☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » צוריקציען פון א לייק

צוריקציען פון א לייק

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #284

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 8:17 pm

· #3211
צוריקציען פון א לייק
ס'וואלט געווען א גוטע זאך אז ביז 5 סעקונדן (תוך כדי דיבור) זאל מען קענען צוריק ציען פון א טעות'דיגע לייק.

Java » דינסטאג מערץ 27, 2012 8:32 pm

· #3217
Re: ניין ביי טערטין
שמואל הלוי
ס'וואלט געווען א גוטע זאך טאקע אז ביז 5 סעקונדן (תוך כדי דיבור) זאל מען קענען צוריק ציען פון א טעות'דיגע לייק.

מען קען ווען אימער צוריקצוען פון א לייק. האווערט דעם מויזל נעבן דעם "ציטוט" קנעפל, דארט ווי די לייק קנעפל איז געווען מעיקרא, וועט די מויזל זיך טוישן צו א הענטעל, און עס וועט ארויפקומען אזא קעסטעל "פארמעקט אייערע לייקס", גיט א קליק, און די לייק איז פארמעקט.

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 8:44 pm

· #3221
Re: ניין ביי טערטין
ייש"כ, איך האב עס יעצט פרובירט, האב איך באמערקט א שטיקל טעות וואס קומט באמת אין פראגרעס אשכול, דהיינו אנשטאט "איר זענט זיכער אז איר ווילט פארמעקן אייערע לייקס" בלשון רבים, דארף שטיין "אייער לייק" בלשון יחיד.

Java » דינסטאג מערץ 27, 2012 8:59 pm

· #3224
Re: צוריקציען פון א לייק
ישר כוח, פארראכטן.

אברעמעל » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:16 pm

· #3236
Re: צוריקציען פון א לייק
גוטע איידיע צוצופיקסן איינעם ווען מ'ווערט גערעגט...

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:19 pm

· #3238
Re: צוריקציען פון א לייק
אברעמעל
גוטע איידיע צוצופיקסן איינעם ווען מ'ווערט גערעגט...

געווענדליך קינדער טרינקען נאך נישט קיין קאווע טעגליך, דא אין קאווע שטיבל דרייען זיך (אזוי האף איך עכ"פ) באזעסענע אידן וואס טוען נישט קיין קינדערישע שטיק.

אברעמעל » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:35 pm

· #3239
Re: צוריקציען פון א לייק
האופ סאוי.

א איד » זונטאג אפריל 29, 2012 12:17 pm

· #8453
Re: צוריקציען פון א לייק
איז וואס איז פשט פון צוריק ציהען פון א לייק?
אויף יעדע זאך קען מען צוריק ציהען, היינט האב איך ליב פיצא, און מארגן בין איך נישט אין די מוהט פון פיצא, איז וועגן דעם ציה איך צוריק פון מיין לייק פאר פיצא?