן "לעמאן" האט חתונה געהאט און געשריבען א כתובה פאר זיין ווייב "מאכיע" וואס האט זיך גערופן "סלמן", און דא קען מען זען וויאזוי מען האט דאס געשריבען אין די כתובה.


[לכבוד שלושים יום לפני החג דפורים: די כתובה איז געשריבען געווארען פונקט א חודש פאר פורים, און עס איז נתגלה געווארען דערינען א פיינע רעסיפי פאר מזל אדר דגים 'סלמן פיש מיט לעמאן דזשוס', איי וואס קען שוין זיין בעסער ...]
📎 ksubas-lemon1.gif

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 30, 2013 11:43 pm

· #83831
א גוטן פינטל...

אגב, ב״ה שוין כתובה׳ט און מציצה׳ט

עיין כאן

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 4:11 am

· #83876
לעמאן דזשוס
א גוטן פינטל...

אגב, ב״ה שוין כתובה׳ט און מציצה׳ט

עיין כאן

מזל טוב לעמאן דזשוס, (אויפן חתונה און אויפן קינד) אסאך נחת (פון ביידע).
שכוח פאר אלע "גוטע פינטלעך" אפשר קען מען פארברייטערען די נושא איבער אינטערעסאנטע נעמען אין כתובות.