☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » די רעוואלוציאנערישע 'בלעקבערי Z10'

די רעוואלוציאנערישע 'בלעקבערי Z10'

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2837

יידל » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:45 pm

· #83613
בלעקבעררי'ס הויפט מעלה איז געווען די סעקיוריטי. אויב איז דאס נישט די זעלבע אין די נייע פאון, דאן גייען זיי גיין באנקראפט.

יידל » מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:49 pm

· #83614
אופס, כ'האב צו שנעל אפגע'פסק'נט. כ'זע אינעם נ.י. טיימס ארטיקלט אז זיי האבן זיכער געמאכט דאס צוצעטיילען אין צוויי, די סעקיור חלק און די "פלעי" חלק.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:26 pm

· #83620
אזוי זעט ביי דיר אויס תחיית המתים?
📎 untitled.PNG

עפלשלאכטץ » מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:24 pm

· #83639
בלעקבערי טען
נאך צולייגן צים נייעס וועגען דעם נייע טעלפון עס קימט ארויס צוויי מינע איינס אן א קי בארד דאס מיינט אז די גאנצע זאך איז טאטש סקרין און איינס מיט א קי פעד מיט רעגעלע באטענס נאך דעם גייט עס האבן סקייפ און וואטץ עפפ האט עס געהייסן אז עס גייט עס נישט האבען אבער צים סוף האבען זיי מחלוט געוועזען אז מען וועט עס יא קענען האבן און עס גייט מער נישט פריזען די פואן

מים חיים » מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:34 pm

· #83792
זיידעטשקע, יישר כח פאר די קליפ.

די טעכנעלאגיע פון קענען רוקן צייט ביים נעמען בילדער איז אבנארמאל!!!

עס ארבייט אזוי, מען נעמט א בילד, און ווען מען קוקט אויף די בילד זעהט מען אז די אויגן זענען פארמאכט, צו די שמייכל איז נישט גוט געלונגען. האט מען די ברירה צו גיין פריער אדער שפעטער אין צייט (וואס די קעמרע האט "געקוקט" אויף דיר) און מען קען אויסקלויבן א געוויסע סעקונדע, וואס דארט האט מען יא געשמייכלט, אפילו אויב די סעקונדע וואס די בילד איז גענומען געווארן האט מען נישט געשמייכלט, אבער אויב האט מען געשמייכלט בשעת די קעמרע האט געקוקט אויף יענעם קען מען עס צוריקרוקן. און מען מוז נישט רוקן די גאנצע בילד, אויב איז פארהאן צוויי פנימער, קען מען רוקן פנים א' אויף פאראויס, און פנים ב' אויף צוריק. און אזוי אהערשטעלן א בילד וואס איז אין רעאליטעט קיינמאל נישט פארגעקומען!!!!

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:47 am

· #83864
מים חיים
זיידעטשקע, יישר כח פאר די קליפ.

די טעכנעלאגיע פון קענען רוקן צייט ביים נעמען בילדער איז אבנארמאל!!!


אינערסאנט אז פראפעשנעל פארטאגרעפערס האבן נישט די פיטשער. אפשר יא?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:41 am

· #83911

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:10 am

· #83918
אויף איבעי קען מען עס קויפען פאר $1600 צו עץ גלייבטס צו נישט מענטשען צאלען דעי פרייז דערפאר

נייגעריגער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 5:59 am

· #84997
עפלשלאכטץ
נאך צולייגן צים נייעס וועגען דעם נייע טעלפון עס קימט ארויס צוויי מינע איינס אן א קי בארד דאס מיינט אז די גאנצע זאך איז טאטש סקרין און איינס מיט א קי פעד מיט רעגעלע באטענס

דא האט איר א בילד פונעם מאדעל מיטן קיבארד הנקרא q10 .
📎 blackberry-q10-hands-on-edit-16_verge_super_wide_large_verge_medium_landscape.jpeg

משגיח » מיטוואך פעברואר 6, 2013 10:37 am

· #85009
וואס איז מיט פריזען? גייט עס אויך זיין אזוי ווי די פאריגע?

נייגעריגער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 11:00 am

· #85013
משגיח
וואס איז מיט פריזען? גייט עס אויך זיין אזוי ווי די פאריגע?

זיי זאגן פארשטייט זיך אז נישט, אבער גיי גלייב זיי, וואס דען זאלן זיי זאגן אז עס האט גארנישט קיין אימפראוומינטס אין דעם הינזיכט, ימים ידברו!

וואס שפילט יא צו לטובתם איז אז אלע בלאגער ריוויאוס, און אלע בלעקבערי ווערסוס אייפאון און ענדרויד, געבן דעם כולם [כמעט] פה אחד דער אויבערהאנט פארן בלעקבערי איבער זיינע חברים [אדער קעגנער'ס] אין דער שנעלקייט און שטארקייט פונעם פראססעסער, [זיי האבן פראבלעמען מיטן בלעקבערי אין אנדערע הינזיכטן ווי למשל די מאנגל אין עפפס און נאך, אבער לגבי די נושא פון שנעלקייט און נישט פארפרוירנקייט האט ער די אויבערהאנט].

העי נאו » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:39 am

· #92573
ספרינט איז די אייציגסטע וואס גייט נישט פארקויפן דעם Z10 נאר די Q10 ערשט אין אפריל. ווערייזאן וועט האבן די Q10 נישט פאר אונמיטן זימער

חשבון » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:57 pm

· #92788
וועלכע איז די Q מיט די קיבארד?

נייגעריגער » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:25 pm

· #92801
יאפ!

חשבון » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:36 pm

· #92810
פארוואס נעמען זיי נאר אריין איינס?

העי נאו » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:11 pm

· #93149

העי נאו » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:16 pm

· #93244
מים חיים
זיידעטשקע, יישר כח פאר די קליפ.

די טעכנעלאגיע פון קענען רוקן צייט ביים נעמען בילדער איז אבנארמאל!!!

עס ארבייט אזוי, מען נעמט א בילד, און ווען מען קוקט אויף די בילד זעהט מען אז די אויגן זענען פארמאכט, צו די שמייכל איז נישט גוט געלונגען. האט מען די ברירה צו גיין פריער אדער שפעטער אין צייט (וואס די קעמרע האט "געקוקט" אויף דיר) און מען קען אויסקלויבן א געוויסע סעקונדע, וואס דארט האט מען יא געשמייכלט, אפילו אויב די סעקונדע וואס די בילד איז גענומען געווארן האט מען נישט געשמייכלט, אבער אויב האט מען געשמייכלט בשעת די קעמרע האט געקוקט אויף יענעם קען מען עס צוריקרוקן. און מען מוז נישט רוקן די גאנצע בילד, אויב איז פארהאן צוויי פנימער, קען מען רוקן פנים א' אויף פאראויס, און פנים ב' אויף צוריק. און אזוי אהערשטעלן א בילד וואס איז אין רעאליטעט קיינמאל נישט פארגעקומען!!!!

ביי דע וועי מיין HTC EVO 4G LTE וואס איך האב שוין א יאר צייט האט א ענדליכע פיטשער ווען איך האלט אן די סנעפ באטען נעמט עס אסאך פיקטשערס אויף איין מאל אין איך קען אויסקלויבן די בעסטע