☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » אשכול אן א טיטל #2811

אשכול אן א טיטל #2811

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2811

— » זונטאג יאנואר 27, 2013 6:49 am

· #82676

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יידל » זונטאג יאנואר 27, 2013 1:43 pm

· #82750
זעט אויס ווי א פיינער קאמערע. פארוואס זאלסטו ספענדן מער געלט?

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 27, 2013 1:52 pm

· #82754
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט דעם פרייז דארט איז $112 , נישט $73 ?

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 27, 2013 2:24 pm

· #82768
אויב ביסטו נישט ממש טייט אין געלט וואלט איך געזאגט זאלסט צוצאלן אביסל פאר א Elph 110 HS, ס'איז דרייסיג פערציג דאלער טייערער און ס'האט א בעסערע סענסער, בעסערע אפערטשער, גרעסערע סקרין, שיסט 1080p מאוויס, און העכערע ISO, דאס מיינט אז דו וועסט האבן א בעסערע קוואליטיט פיקטשער, און בעסערע Low light performance.
דא האסטו א קאמפעריסאן ציווישן די צוויי קעמרעס.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 27, 2013 2:43 pm

· #82771
געווענליך גלייך איך נישט צו לינקען צו יענע סייט, אבער אז מען האט שוין געשריבן דארט, איז א שאד נישט צו ליינען דארטן און איבערשרייבן לבטלה דא.
אויב נאכן ליינען די זאכן האסטו נאך אלץ פראגעס, אדרבה, דאן וועלט מען דיר פארענטפערן אי"ה.

זעה דא און דא

גוטע פינטעלך » זונטאג יאנואר 27, 2013 10:34 pm

· #82894
לעצענס האבען רוב canon קעמרעס פון "פאינט און שאוט" קאטגעריא נישט קיין קלארע בילדער וויבאלד עס האט זייער אסאך מעגאפיקסילס 12 14 16, איך מיין די בעסטע אין די קאטגאריע איז g-10 אדער די נייערע g-15, אבער עס האט א טייערן פרייז בערך 350 -420 , דערנאך לכאורה קומט די s-110 , עס איז מער קאמפעקט אבער אביסל ווייניגער קלאר. איין מעלה פעלט פון זיי איז 'גרויסע זאום'. עס איז דא אנדרע מיט גרעסערע זאום עס גייט אבער אויפן חשבון פון קלארקייט.

די חילוק פון דע אלע דערקענט זיך נישט אזוי שטארק אויף א קליינע 6x4 בילד, אבער ביי גרעסערע אדער אויפן קאמפיוטער מאכט עס זייער נערוועז

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 27, 2013 10:52 pm

· #82900
ביטע זיי מסביר ווי אזוי "זייער אסאך מעגאפיקסעלס" איז גורם אומ-קלארקייט.

גוטע פינטעלך » זונטאג יאנואר 27, 2013 11:32 pm

· #82911
עס איז א גרויסע אריכות איך האב נישט יעצט קיין צייט, פאר אן אנהייב זעה דא gadgets.ndtv.com/cameras/features/photography-101-debunking-the-megapixel-myth-224478, מאך א זוך איבער דעם ענין ביי פארשידנע קעמרע ריוויוס וועסטו טרעפען די זעלבע זאך.

פארשטייט זיך דעי פראבלעם איז נאר ביי די פאינט עינד שאוט קעמרעס, ביי די גרעסערע dslr קעמרעס איז דא סאך א גרעסערע סענסאר וואס קען גוט פראססען די סאך פיקסקעלס ממילא זענען זיי א פלאוס.

המציאות יוכיח לכל זה.

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:06 am

· #82986
גוטע פינטעלך
עס איז א גרויסע אריכות איך האב נישט יעצט קיין צייט, פאר אן אנהייב זעה דא gadgets.ndtv.com/cameras/features/photography-101-debunking-the-megapixel-myth-224478, מאך א זוך איבער דעם ענין ביי פארשידנע קעמרע ריוויוס וועסטו טרעפען די זעלבע זאך.

פארשטייט זיך דעי פראבלעם איז נאר ביי די פאינט עינד שאוט קעמרעס, ביי די גרעסערע dslr קעמרעס איז דא סאך א גרעסערע סענסאר וואס קען גוט פראססען די סאך פיקסקעלס ממילא זענען זיי א פלאוס.

המציאות יוכיח לכל זה.

די כלל איז נישט גישניצט אין שטיין, די קעמרע מענאפעקטארס מוטשען זיך מיט דעם פראבלעם און זיי פראבירן צו מאכן די פינצקעלע סענסערס זאלן יא קענען אויפכאפען וואס מער אויף א מאל, און גראדע האט די Elph 110 א BSI-CMOS, וואס העלפט דעם קליינעם טשיפ אויפכאפן מער ליכטיגקייט, ספעציעל אין שוואך באלאכטענע בילדער.
די עיקר פוינט פון מעגאפיקסעלס איז אז די קאמפאני'ס לייגן צו סאך געוויכט אויף מ"פ, (מעגאפיקסעלס, נישט מציצה בפה) אין די מארקעטינג, און קאנסומערס דארפן קוקן מער אויף פיעטשערס ווי סענסער סייז, בעטערי לייף, wide angle, און aperture.

ביזט גערעכט אז די S100\S110 זענען סאאאאך בעסער, אבער ס'קאסט אויך דריי מאל אזוי סאך.

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:59 am

· #83001
[ציטאט אראפגענומען]

ס'מיינט א קעמרע וואס מ'פוינט צו וואס מ'וויל כאפן די פיקטשער, און מ'שוט די פיקטשער, אן קיין פיטשיווקעס, אינטערטשעינדזשעבל לענזעס, פילטערס, עקסטענדעד פלעש, וכו'.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:42 pm

· #83044
גוטע פינטלעך האט א ריכטיגן פוינט. אין א קליינעם סענסאר, ווי מער מעגאפיקסעלס, מאכט מער שאדן ווי גוטס.
אין א ליכטיגן פלאץ איז עס אפשר נישט נוגע, אבער ביי ווייניג-באלויכטענע מקומות ווערט פיל מער "גרעין", אזעלכע ספארקס, פינטעלעך ("נישט-גוטע פינטלעך", שלא כהניק)
דער משוגעת איז א עולם-גולם ווייסט ווי מער מעגאפיקסעלס אלץ בעסער. אבער דאס איז נישט ריכטיג.

געפילטע, ביי "מ"פ, (מעגאפיקסעלס, נישט מציצה בפה)" האב איך אויסגעשאסן...........

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 30, 2013 4:16 pm

· #83676
Burst mode?

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:55 pm

· #83708
"בארסט מאוד" איז פאר גאר שנעל, למשל מאכן 4-5 (אדער מער מיט א פראפעשאנעל קעמרע) בילדער אין א סעקונדע.
אסאך קעמרעס נעמט בכלל צייט צווישן איין שאט און דעם צווייטן, בפרט אויב מאכט מען מיט א פלעש (וואס רופט זיך "פלעש ריטשארדזש טיים")
קעמרעס מיט AA בעטעריס נעמט פאר סאם ריזען לענגער צו ריטשארדזשן פון א פלעש, ווי קעמרעס מיט אייגענע באטעריס.

קענאן איז א גוטע קאמפאני, אבער די לעצטע פאר יאר האבן זיי מיט די ביליגע קעמרעס היבש געפלאפט, זייער בלארי אויב ביסט נישט סטעדי און אויב ס'איז נישט גענוג ליכטיג, ארבעט גאנץ שטאטלעך, עס קריכט אויף די געהירן
איך רעד דא פון איבער 10 קעמרעס וואס איך האב פרובירט. לעצטנס האבן זיי זיך אביסל פארבעסערט, אבער זיי האבן איין משוגעת צו לייגן אסאך מעגאפיקסלס. צופיל.
למשל די ELPH 110 ריפלעיסט די ELPH 100 וועלכע האט געהייסן פיל בעסער אין פיקטשער קוואליטעט. און עס האט טאקע פיל ווייניגער מעגאפיקסלס.
אבער רוב מענטשן זענען צופרידן פון די ELPH 110, און אויב ווילסטו נישט צאלן צופיל, קענסטו רואיג גיין מיט דעם, כעצת געפילטע פיש הנ"ל, און געדענק אז You get what you pay for

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 1, 2013 12:51 am

· #84078
לויט די REVIEWS דארט קוקט עס אויס צו זיין א גוטע כלי.

הרב_שלום » פרייטאג פעברואר 1, 2013 1:21 am

· #84081
רוף אריין צו בי ענד עידזש
1212-444-6615
זיי האבן גאטראנירטע סעילסלייט פאר קעמערעס

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 6, 2013 12:03 am

· #84965
איך פערזענליך האב געהאט בעסערע עקספיריענס מיט קענאן.
זייער אינטערפעיס איז בעסער און געשמאקער צו נוצן.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 6, 2013 1:06 am

· #84976
מ'סתם נישט קיין חילוק, האסט עס אויך אויף Newegg פאר 149 און מ'צאלט נישט קיין טעקס אדער שיפינג, אזוי אויך אויף Rakuten (די קאמפאני וואס האט אפגעקויפט Buy.com), אויף ראקוטען האסטו אויך א פעקעדזש פאר נאך אפאר טאלער וואס קומט מיט א טריי-פאד, 8 גיג מעמארי קארד, א טאשקע פארן קעמרע, לענז קלינינג קיט מיט נאך שאר ירקות פאר 154.
אין מיין עקספיריענס באקומעסטו עס די שנעלסטע פון ניו-עגג, זייער ווערהאוז איז ערגעץ אין ניו דזשערסי און דו קענסט אסאך מאל באקומען די שיפמענט די נעקסטע טאג מיט די ביליגסטע שיפינג.

טעפל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:53 am

· #90915
איך זוך עפעס א קאנון ווער האט א גוט'ס??

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:10 am

· #90918
וועם ווילסטו שיסן?
די Elph 110 איז א קאנאן.

טעפל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:54 am

· #90938
געפילטע פיש
וועם ווילסטו שיסן?
די Elph 110 איז א קאנאן.

א דאנק, 150$ איז א גוטע פרייז פאר דעם?

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:59 am

· #90941
מ'זאגט אז יא.

סאשי פיש » זונטאג יולי 7, 2013 11:03 pm

· #131296
איך זיך יעצט צו קויפען א קעמערע פאר מיין משפחה לאמיר זאגען איך בין גרייט צו צאלען ביז $500 וואס לוינט זיך צו קויפען איך בין זייער צומישט
וועלכע קאמפני?
וועלכע מאדעל?

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 8:48 am

· #131403
וואס זוכסטו? פוינט ענד שוט? DSLR? גרויס, קליין? וואסערע פיטשורס איז דיר וויכטיג, וויפיל קען זיך דיין משפחה אויס מיט שוטינג מאודס? וויפיל קען זיך דיין משפחה אויסלערנען?

סאשי פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 11:44 am

· #131426
קודם א גרויסע שכוח געפילטע
אויב די קענסט מסביר זיין די חילוק צוווישען DSLR און POINT & SHOT וועל איך זען וועלכע איז בעסער פאר מיך
די ווידיעא חלק איז מיך שטארק נוגע
עס מעג זיין גרויס

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 8, 2013 1:39 pm

· #131463
מתוך דבריך, אז דו ווייסט ניטעמאל דער חילוק צווישן די צוויי, איז קלאר אז דו דארפסט נישט מער ווי א פוינט-און-שאאט, וועלכע איז מער פשוט, און ביליגער (אונטער 500 טאלער אין אלגעמיין), נישט די פראפעסיאנאלע DSLR וועלכע לויפן פון 700 ביז 7,000 דאלער און איז קאמפליצירט ביז גאר.

יעצט ווענדט זיך וואספארא קוואליטעט דארפסטו? ווילסטו לאנגע ZOOM אדער קלענער איז אויך גוט?

אויב דארפסטו א לאנגע זאאם, איז די SX-280 די פאסיגסטע,
אויב ווילסטו די בעסטע קוואליטי און קלארסטע בילדער און ביסט גרייט צו ספענדן, איז די G15 די בעסטע אויסוואל.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 8, 2013 1:48 pm

· #131466
בעפאר איינער שפרינגט ארויף פארוואס איך רעקאמענדיר די טייערסטע, מען קען האבן ביליגער אונטער $200, וויל איך פשוט קלאר מאכן אז צוליב וואס סושי האט געבעטן ביז 500 טאלער האב איך פארשטאנען אז ער קען זיך ערלויבן בעסערס, אבער ס'איז טאקע יתכן אז ער וואלט געווען צופרידן מיט ווייניגער פון דעם.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 1:53 pm

· #131467
Re
קודם א גרויסע שכוח שמעקדיג
אין די זעלבע פרייז רעינזש פון די g-15 איז דא די eos rebel וואס איז דאס?
און וואס איז די חילוק פון sx און פלעין s ?
וועלכע כאפט די בעסטע ווידעא?

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 2:32 pm

· #131470
@שמעקי, איך האב גלייך געטראכט פון די G15, ס'דא נאך אפאר אין דעי רעינדזש, פון סאני איז דא די NEX און DSC קעמרעס.

@סאשי, פוינט און שיס איז כשמו כן הוא, א קעמרע וואס מ'האלט אין טאש, צו אין פארק, צו ביים שוואגערס חתונה, מ'נעמט ארויס דעם מאשינקע, פוינט צו וואס מ'וויל פאטאגריפירן, און שיס! געכאפט די בילד, און דאס איז עס. די פשוטע אפטייטש פון DSLR איז Digital single-lens reflex, דאס מיינט אז ווען דו קוקסט דורך די viewfinder פון די קעמרע קוקסטו דורך די זעלבע לענז וואס נעמט די בילד, אבער מיינען מיינט DSLR סאך מער ווי דעם, געווענליך וועט עס זיין א קעמרע וואס מ'קען טוישן די לענז, האט א גרעסערע סענסער, שטערקערע זום, א hot shoe פאר א עקסטערנאל פלעש, און האט מעניועל קאנטראלס אויף רוב קעמרע סעטינגס, ווי למשל די focus, aperture, shutter speed, וכדו'.

אויב ביסטו נישט קיין מבין אין פאטאגראפיע, איז די G15 בעסער ווי די רעבעל, ווייל די auto סעטינגס זענען געמאכט פאר'ן פשוטע באנוצער, לאפוקי פראפעשענאלס. אבער אויב ביסטו א פאטאגראפי ענטוזיאיסט, און ביסט אינטערעסירט זיך צו לערנען shooting modes, lighting, shutter speeds, aperture, ISO, וכו' וכו', דעמאלס קענסטו קויפן א SLR, אבער זאלסט זיין צוגעגרייט אז ס'קומט מיט א learning curve.

און איך גלייב אויך אז די ווידיאו וועט זיין בעסער אויף די G15 וחבריו ווי אויף א 500 דאלערדיגע DSLR, די SLR'ס זענען באוויסט מיט נעמען קרעפי ווידיאו, חוץ געציילטע עדווענסד מאדעלס.

שמעקעדיג
DSLR וועלכע לויפן פון 700 ביז 7,000 דאלער
אדער 20,000...

MickyMouse » מאנטאג יולי 8, 2013 5:59 pm

· #131536
עס איז וויכטיג צי וויסען אז אסאך קעמעראס ווערן די פרייזן אנליין קאנטראלירט ביי די מעניופעקטשערערס פון די קעמעראס, און די פרייזן קען אמאל זיין ביליגער אין א סטאר אויב מען האט צייט אריין צי גיין. אדער עס איז דא א סייט <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.greentoe.com">www.greentoe.com</a><!-- w --> ווי מען קען מאכן אן אפפער און זיך שפארן היפש א פאר דאלאר. למשל די g15 איז איבעראל אנליין פאר 499, קענסט עס באקומען אויף די סייט פאר אסאך ביליגער.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 6:24 pm

· #131543
קודם א גרויסע ישר כח פאר אלע חברים וואס האבען זיך אנגערופען ווארעם בד"וו וויל איך דא ארויסברעגען די שיינקייט און די אחדות פון אונזער שטיבעל איך האב געפרעגט די זעלבע קשיא אויף איייוועלט און קיינער האט זיך נישט אנגערופען מיט קיין תירוץ

צום ענין וואס איז די חילוק פון די G15 און די S100 S110 ? און די SX280 ?

סאשי פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 6:51 pm

· #131562
מיקי די האסט מער אינפרעמעשין אויף די וועבסייטעל וואס דו האסט געברענגט מען קען זיי געטרויען ? וויפעל געלט זאל איך אריינלייגען וכו׳ זיי מער מסביר א גרויסע ישר כוח

לאליפאפ » מאנטאג יולי 8, 2013 7:08 pm

· #131571
איך נוץ דעם ELPH 310 אדער ixus 230 און עס איז מוראדיג פיין.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 7:17 pm

· #131573
אויב די סייז גייט דיר אן, די S100 נעמט הערליכע בילדער, (די S110 מ'סתמא אויך, נאר די S100 ווייס איך פון עקספיריענס), אבער די G15 האט און מעניועל דייל'ס פאר רוב סעטינגס, ווי אויך א בעסערע לענז. עז פאר עז סענסער שטייען ביידע בערך אייניג, ווי אויך זום האבן ביידע נאר 5X.

איך האב פארגעסן פון א דריטע קאנדידאט, וואס איז אביסל טייערער, די G15'ס יונגערע קאזין, די G1X, גרעסערע סענסער, א פליפ אוט סקרין, העכערע רעזולושען און א בעסערע בעטערי. ס'איז אבער גרעסער ווי די G15.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 8, 2013 7:26 pm

· #131579
די G1X האט נישט די בעסטע רעטינגס אויף עמעזאן. איך זעה נישט די סיבה צוצולייגן נאך 200 טאלער דערצו. גרעסערע סענסאר איז גוט, אבער סך הכל זענען די בילדער נישט צופיל בעסער.
די G15 האט איינע פון די בעסטע בעטעריס וואס קענאן האט נאר אמאל געהאט (פון עקספיריענס). קענאן צייכענט זיך נישט אויס מיט באטעריען.

MickyMouse » מאנטאג יולי 8, 2013 7:32 pm

· #131583
די סייט ארבעט ווי פרייסליין.
די זאגסט וויפיל די ביזט גרייט צי צאלן, פאר די g15 וואלט איך געזאגט בערך 430, אין די פרייז איז אינקלאדעד טעקס און שיפינג. די דארפסט געבן דיין קרעדיט קארד בעפאר, און זיי קומען צוריק אויב איינער האט עקספעקטעד דיין פרייז.
איך מיין אז מען קען זיי טראסטען אבער איך נעם נישט קיין אחריות.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 7:35 pm

· #131584
איך קען האבען די G15 פאר 410$ זאל איך עס כאפען מיט ביידע הענד אדער איך קען האבען ביליגער?

MickyMouse » מאנטאג יולי 8, 2013 8:53 pm

· #131608
איך גלייב נישט אז די וועסט עס קענען טרעפן ערגעץ פאר ביליגער. 410 אינקלאדעד טעקס און שיפינג? כאפ עס.