געהערט א געוואלדיג ווארט פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל, אויף די מאמר חז"ל כשם שממעטין בשמחה בחודש אב, כך מרבין בשמחה בחודש אדר, זאגט ער וואס איז פשט און כשם שממעטין?, וואס איז די דמיון צו חודש אב?.
נאר שטעלט אייך פאר אז א איד קומט אריין ג' אב אין ביהמ"ד, גוט אויפגעלייגט, מיט שיינע נאסע קרייזילדיגע פאות גלייך ארויס פון שויער, און זינגט זיך אונטער א פרייליך לידעל, מיט א שמייכעל אויסגעצויגען פון אויער צו אויער, אוי וואס פאר א קולות ער גייט כאפן, נא נא,,,, ווי שעמסטו זיך נישט? די בית המקדש איז חרוב געווארן און גארנישט?!, עס אינטערסירט דיך נישט קיין טראפ? , די ביסט פרייליך ווי כאילו לא היה?.
און דאס זעלבע איז חודש אדר, אז ווען מען זעהט איינעם אריין קומען אין ביהמ"ד מיט א אראפגעלאזטע נאז, זאל דער עולם זיך נעמען מאכן קולות, האללא!!! נא?! וואס טוסטו? וואס איז די אנזעץ דא? מען דארף זיין בשמחה עס איז חודש אדר,,!!
רבותי לאמיר זיין בשמחה!!!