☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!

שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #282

מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 27, 2012 8:08 pm

· #3205
שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
היינט זענען אפגעהאלטן געווארן פריימעריס אין ארץ ישראל פארן אמט פון קדימה פארטיי פארזיצער. די לויפערס זענען געווען די עקזעסטירענדע ציפי לבני אנטקעגן שאול מופז.

נאך רוב פון די שטימען אפגעציילט האט שאול מופז געווינען מיט א שטארקען מערהייט פון 65 קעגן 35 פראצענט.

די רעזולטאטן ווען זיכער שאפן א פאליטישן איבערקערעניש אין לאנד. קודם ווערט יעצט שאול מופז אויטאמאטיש דער אפאזיציע פירער.

ווי אויך צייגט די רעזולטאטן אז די אנטי חרדים מאוומענט איז היבש אפגעשוואכט געווארן, היות די פירשפרעכערין ליבני איז אריינגעקומען אזוי שוואך.

לאדיך אפ » דינסטאג מערץ 27, 2012 9:06 pm

· #3225
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
פיינע נייעס, מיין מיינונג. עס איז אויך א שטארקע זאך פאר מופז וועלכער פלעגט אלץ טענה'ן אז ספרדים זענען דיסקרימינעטד.

קול גדול » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:15 pm

· #3246
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
די נייע פירער פון די אנטי חרדים באוועגונג איז יאיר לפיד, וואס גייט נאך אין די וועגן פון זיין פאטער ר' טאמי לפיד ז''ל.

יידל » מיטוואך מערץ 28, 2012 1:53 pm

· #3296
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
[ציטאט אראפגענומען]

לכאורה צוליב פאליטישע חשבונות, וד"ל.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 28, 2012 4:26 pm

· #3327
Re: שאול מופז געווינט פירערשאפט פון "קדימה" פארטיי!
[ציטאט אראפגענומען]

ווי אזוי איז דאס טאקע מעגליך מיט אזא פאטער ווי טומי?