☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאמיוניטי באורד וואלן היינט נאכט אין בארא פארק

קאמיוניטי באורד וואלן היינט נאכט אין בארא פארק

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #281

מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 27, 2012 7:18 pm

· #3188
קאמיוניטי באורד וואלן היינט נאכט אין בארא פארק
אין בארא פארק קומט יעצט פאר ספעציעלע וואלן פארן פארזיצער בענקל פונעם קאמיוניטי באורד, אזוי האב איך אפגעלערנט פון די פילע טוויטער מעסעדזשעס וואס האבן קורסירט היינט דורכאויס דעם טאג.

עס לויפט פארן אמט א חסידישער אינגערמאן, ר' יודל פערלשטיין, א שטארקער אנהענגער פון סאטמאר מהר"א.

אויב איינער פארשטייט דא אביסל צו דעם קאמיוניטי באורד פרשה, ביטע מסביר זיין. וויאזוי גייען צו די וואלן? וואס איז דער קאמיוניטי באורד בכלל? האבן זיי עפעס א כוח למעשה צי עס איז א טיטל אן א מיטל וכדומה.

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 7:22 pm

· #3190
Re: קאמיוניטי באורד וואלן היינט נאכט אין בארא פארק
מיין מיינונג
אזוי האב איך אפגעלערנט פון די פילע טוויטער מעסעדזשעס.

הייסט דאס אז דו לערנסט אויף טוויטער 😉

דעינעש » דינסטאג מערץ 27, 2012 9:55 pm

· #3234
@SatmarText: Mazel Tov to Asken R' Yidel B"R Mier Perlstien 4 winning Elections in becoming the Chairman of "Community Board 12" @BPText <a class="postlink" href="http://t.co/RlzPCPgC">http://t.co/RlzPCPgC</a>