☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ס'איז געווען באשערט...

ס'איז געווען באשערט...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2807

קליינער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:10 am

· #82476
ס'איז געווען באשערט...
א איד רייסט זיך ארויס פון ביהמ"ד און לויפט מיט איין אטעם צום ארבעטס באס, און קוים וואס זיין אטעם ליגט נאך ביי אים, און ממש פאר אים, רוקט זיך דער באס מיט א מאיום'דיגער קרעכץ ארויס און פארט אוועק. דער איד ווערט נישט געפאלן, און מורמלט ארויס די ווערטער:

וואס קען מען טון, ס'איז געווען באשערט...

א אידענע שטייט און קאך און קאכט אפ פיינע נארהאפטיגע עסן פאר די פאמיליע, און אט א בראך, זי איז געווען פארשמועסט און פארטון מיט א העפטיגע טענה'ריי מיט איר'ס א שוועסטער, און... די זופ האט זיך פארברענט. זי ווערט נישט געפאלן, און...

ס'איז געווען באשערט...

אזוי קען מען אנגיין מיט אן א שיעור אזעלכע עפיזאדן, און מיין צייט איז באשרענקט יעצט, ווייל ס'איז באשערט איך זאל ענדיגן עטליכע ענינים ביי מיר אין ביזנעס, אבער מיין פוינט וויל איך ארויסברענגען.

יעדע זאך איז באשערט, ווייל אויב עס האט אזוי פאסירט איז עס געווען באשערט, אבער זאל דער איד אויפשטיין אביסל פריער, אדער זיך נישט פארטונקען אינעם לחיים נאכן דאווענען, און זיין ביים באס אין צייט, וועט "זיין באשערט" אז ער זאל זיין אויף יענעם באס... די זעלבע מיט דער אידענע אין קיך, וואס ווען זי שרייט נישט אן איר שוועסטער און האלט מער קאפ אין טאפ וועט "זיין באשערט" אז זי זאל האבן פיינע געשמאקע יוך פאר איר מאן און פאמיליע.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:05 pm

· #82499
ר' אביגדור מיללער פלעגט דאס חזר'ן. אז מ'לייגט א גלאז טיי ביים עק טיש, ס'גיסט זיך אויס, מ'כאפט א ציפ. - דאס איז נישט באשערט, מעשיך ישרפוך

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:07 pm

· #82502
ס'דא א ווארט פון צדיקים אז די סגולה פון פרשת המן פאר פרנסה ארבעט נאר ווען מען זאגט עס זיבן אזייגער אינדערפרי שוין נאכן דאווענען..

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:09 pm

· #82503
אויווייייי, יעצט כאפ איך זיך, ס'דורך ג' בשלח, און כ'האב נישט געטוהן די איר-אלטע 11 יאריגע סגולה.

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:10 pm

· #82505
ס'נאך אין די דריי טעג, קענסטיך נאך מיטטכאפן.

טעפל » זונטאג יאנואר 27, 2013 3:32 am

· #82666
ברסלבער
ס'דא א ווארט פון צדיקים אז די סגולה פון פרשת המן פאר פרנסה ארבעט נאר ווען מען זאגט עס זיבן אזייגער אינדערפרי שוין נאכן דאווענען..

ס'געווען א מעשה שהיה מיטן ברך משה אין ראדני ווען ער האט געטראפען איינעם עס זאגען צען אזייגער, אקען זיין אז ער האט עס נאכגעזאגט פון א גוטן מקור די שאלה איז פון וועם.

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:14 am

· #297914
איינער טרעפט זיין חבר פרעגט ער אים: חזקל האסט דאך געהאט א לאנגע בארד, וואס האט פאסירט? ענטפערט ער מיט א קרעכץ: ס'איז אזוי באשערט