☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כל האומר דוד חטא

כל האומר דוד חטא

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2824

יאיר » זונטאג יאנואר 27, 2013 9:55 pm

· #82882
כל האומר דוד חטא
איך דריי זיך ארום מיט א שווערע מאמר חז"ל שוין א לאנגע צייט. ביטע אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן.
די גמרא (שבת נו א)
א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו אלא מה אני מקיים (שמואל ב יב, ט) מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע שביקש לעשות ולא עשה אמר רב רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע רבי אומר משונה רעה זו מכל רעות שבתורה שכל רעות שבתורה כתיב בהו ויעש וכאן כתיב לעשות שביקש לעשות ולא עשה.
די גמרא לערנט ארויס אז דוד האט נישט געזינדיגט, פון דעם וואס מען זעט אז די שכינה איז געווען מיט דעם. אויף דעם איז מיר שוין שווער, אדרבה, עס שטייט דאך אין פסוק אז דוד האט תשובה געטון, און במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד, איז דאך א כל שכן אז די שכינה איז מיט אים. אבער דאס איז נאכנישט אלעס. די גמרא פרעגט, עס שטייט דאך 'לעשות הרע', ענטפערט די גמרא, אז געווענליך ווען א קעניג איז נישט געווען ערליך שטייט ויעש הרע, און דא שטייט לעשות הרע, איז א סימן שביקש לעשות ולא עשה.
ובעניי קשה לי, מען זעט מערערע מאל אין די תורה אז עס שטייט לעשות הרע אויף אן עבירה, און קיינער לערנט נישט פשט אז ביקש לעשות ולא עשה, וואס האט מען זיך פלוצלינג דא אויפגעוועקט אז כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה.
דער נביא
וַיֹּסִפוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה; וְאֵהוּד, מֵת. וַיִּמְכְּרֵם יְהוָה, בְּיַד יָבִין מֶלֶךְ-כְּנַעַן, אֲשֶׁר מָלַךְ, בְּחָצוֹר. (שופטים פרק ד).
וַיֹּאמֶר אַחְאָב אֶל-אֵלִיָּהוּ, הַמְצָאתַנִי אֹיְבִי; וַיֹּאמֶר מָצָאתִי--יַעַן הִתְמַכֶּרְךָ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה. (מלכים א פרק כא).
(אויף מנשה) וְהֶעֱבִיר אֶת-בְּנוֹ, בָּאֵשׁ, וְעוֹנֵן וְנִחֵשׁ, וְעָשָׂה אוֹב וְיִדְּעֹנִים: הִרְבָּה, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיס. (מלכים ב פרק כא).
(אויף די עשרת השהטים) וַיַּעֲבִירוּ אֶת-בְּנֵיהֶם וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם, בָּאֵשׁ, וַיִּקְסְמוּ קְסָמִים, וַיְנַחֵשׁוּ; וַיִּתְמַכְּרוּ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיסוֹ. (מלכים ב פרק יז).
וצריך עיון גדול.

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:52 am

· #82967
אולי תפתח אשכול נפרד על האומר דוד חטא וכו'?

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:17 am

· #82988
זייער א גוטע קשיא, באמת. מ'דארף נאכקוקען, כ'האב נישט אוצר החכמה אין מיין ד' אמות. אי"ה בל"נ, איך וועל זיין אין קרית חוצות, וועל איך מעיין זיין, אויב ס'פעלט נאך אויס.
על רגל אחת טייפ איך אזוי, אז מכאן, פון דא זעהסטו טאקע, אז חז"ל זענען נישט אויפגעקומען מיט "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה" מכוח דעם דרש פון "לעשות הרע". ווייל דאס איז א גאנץ שוואכע ראיה, אזוי ווי פרעגסט טאקע. - אלא מאי, חז"ל האבן אזוי געהאט מקובל די מעשה, מדור דור עד דוד, און די דרש איז אן אסמכתא בעלמא, און אז די אסמכתא איז דאמירן בעלמא, דאן בויעט מען אויף א גג על הגג, די דרוש ווערט לענגער און מ'ציעט אריין ביז נאכן זמן. אבער דער עצם נקודה, אז לא חטא דוד, איז - ביי זיי געווען - א פאקט.
כ'האב אמאל גע'הער'ט פון ר' אביגדור מ-ממילער אז ווען דוד וואלט טאקע געזינדיגט וואלט דען נישט די פסוק דאס קלאר ארויסגעזאגט? ס'פעלט דאן גראבע חטאים אין תנ"ך?

kliger » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:40 am

· #82990
ביי עשיו טרעפט מען פארקערט
ויבא עשיו מן השדה,
שטייט ער האט עובר געווען אויף ה' עבירות

kliger » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:48 am

· #82993
משבת דף נה עמוד ב-נו עמוד א:

"כל האומר ראובן חטא - אינו אלא טועה".

"כל האומר בני עלי חטאו - אינו אלא טועה".

"כל האומר בני שמואל חטאו - אינו אלא טועה".

"כל האומר דוד חטא - אינו אלא טועה".

"כל האומר שלמה חטא - אינו אלא טועה".

"כל האומר יאשיהו חטא - אינו אלא טועה".


וראה גם רמב"ם הלכות איסורי ביאה פרק יג הלכה יד:

"אל יעלה על דעתך ששמשון המושיע את ישראל או שלמה מלך ישראל שנקרא ידיד יי' נשאו נשים נכריות בגיותן".

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:53 am

· #82996
און פיהר-אויס: און אלע אנדערע האבן "יא" געזינדיגט. וכל האומר לא חטאו, אינו אלא טיפש.

יא, ממש אזויווי מיין ג-טליכע גייסט האט געשריבן אין ספר (מסכת) יואל. אז "רוצחים" מיינט נישט כפשוטו.
איי אייזיק לעפ.. האט כמעט... משה גבאי... נו, אחת היתה ופרסמה הכתוב (ווי געזאגט, האב איך נאר מגלה געווען עטליכע פסוקים..)

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:38 pm

· #83181
קאווע טרינקער
זייער א גוטע קשיא, באמת. מ'דארף נאכקוקען, כ'האב נישט אוצר החכמה אין מיין ד' אמות. אי"ה בל"נ, איך וועל זיין אין קרית חוצות, וועל איך מעיין זיין, אויב ס'פעלט נאך אויס.
על רגל אחת טייפ איך אזוי, אז מכאן, פון דא זעהסטו טאקע, אז חז"ל זענען נישט אויפגעקומען מיט "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה" מכוח דעם דרש פון "לעשות הרע". ווייל דאס איז א גאנץ שוואכע ראיה, אזוי ווי פרעגסט טאקע. - אלא מאי, חז"ל האבן אזוי געהאט מקובל די מעשה, מדור דור עד דוד, און די דרש איז אן אסמכתא בעלמא, און אז די אסמכתא איז דאמירן בעלמא, דאן בויעט מען אויף א גג על הגג, די דרוש ווערט לענגער און מ'ציעט אריין ביז נאכן זמן. אבער דער עצם נקודה, אז לא חטא דוד, איז - ביי זיי געווען - א פאקט.
כ'האב אמאל גע'הער'ט פון ר' אביגדור מ-ממילער אז ווען דוד וואלט טאקע געזינדיגט וואלט דען נישט די פסוק דאס קלאר ארויסגעזאגט? ס'פעלט דאן גראבע חטאים אין תנ"ך?


דין מהלך פון אסמכתא בכלליות האט לענ"ד אסאך קושיות אין וואס איך וועל נישט יעצט אריינגיין. איך מיין אז ס'איז מער מסתבר אז חז"ל האבן געהאלטן אז אזא צדיק ווי דוד המלך האט נישט געקענט עובר זיין אזא הארבע חטא, האט מען געמוזט ערפינדן א דרש, א גוטע אדער א שוואכע, אויף וואס מען זאל זיך קענען ארויפכאפן.

דער פסוק זאגט זייער קלאר אז דוד המלך האט געזינדיגט, דאס זענען טאקע איינע פון די גראבע חטאים אין נ"ך.

ב וַיְהִי לְעֵת הָעֶרֶב, וַיָּקָם דָּוִד מֵעַל מִשְׁכָּבוֹ וַיִּתְהַלֵּךְ עַל-גַּג בֵּית-הַמֶּלֶךְ, וַיַּרְא אִשָּׁה רֹחֶצֶת, מֵעַל הַגָּג; וְהָאִשָּׁה, טוֹבַת מַרְאֶה מְאֹד. ג וַיִּשְׁלַח דָּוִד, וַיִּדְרֹשׁ לָאִשָּׁה; וַיֹּאמֶר, הֲלוֹא-זֹאת בַּת-שֶׁבַע בַּת-אֱלִיעָם--אֵשֶׁת, אוּרִיָּה הַחִתִּי. ד וַיִּשְׁלַח דָּוִד מַלְאָכִים וַיִּקָּחֶהָ, וַתָּבוֹא אֵלָיו וַיִּשְׁכַּב עִמָּהּ, וְהִיא מִתְקַדֶּשֶׁת, מִטֻּמְאָתָהּ; וַתָּשָׁב, אֶל-בֵּיתָהּ. ה וַתַּהַר, הָאִשָּׁה; וַתִּשְׁלַח וַתַּגֵּד לְדָוִד, וַתֹּאמֶר הָרָה אָנֹכִי. (שמואל ב' פרק יא).

אין קורצן אויף אידיש: דוד המלך האט נישט געקענט איינשלאפן איין נאכט, און ער איז ארויף אויפ'ן דאך שעפן פרישע לופט. ער האט געזען א שיינע פרוי וואשט זיך ארום אויף איינע פון די דעכער, און און ער האט איר געשיקט רופן. ווען זי איז אנגעקומען האט ער זיכער געמאכט אז זי איז נישט קיין נדה און ער האט זיך געלייגט שלאפן מיט איר, דערנאך איז זי אהיימגעגאנגען. א שטיק צייט שפעטער האט זי אים געלאזט וויסן אז זי איז געווארן מעוברת פון אים.

להוי ידוע, אז די אלע תירוצים וואס די גמרא גיבט פארוואס ס'איז נישט געווען קיין עבירה, איז נאר צו פארענטפערן פארוואס ער האט נישט עובר געווען אויף אן איסור דאורייתא פון אשת איש אדער רציחה (מיט אוריה) אבער די מעשה כשלעצמו לייקנט נישט די גמרא אז עס האט פאסירט דברים כהווייתם כמבואר בפסוק.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:41 pm

· #83183
איך זוך אזא דאך.

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:02 pm

· #83235
עס שטייט אין נ"ך (מלכים א יא):
א וְהַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה, אָהַב נָשִׁים נָכְרִיּוֹת רַבּוֹת--וְאֶת-בַּת-פַּרְעֹה: מוֹאֲבִיּוֹת עַמֳּנִיּוֹת אֲדֹמִיֹּת, צֵדְנִיֹּת חִתִּיֹּת. ב מִן-הַגּוֹיִם, אֲשֶׁר אָמַר-יְהוָה אֶל-בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֹא-תָבֹאוּ בָהֶם וְהֵם לֹא-יָבֹאוּ בָכֶם, אָכֵן יַטּוּ אֶת-לְבַבְכֶם, אַחֲרֵי אֱלֹהֵיהֶם--בָּהֶם דָּבַק שְׁלֹמֹה, לְאַהֲבָה. ג וַיְהִי-לוֹ נָשִׁים, שָׂרוֹת שְׁבַע מֵאוֹת, וּפִלַגְשִׁים, שְׁלֹשׁ מֵאוֹת; וַיַּטּוּ נָשָׁיו, אֶת-לִבּוֹ. ד וַיְהִי, לְעֵת זִקְנַת שְׁלֹמֹה, נָשָׁיו הִטּוּ אֶת-לְבָבוֹ, אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים; וְלֹא-הָיָה לְבָבוֹ שָׁלֵם עִם-יְהוָה אֱלֹהָיו, כִּלְבַב דָּוִיד אָבִיו. ה וַיֵּלֶךְ שְׁלֹמֹה--אַחֲרֵי עַשְׁתֹּרֶת, אֱלֹהֵי צִדֹנִים; וְאַחֲרֵי מִלְכֹּם, שִׁקֻּץ עַמֹּנִים. ו וַיַּעַשׂ שְׁלֹמֹה הָרַע, בְּעֵינֵי יְהוָה; וְלֹא מִלֵּא אַחֲרֵי יְהוָה, כְּדָוִד אָבִיו. {ס} ז אָז יִבְנֶה שְׁלֹמֹה בָּמָה, לִכְמוֹשׁ שִׁקֻּץ מוֹאָב, בָּהָר, אֲשֶׁר עַל-פְּנֵי יְרוּשָׁלִָם; וּלְמֹלֶךְ, שִׁקֻּץ בְּנֵי עַמּוֹן. ח וְכֵן עָשָׂה, לְכָל-נָשָׁיו הַנָּכְרִיּוֹת, מַקְטִירוֹת וּמְזַבְּחוֹת, לֵאלֹהֵיהֶן.


אויף שלמה המלך שטייט שוין יא ויעש הרע בעיני ה', פונדעסטוועגן זאגט די גמרא אז זיין עבירה איז נאר געווען אז זיינע ווייבער האבן געדינט די עבודה זרות און ער האט נישט מוחה געווען. וויל זיך מיר פארשטיין, שלמה המלך האט געהאט ביי זיך אין שטוב ווייבער וואס האבן נישט געהאט אויסגעשניטענע קליידער אדער לאנגע שייטלען, נאר זיי האבן געדינט עבודה זרה! זיי האבן געבויט ספעציעל במות, אין פארנט פונ'ם בית המקדש, און זיי האבן מקטיר געווען אין געשאכטן פאר זייערע אפגעטער, און ווען זיי זענען אהיימגעקומען האט שלמה המלך פארברענגט מיט זיי. זיי זענען געווען די מחברתו הטהורה פון שלמה המלך?

די פסוק זאגט אויך אז ער האט ליב געהאט פרעמדע פרויען, און ער האט חתונה געהאט מיט זיי, כ'מיין ווען מיר זאלן הערן אז ס'איז דא אן אדמו"ר וואס האט גענומען ווייבער ספעציעל אימפארטירט פון אוקריינע ווייל ער האט ליב פרעמדע פרויען וואלטן מיר ארויס פון די כלים, און דא רעדט מען פון דעם מלך ישראל. און דאס איז שוין נאכדעם וואס מיר וועלן אננעמען די גמרא'ס פשט, (וואס איך ווייס נישט ווי אזוי עס שטימט מיט אין מקרא יוצא מידי פשוטו) און נאכדעם וואס מיר וועלן אננעמען אז ער האט זיי כאטש מגייר געווען. (גיור לשם אישות, ולא מסתבר שקיבלו המצוות בלב שלם אם לא חדלו מלזבוח לאלהיהם).

מיר איז אסאך מער מסתבר צו זאגן אז עס זענען דא אין די אלע פסוקים העכערע סודות וואס מיר קענען נישט פארשטיין, און די גמרא דרייט זיך סתם ארויס על פי פשט, כדי נישט צו מגלה זיין די סודות פאר פשוט'ע מענטשן. אבער עס איז ביי מיר ברור כשמש אז מיר קענען די פסוקים נישט אפלערנען עברי טייטש, נאר על פי סוד.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:47 pm

· #83250
יאיר
להוי ידוע, אז די אלע תירוצים וואס די גמרא גיבט פארוואס ס'איז נישט געווען קיין עבירה, איז נאר צו פארענטפערן פארוואס ער האט נישט עובר געווען אויף אן איסור דאורייתא פון אשת איש אדער רציחה (מיט אוריה) אבער די מעשה כשלעצמו לייקנט נישט די גמרא אז עס האט פאסירט דברים כהווייתם כמבואר בפסוק.


אודאי לייקענט מען נישט, די מעשה האט דאך למעשה פאסירט! זי איז דאך געווארן טראגעדיג.

די מפרשים זענען מסביר פארוואס עס איז נישט געווען קיין חטא. אשת איש איז נישט געוועהן ווייל ער האט געשיקט דעם מאן אין מלחמה און זיכער געמאכט אז ער וועט גע'הרג'עט. דוד האט געזעהן מיט רוח הקודש אז דאס איז זיין באשערטע, און שלמה המלך איז דאך טאקע ארויסגעקומען פון איר. נאר די ערשטע קינד, וויבאלד דוד המלך האט אליינס געכאפט און געטון, אן ווארטן אויפן באפעל פון השי"ת, האט ער באקומען דעם עונש אז די ערשטע קינד איז נפטר געווארן, אבער דערנאך איז טאקע שלמה המלך געבוירן פון איר, ווי עס האט געדארפט צו זיין.

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:58 pm

· #83253
סאו מוז מען צוקומען צו רוח הקודש, ריכטיג?

יואליש » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:39 pm

· #83265
kliger
ביי עשיו טרעפט מען פארקערט
ויבא עשיו מן השדה,
שטייט ער האט עובר געווען אויף ה' עבירות


עי' במבוא התלמוד למהרי"ץ חיות אודות הענין להרבות בגנות רשעים ושבח של צדיקים, וכל המרבה הרי זה משובח.

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:51 pm

· #83269
יאיר
איך דריי זיך ארום מיט א שווערע מאמר חז"ל שוין א לאנגע צייט. ביטע אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן.
די גמרא (שבת נו א)
א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו אלא מה אני מקיים (שמואל ב יב, ט) מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע שביקש לעשות ולא עשה אמר רב רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע רבי אומר משונה רעה זו מכל רעות שבתורה שכל רעות שבתורה כתיב בהו ויעש וכאן כתיב לעשות שביקש לעשות ולא עשה.
די גמרא לערנט ארויס אז דוד האט נישט געזינדיגט, פון דעם וואס מען זעט אז די שכינה איז געווען מיט דעם. אויף דעם איז מיר שוין שווער, אדרבה, עס שטייט דאך אין פסוק אז דוד האט תשובה געטון, און במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד, איז דאך א כל שכן אז די שכינה איז מיט אים.

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז פשט איז פארקערט, אפשר חטא באה לידו ושכינה עמו, קען דען זיין אז עס איז צו איהם געקומען א זינד ווען די שכינה איז מיט איהם? און ממילא וועט אויך זיין פארענטפערט וואס איז בכלל די קשיא פון וה' עמו וואס שטייט ווען מען האט געברענגט דוד פאר שאול וואס דאס איז געווען אסאך פאר די מעשה מיט בת שבע ווען ער איז שוין געווען מלך ישראל.

יאיר
אבער דאס איז נאכנישט אלעס. די גמרא פרעגט, עס שטייט דאך 'לעשות הרע', ענטפערט די גמרא, אז געווענליך ווען א קעניג איז נישט געווען ערליך שטייט ויעש הרע, און דא שטייט לעשות הרע, איז א סימן שביקש לעשות ולא עשה.
ובעניי קשה לי, מען זעט מערערע מאל אין די תורה אז עס שטייט לעשות הרע אויף אן עבירה, און קיינער לערנט נישט פשט אז ביקש לעשות ולא עשה, וואס האט מען זיך פלוצלינג דא אויפגעוועקט אז כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה.
דער נביא
וַיֹּסִפוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה; וְאֵהוּד, מֵת. וַיִּמְכְּרֵם יְהוָה, בְּיַד יָבִין מֶלֶךְ-כְּנַעַן, אֲשֶׁר מָלַךְ, בְּחָצוֹר. (שופטים פרק ד).
וַיֹּאמֶר אַחְאָב אֶל-אֵלִיָּהוּ, הַמְצָאתַנִי אֹיְבִי; וַיֹּאמֶר מָצָאתִי--יַעַן הִתְמַכֶּרְךָ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה. (מלכים א פרק כא).
(אויף מנשה) וְהֶעֱבִיר אֶת-בְּנוֹ, בָּאֵשׁ, וְעוֹנֵן וְנִחֵשׁ, וְעָשָׂה אוֹב וְיִדְּעֹנִים: הִרְבָּה, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיס. (מלכים ב פרק כא).
(אויף די עשרת השהטים) וַיַּעֲבִירוּ אֶת-בְּנֵיהֶם וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם, בָּאֵשׁ, וַיִּקְסְמוּ קְסָמִים, וַיְנַחֵשׁוּ; וַיִּתְמַכְּרוּ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיסוֹ. (מלכים ב פרק יז).
וצריך עיון גדול.

צופיהל דיקדוק קעניך נישט, אבער אפשר איז די חילוק אז ביי אלע אנדערע פלעצער פארציילט מען יעצט בלשון הוה וואס איז דעמאלטס פארגעקומען, די אידן האבן פארמערט צו טוהן דאס שלעכטע אין די אויגן פונעם אייבערשטען, ד.ה. אז 'לעשות' איז א דירעקטע המשך צו 'ויוסיפו', זיי האבן מוסיף געווען צו טוהן, און מען רעדט יעצט למפרע פונעם שעת ההוספה - ווי עס געשעהט יעצט.

משא"כ מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע איז 'לעשות' נישט א דירעקטע המשך מיט 'בזית', נאר כאילו מען שטעלט זיך אפ מבאר זיין ווי אזוי האסטו מבזה געווען דורך טוהן רע, ממילא דארף מען עס נישט אנקוקען כאילו מען רעדט יעצט פונעם שעת בזיון, [מוטשעט אייך נישט צו לאנג, עס פעהלט אין הבנה...].

גוטע פינטעלך » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:42 pm

· #83280
יאיר
איך דריי זיך ארום מיט א שווערע מאמר חז"ל שוין א לאנגע צייט. ביטע אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן. די גמרא לערנט ארויס אז דוד האט נישט געזינדיגט, פון דעם וואס מען זעט אז די שכינה איז געווען מיט דעם. אויף דעם איז מיר שוין שווער, אדרבה, עס שטייט דאך אין פסוק אז דוד האט תשובה געטון, און במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד, איז דאך א כל שכן אז די שכינה איז מיט אים.


לכאורה איז די פשט פון "וה' עמו" אז ה' איז געווען שטענדיג מיט עהם בלי הפסק, ממילא קען נישט זיין אז עס איז געווען א חטא בפועל, משא"כ בעלי תשובה אה"נ זיי שטייען זייער הויך נאכדעם וואס זיי טוען תשובה אבער פארדעם איז די שכינה נישט מיט זיי.

און אויף דיין צווייטע קשיא ענטפערט שוין דער מהרש"א, אז ביי זיי שטייט אויך "ויעש", משא"כ ביי דוד שטייט נאר "לעשות".

גוטע פינטעלך » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:49 pm

· #83283
יאיר
סאו מוז מען צוקומען צו רוח הקודש, ריכטיג?


ניין, זעה וואס דער מהרש"א שרייבט דארט, אז דוד האט טאקע לפי מחשבתו עובר געווען - "בקש לעשות", נאר צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזינדיגט, ווייל לבסוף איז ער נישט געווען מיט איר נאר נאכדעם וואס זי איז שוין הלכה'דיג נישט געווען די ווייב פון אוריה, ממילא איז נישט געווען קיין חטא, און הקב"ה ידע מכל זה ולכן "היה עמו" כל הזמן.

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:47 am

· #83297
גוטע פינטעלך
יאיר
איך דריי זיך ארום מיט א שווערע מאמר חז"ל שוין א לאנגע צייט. ביטע אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן. די גמרא לערנט ארויס אז דוד האט נישט געזינדיגט, פון דעם וואס מען זעט אז די שכינה איז געווען מיט דעם. אויף דעם איז מיר שוין שווער, אדרבה, עס שטייט דאך אין פסוק אז דוד האט תשובה געטון, און במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד, איז דאך א כל שכן אז די שכינה איז מיט אים.


לכאורה איז די פשט פון "וה' עמו" אז ה' איז געווען שטענדיג מיט עהם בלי הפסק, ממילא קען נישט זיין אז עס איז געווען א חטא בפועל, משא"כ בעלי תשובה אה"נ זיי שטייען זייער הויך נאכדעם וואס זיי טוען תשובה אבער פארדעם איז די שכינה נישט מיט זיי.

און אויף דיין צווייטע קשיא ענטפערט שוין דער מהרש"א, אז ביי זיי שטייט אויך "ויעש", משא"כ ביי דוד שטייט נאר "לעשות".

דו מיינסט לכאורה צו זאגן אז לעשות הרע אליין וואלט איך טאקע איבעראל געזאגט אז עס מיינט נאר חישב לעשות ולא עשאה, נאר וויבאלד ביי די אנדערע מלכים שטייט אויך ויעש הרע איז דאס מגלה אויף לעשות אז עס איז ממש. און וואס איז מיט די ערשטע און לעצטע פסוק וואס איך ברענג, אויף די אידן און אויף די עשרת השבטים, דארט כמדומה לי שטייט נישט ויעשו הרע?

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:49 am

· #83298
גוטע פינטעלך
יאיר
סאו מוז מען צוקומען צו רוח הקודש, ריכטיג?


ניין, זעה וואס דער מהרש"א שרייבט דארט, אז דוד האט טאקע לפי מחשבתו עובר געווען - "בקש לעשות", נאר צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזינדיגט, ווייל לבסוף איז ער נישט געווען מיט איר נאר נאכדעם וואס זי איז שוין הלכה'דיג נישט געווען די ווייב פון אוריה, ממילא איז נישט געווען קיין חטא, און הקב"ה ידע מכל זה ולכן "היה עמו" כל הזמן.

טעכניש איז דאס טאקע נישט געווען אן עבירה, אבער למעשה, איז אונז דען ניחא צו זאגן אז דוד המלך האט געטון אזא אקט, ווען לויט זיין ידיעה איז דאס געווען אן איסור דאורייתא, שוין אפגערעדט פון די אוממאראלישקייט וואס ליגט דערין, אפילו אויב ער האט למעשה נישט עובר געווען קיין עבירה. איז דען נישט מער מסתבר צו זאגן אז עס זענען דא געווען טיפערע כוונות וואס שטייט נישט אין גמרא, און די גמרא זוכט נאר צו פארענטפערן על פי פשט?

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:51 am

· #83299
ונבנתה העיר

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז פשט איז פארקערט, אפשר חטא באה לידו ושכינה עמו, קען דען זיין אז עס איז צו איהם געקומען א זינד ווען די שכינה איז מיט איהם? און ממילא וועט אויך זיין פארענטפערט וואס איז בכלל די קשיא פון וה' עמו וואס שטייט ווען מען האט געברענגט דוד פאר שאול וואס דאס איז געווען אסאך פאר די מעשה מיט בת שבע ווען ער איז שוין געווען מלך ישראל.

א פיינער פשט.

diff » דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:00 pm

· #83399
What's whith the 4 punishments he got even if he didn't sin.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:12 am

· #83554
See what I wrote above

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:46 am

· #229744
.

אחד העם » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:31 am

· #229764
כהאב נישט גרונטליך בודק געווען דעם אשכול, אבער כמה וכמה מפרשים זאגען אז וויבאלד די פראזע פון אינה אלא טועה איז נאר א שיטה יחידאה, איז עס כנראה אן אומגילינגענע מליצה ישרה פון איינע פון חז"ל און מען האט דאס נישט אנגענומען, חוץ פון די קשיות וואס מען האט שוין ערווענט, קוקענדיג מיט א האלבען אויג, איז דא נאך אסאך אומפארשטענדליכס מיט דעם אינה אלא טועה.
@יאיר און ערגסטען פאל טוה דיר אן צאנזע שטיוול און שריי: א טועה וועל איך זיין, אבער פינעם אמת גיי איך נישט אוועק...

סודני » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:43 am

· #229776
אמנם במסכת שבת פרק במה בהמה יוצאה (דף נ"ו ע"א) אמרו, אמר ר' שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה...אלא מה אני מקיים מדוע בזית את דבר השם שבקש לעשות ולא עשה... אמר רב, רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד... רבי אומר משונה רעה זו מכל רעות שבתורה שכל רעות שבתורה כתיב בהם ויעש הרע בעיני השם וכאן לעשות ולא עשה. והדברים האלה לחכמינו ז"ל הם דרכי הדרש ואין לי להשיב עליהם. ודי במה שאמרו רבי דאתי מדוד מהפך בזכותיה, כי היה אצלם זה דרך דרש, והיה רבי מהפך הדבר מחמתו לקורבתו והיותו מזרע בית דוד ולא כפי האמת. ואיך נאמר שבקש לעשות ולא עשה? והכתוב מעיד על המעשה הרע כלו בפירוש... ולכן לא יסבול דעתי להקל בחטאת דוד, ולא אכחיש האמת הפשוט. ואיך אתפייס עם הגט שאמרו שהיו נותנים אל נשותיהם? והנה הפסוק שהביאו לראיה רחוק מזה... ואין זה כי אם כדמות אמרם שם בגמרא שהיה אוריה מורד במלכות וחייב מיתה לפי שאמר ואדוני יואב שקרא אל יואב אדוני בפני המלך. סוף דבר אם הכתוב קראו חוטא והוא הודה חטאו, איך היה טועה אדם בהאמינו? טוב לי שאומר שחטא מאד והודה מאד ושב בתשובה גמורה וקבל ענשו ובזה נתכפרו עונותיו (אברבנאל שמואל ב
קרעדיט תחכמוני :

טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:32 am

· #229783
גוטע פינטעלך
יאיר
איך דריי זיך ארום מיט א שווערע מאמר חז"ל שוין א לאנגע צייט. ביטע אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן. די גמרא לערנט ארויס אז דוד האט נישט געזינדיגט, פון דעם וואס מען זעט אז די שכינה איז געווען מיט דעם. אויף דעם איז מיר שוין שווער, אדרבה, עס שטייט דאך אין פסוק אז דוד האט תשובה געטון, און במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד, איז דאך א כל שכן אז די שכינה איז מיט אים.


לכאורה איז די פשט פון "וה' עמו" אז ה' איז געווען שטענדיג מיט עהם בלי הפסק, ממילא קען נישט זיין אז עס איז געווען א חטא בפועל, משא"כ בעלי תשובה אה"נ זיי שטייען זייער הויך נאכדעם וואס זיי טוען תשובה אבער פארדעם איז די שכינה נישט מיט זיי.

און אויף דיין צווייטע קשיא ענטפערט שוין דער מהרש"א, אז ביי זיי שטייט אויך "ויעש", משא"כ ביי דוד שטייט נאר "לעשות".

אבער דוד המלך איז דאך נישט יעצט דאס ערשטע מאל א צדיק געווארן. ער האט שוין אמאל געהאט ווען די באשעפער איז געווען מיט אים. ווי ונבנתה זאגט פריער, ווען מען האט אים געברענגט פארנט פון שאול. איך זע נישט פארוואס "וה' עמו" מוז זיין בלי הפסק. אדרבה, "וה' עמו" גייט ארויף אויף "ויהי" וואס איז א ל' עבר.

און אויף דיין צווייטע נקודה: יעצט אז ס'שטייט ביי זיי אויך לעשות וואס מיינט "ביקשו לעשות" זע איך נישט פארוואס דער "ויעש" זאל נישט קענען ארויף גיין אויף דער עבירה פון "וועלן טוהן"? דאס הייסט אז דער 'לעשות' קומט מסביר זיין דעם נעיטשור פון 'ויעש'.

נאר ונבנתה מאכט א שיינע חילוק. אז דא איז נישט פשט, מ'פארציילט א מעשה אז בזית - צו טוהן רע דעמאלטס, נאר טייטש איז, מ'האלט דוד המלך יעצט פאר - ווייל בזית דעמאלטס - וויאזוי? - מיט'ן וועלט טוהן רע. און כ'האלט אים יעצט פאר, פארוואס האסטו געטוהן דער רע פון וועלן טוהן רע? כ'האף כ'האב אים גוט פארשטאנען.
נאר אויב לעשות קען מיינען וועלן, קענען דאך יענע פסוקים אויך די זעלבע פארטייטשט ווערן?!. "ויספו בני ישראל לעשות הרע - צו וועלן זונדיגן. אדער צו מיינען אז זיי זונדיגן. אדער אדער זיי האבן יא געזונדיגט נאר ס'איז נישט ממש געווען דאוריתא'ס.

נאר דער אמת איז, אז אין די אנדערע ערטער שטייט אין די פסוקים "בעיני ה'"
דער נביא האט געשריבן
וַיֹּסִפוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה; וְאֵהוּד, מֵת. וַיִּמְכְּרֵם יְהוָה, בְּיַד יָבִין מֶלֶךְ-כְּנַעַן, אֲשֶׁר מָלַךְ, בְּחָצוֹר. (שופטים פרק ד).
וַיֹּאמֶר אַחְאָב אֶל-אֵלִיָּהוּ, הַמְצָאתַנִי אֹיְבִי; וַיֹּאמֶר מָצָאתִי--יַעַן הִתְמַכֶּרְךָ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה. (מלכים א פרק כא).
(אויף מנשה) וְהֶעֱבִיר אֶת-בְּנוֹ, בָּאֵשׁ, וְעוֹנֵן וְנִחֵשׁ, וְעָשָׂה אוֹב וְיִדְּעֹנִים: הִרְבָּה, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיס. (מלכים ב פרק כא).
(אויף די עשרת השהטים) וַיַּעֲבִירוּ אֶת-בְּנֵיהֶם וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם, בָּאֵשׁ, וַיִּקְסְמוּ קְסָמִים, וַיְנַחֵשׁוּ; וַיִּתְמַכְּרוּ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיסוֹ. (מלכים ב פרק יז).

איז פשט אז אפ' דער אויבערשטער האט עס פאררעכנט ווי אן עבירה. משא"כ ביי דוד ווי ס'שטייט דאכצעך נישט, בעיני ה'. פארקערט, ביי דוד שטייט אין מלכים א' פרק טו, "אשר עשה דויד את-הישר, בעיני יהוה," בעיני ה' דוקא. און דאס שטימט מיט וואס
גוטע פינטעלך
דער מהרש"א שרייבט דארט, אז דוד האט טאקע לפי מחשבתו עובר געווען - "בקש לעשות", נאר צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזינדיגט, ווייל לבסוף איז ער נישט געווען מיט איר נאר נאכדעם וואס זי איז שוין הלכה'דיג נישט געווען די ווייב פון אוריה, ממילא איז נישט געווען קיין חטא, און הקב"ה ידע מכל זה ולכן "היה עמו" כל הזמן.

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:25 pm

· #229881
כ'האב נישט נאכגעקוקט, איז אפשר מיין מהלך גרייזיג, אבער ווייזט אויס אז די גמרא טענה'ט נישט אז לעשות הרע איז א דרש הכרחית, נאר א דרש סובלת, ד,מ, וואו אימער ס'שטייט ויעש מיינט ווירקלעך געטאן און ווי אימער ס'שטייט לעשות איז עס סובל די פשט פון ביקש לעשות ולא עשה.

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:34 pm

· #229885
נהורא נפישא
כ'האב נישט נאכגעקוקט, איז אפשר מיין מהלך גרייזיג, אבער ווייזט אויס אז די גמרא טענה'ט נישט אז לעשות הרע איז א דרש הכרחית, נאר א דרש סובלת, ד,מ, וואו אימער ס'שטייט ויעש מיינט ווירקלעך געטאן און ווי אימער ס'שטייט לעשות איז עס סובל די פשט פון ביקש לעשות ולא עשה.

ס'איז דא איינער וואס מאכט אזא חילוק בכלליות צווישן די צוויי סארטן דרשות?

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:13 pm

· #229979
מעגליך אז כ'האב דאס געזעהן אין הכתב והקבלה אט די הגדרות.
לעניננו איז קלאר אז די בעל המאמר ברענגט זיך נישט קיין ראייה פון לעשות נאר פון וה' עמו, און אויף דעם פרעגט ער מה אני מקיים, טאמער איז אמת אז פון לעשות איז אליין א ראיה, וואלט ער ווען אנגעהויבן מיט דעם, למעשה ווערט עס פראבלאמאטיש מיטן קומענדיגן בעל המאמר וואס זאגט משונה רעה זו וכו' וואס איז פשוט נישט אקוראט ובפשטות נוכל לומר, כבודו במקומו מונח, שלא הי"ל קונקרדנציה.

אחד העם » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:06 pm

· #229998
כמיין אז די גמרא זעלבסט מערקט שוין אן אז די גאנצע פשעטיל איז נישט גלאטיג און נישט צו שטארק גילטיק, מיט דעם וואס די גמרא דריקט זיך אויס 'רבי דאתי מדוד' די גמרא מיינט צו זאגען, א רבישע אייניקל פארענטפערט דעם זיידן אויף אזא מהלך..

אחד העם » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:56 am

· #230040
די גמרא (שבת נו א)
א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו אלא מה אני מקיים (שמואל ב יב, ט) מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע שביקש לעשות ולא עשה אמר רב רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע רבי אומר משונה רעה זו מכל רעות שבתורה שכל רעות שבתורה כתיב בהו ויעש וכאן כתיב לעשות שביקש לעשות ולא עשה.

מי אני » מיטוואך מערץ 30, 2022 4:57 pm

· #497249
הרב דר. מלך שפירא ברענגט צו פון הרב יעקב רייפמאן אויף די אגדות:
והמאמרים הנ״ל, הם אפוא מן האגדות שהזמן גרמא והאגדות האלה אינם לא משפטים מקובלים ולא משפטים מושכלים כי אם תחבולות אשר קנו נבוני לב למשוך בהם את ההמון אחרי הטוב ולהרחיקו מן הרע.
והיינו, כדי די פשוטי עם זאלן נישט אפגעקיהלט ווערן און זינדיגען, זעהנדיג אז אפילו אזעלכע העלדן וצדיקים זענען דורכגעפאלן.

ער ברענגט אויך צו דאס וואס הרב דר. אליהו זייני שרייבט אין זיין עץ ארז (ח״א-ב) אז די גמרא זאגט דייקא ״כל האומר וכו׳״ אויך מטעם זה:
שאכן יש בעיה, אלא שאסור להעלותה על דל שפתותינו ברבים או בפרהסיא. וכונתם ברורה: המפרסם את הדבר אינו אלא טועה, אף אם הדבר אמת.
והיינו כעין מש״כ הר״ן ממרסיי במעשה נסים (פי״א) אודות כל האומר אין תורה מן השמים. דאס גייט אויך אין איינקלאנג מיט דעם אז (מגילה כה.) מעשה ראובן נקרא ולא מתרגם ע"ש.

נ. ב. ער צייכענט אויך צו אז דער רלב״ג האט אפגעלערענט כפשוטו לגבי ראובן עם בלהה.
📎 BF71156F-253B-4F51-875C-7DF890671925.jpeg
אבער ׳שטייצעך אז מ׳האט דאס צענזורירט און ניטאמאל פאראכטען די נומערן…
📎 8B856488-28B1-4074-AEC6-144CD345E959.jpeg
‏ער זאגט אז זייט ער האט ארויסגעגעבן זיין בוך איבער צענזור, ואפילו על הראשונים, אצל חרדים, האט ער שוין געטראפן גענוג סחורה ומשלים אויף ארויסצוגעבן א חלק ב…

מי אני » מאנטאג יוני 13, 2022 7:00 pm

· #502088
📎 DE8F4BAD-0387-45C0-B242-F7D8F1DA2B43.jpeg 📎 D4F64F1D-73F2-41BD-B2B3-5ED95551E0EB.jpeg ‏הרב אביגדור אפּטאוויצער ז״ל.