☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי אזוי קען מען דעגרייכען אזא מאס רשעות?

ווי אזוי קען מען דעגרייכען אזא מאס רשעות?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2805

קרעקער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:45 pm

· #82200
ווי אזוי קען מען דעגרייכען אזא מאס רשעות?
איך קען נישט רעדען וועגען די מיידעל וואס האט איינגעזעצט וועבערמאן אויף 100 יאהר, אויפען צד אזסאיז אמת, ווייל כווייס נישט ווי גרויס די צער וואס ער האט איר גורם געוועהן איז געוועוהן, אז א יודיש מיידעל זאל זיין גרייט איינזעצען א מענטש פאר אזוי לאנג, וואס איז בעיסיקלי ערגער פין נעמען א מעסער און עם הארגענען,
איך רעדט איבער א פאל פין א חסידישע ווייבעל פין בארא פארק וואס האטצעך געגט און וויל אפטוהן די מאן פארען בעטן קאסטעדי פון די קינדער, האטצע עם געקלאגט אז ער האט געטאטשט די קינדער, מען אפערט יעצט פארען מאן א פליע פין 4 יאהר, אויב נישט ווארט עם 30 יאהר תפיסה, סאיז נישט קיין סוד אסאך ווייסען פין וועם כרעד, אסאך רבנים זענען אינוואלווט
דעס אז די מעשה איז שקר איז נישט קיין ספק פאר ווער סקען די יונגערמאן, מ הערט אפט אז ווייבער סטראשענען די מענער אויב זיי וועלען בעטען קאסטעדי וועלן זיי מאכען א מעשה אז ער האט געטאטשט די קינדער, סאיז אפילי דא רבנים וואס געבען דע עצה פאר פרויען וד"ל, די שאלה איז נאר פין ווי נעמט זיך אזא מאס רשעות פין א יודישע ווייבעל זי זאל זיין גרייט דעס צו טוהן צו איר געוועזענע מאן? עם איינצוזעצען אויף 30 יאהר איז ווי נעמען א מעסער אריינשטעכען אין זיין בויך און עס ארומדרייען
פשוט כפארשטיי עס נישט, קעמער איינער מסבירן ווי אזוי מען ווערט אזא בלוטיגער שוחט?

יידל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:34 pm

· #82220
השנאה מקלקלת את השורה.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:49 pm

· #82235
איך פרעג נאר, פ"וו ווייסטו אז די מעשה איז שקר אן קיין ספק? ווייל די קענסט דעם יונגערמאן? דער יונגערמאן האט אזא מין זאך וואס הייסט תאוה? דו ווייסט וויאזוי ער פירט זיך אויף ווען די תאוה קיקס אין?
איך זאג נישט אז עס איז יא אמת. איך זאג אז איך ווייס נישט, און אז דו ווייסט אויך נישט. און אז דער וואס רעדט זיך איין אז פון א פארקנייטשטן פנים אדער ווייל ער איז א מתמיד בתורה אדער א פרומער אין אנדערע ענינים קען ער דאס נישט טוהן, איז נאאיוו.

Starbucks » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:40 pm

· #82256
איך בין נישט מקבל. ס׳קען נישט זיין אז יידן זאלן טוהן אזעליכע זאכן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:49 pm

· #82258
Starbucks
איך בין נישט מקבל. ס׳קען נישט זיין אז יידן זאלן טוהן אזעליכע זאכן.

ס'דא אן עצה פאר דעם. לא עמדו אבותיו בהר סיני.און ס'איז ארלעדיגט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:10 pm

· #82264
היימישער ליטוואק 😳
איך פרעג נאר, פ"וו ווייסטו אז די מעשה איז שקר אן קיין ספק? ווייל די קענסט דעם יונגערמאן? דער יונגערמאן האט אזא מין זאך וואס הייסט תאוה? דו ווייסט וויאזוי ער פירט זיך אויף ווען די תאוה קיקס אין?
איך זאג נישט אז עס איז יא אמת. איך זאג אז איך ווייס נישט, און אז דו ווייסט אויך נישט. און אז דער וואס רעדט זיך איין אז פון א פארקנייטשטן פנים אדער ווייל ער איז א מתמיד בתורה אדער א פרומער אין אנדערע ענינים קען ער דאס נישט טוהן, איז נאאיוו.

כשהוא לעצמו ביסטו גערעכט. אבער מ'קען עס נישט אנווענדן אין אנדערע פעלער וואו ס'זענען דא מערערע פאקטארן און מאטיוואציעס פון די באשולדיגערן, ווי למשל צו שטערן דעם מאן פון באקומען קאסטאדי פון די קינדער. אדער ווי ביי וועבערמאן'ס פאל. נאר דער גאנצער פאל פון וועבערמאן איז א פלעק אויפ'ן גאנצן יוסטיץ סיסטעם. אז מ'קען נעמען א מענטש און אן א טראפ פון עווידענס אדער עדות איהם באשולדיגן אין די ערגסטע פארברעכנס און איהם פאראורטיילן אויף מער ווי לעבנסלענגליכע תפיסה. 😳 🙄 😞

בית שני » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:26 pm

· #82271
יא עס איז ליידאר נארמאל פאר פרויען אזוי צו טאן סאיז אבער נישט פשט, ווייל אויב כאפט מען אז די מעשה איז אויפגעטראכט באקומט זי תפיסה, גווענלעך וועט די מאמע מאכען די קינד זאגען עפעס א האלבע ווארט ״אז טאטי האט מיך דארט געקיצלט״ און דאס קינד וועט עס אויך זאגען פארן טערעפיסט, און זיי וועלען מאכען א גאנצע ריפארט, פון הבל, און די טאטע איז א פארטיגער...
גווענליך וועט די judge נאר הייסען האבען supervised visitation, אבער אויב סאיז דא רגלים לדבר קען עס שוין ווערן ערענסט...
פון די חצוניות פון א מענטש קען מען גארנישט וויסען,
די בעסטע עצה איז אייביג, ווען א טאטע באט visitation צו האבען נאך א מענטש מיט זיך (איך מיין אז ביי גרעסערע קינדער דארף מען נישט מורא האבען חוץ אויב די ביזט נישט שוה בשוה מיטן קינד...)

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:20 pm

· #82282
berlbalaguleh

כשהוא לעצמו ביסטו גערעכט. אבער מ'קען עס נישט אנווענדן אין אנדערע פעלער וואו ס'זענען דא מערערע פאקטארן און מאטיוואציעס פון די באשולדיגערן, ווי למשל צו שטערן דעם מאן פון באקומען קאסטאדי פון די קינדער. אדער ווי ביי וועבערמאן'ס פאל. נאר דער גאנצער פאל פון וועבערמאן איז א פלעק אויפ'ן גאנצן יוסטיץ סיסטעם. אז מ'קען נעמען א מענטש און אן א טראפ פון עווידענס אדער עדות איהם באשולדיגן אין די ערגסטע פארברעכנס און איהם פאראורטיילן אויף מער ווי לעבנסלענגליכע תפיסה. 😳 🙄 😞

רעב בערל, דאס גרעניצט שוין מיט אבסעסיע, לאז שוין אפ וועבערמאן פאר א שווארץ יאר, וואס ווילסטו האבן פון עם, 103 יאר איז נישט גענוג? דיין ארויפברענגען זיין נאמען אין יעדע אשכול נאכאמאל מיט די זעלבע טענות נאכאמאל און נאכאמאל מאכט עם נישט פילן בעסער, לאז שוין אפ!

יואליש » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:40 pm

· #82300
די אלע פאלשע קלעימס טוהן גארנישט אויף צום סוף, חוץ קאסטן טויזענטער פאר ביידע צדדים און אפ'שעכטן די אומשולדיגע קינדער. פאמיליע קאורטס זענען באוויסטזיניג פון די רשעות'דיגע טריק, און נאך אפאר מאנאטן אינדעפענדענט עוועליועשאן קומט די אמת ארויס און די טאטע באקומט צוריק זיינע קינדער. די קינדער, אבער, בלייבן חרוב פאר אייביג.

ס'איז שוין צייט דער ציבור זאל רעוואלטירן קעגן רבנים און עסקנים וועלכע שטיצן אזוינע אדער ענליכע אכזוריות. ווי למשל לעצטענס די פארעטערישע בריוו וואס ר' יחזקאל טייטלבוים פון קליימער שול האט געשריבן פאר א געריכט צו העלפן א פאטער צאפן דאס בלוט פון א מאמע..

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:31 am

· #82396
יואליש, ענלייטן מי

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:33 am

· #82434
לעמאן דזשוס
יואליש, ענלייטן מי


ווער ס'טרעפט הרב יחזקאל טייטלבוים אים שבת שירה זאל אים פארהאלטן: וויאזוי קען מען דעגרייכן אזא מאס רשעות, צו ניצן די רבנות, די תורה, רבינו יואל מ'סאטמאר צו פייניגן א פרוי וואס ערציעט איר זוהן און וויל אים מיטנעמען צו איר געשוויסטער'ס א חתונה?

<a class="postlink" href="http://www.nycourts.gov/reporter/3dseri">http://www.nycourts.gov/reporter/3dseri</a> ... _50041.htm

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:45 am

· #82437
[ציטאט אראפגענומען]


די רעדע איז געווען צו די טאטע האט א רעכט צו אפהאלטן די מאמע פון פארן צו איר שוועסטער'ס חתונה אין א"י און מיטנעמען איר זיבען יעריג קינד וועלכער וואוינט מיט די מאמע. די טענה איז געווען אז די מאמע האט זיך פארפליכטעט צו געבן דאס קינד א סאטמאר חינוך, און אין סאטמאר טאר מען נישט פארן אויף א"י. איז געגאנגען הרב טייטלבוים, אנשטאט זאגן פארן פאטער "רשע הער אויף צאפן דאס בלוט פון א אידישע מאמע!" און האט געשריבן א בריוו צום געריכט אלס עקספערט אין סאטמארע טאלאגיע אז דאס קינד'ס פארן אויף א"י איז קלאר אין קאנטראסט מיט סאקמיר דאקטארינע.

נאכדעם האט זיך הרב טייטעלבוים איינגעפאקט זיין שיפע טאשן בעקישע אין א רענצעל און צוזאמען מיטן סאטמאר רבי זעלבסט איז געפלויגן קיין א"י צו די זעלבע חתונה וואס ער האט געניצט זיינע שיפע טאשן נישט צו לאזן א פלימעניק פארן.

דרכיה דרכי נועם! שכל נטיעות... יהיה כמותך! ר' יחזקאל, כמותך ירבו בישראל!

קרעקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:46 am

· #82438
איך פרעג נאר, פ"וו ווייסטו אז די מעשה איז שקר אן קיין ספק? ווייל די קענסט דעם יונגערמאן? דער יונגערמאן האט אזא מין זאך וואס הייסט תאוה? דו ווייסט וויאזוי ער פירט זיך אויף ווען די תאוה קיקס אין?


תאוה אויף וואס? טשעפענען מיט א אייגענע קינד? מיט א פיצעל קינד? זאגמער דו האסט אויכט דע תאוות? איך קען נישט א מענטש מיט א תאוה צו שפילען מיט די אייגענע פיצלעך קינדער, קען זיי אז סאיז דא אזא זאך אבער דעס איז איינס פין 30 מיליאן מענטשען, און אז סזאל זיך פינקט טרעפען אז סזאל זיין דער יונגעמאן וואס די ווייב וויל נישט ער זאל האבען קאסטעדי דעס איז שוין א חידוש

די גמרא ברענגט אזא זאך ווי ""ומוצא אני מר ממות את האשה"", סאיז נישט קיין מליצה, פרויען (וה"ה מענער) קענען צומאהל מאכען דעם מאן ליידען ערגער ווי טויט, 30 יאהר תפיסה איז ערגער ווי טויט

פאר אלע וואס פרעגען אין אישי א נאמען, איך זאג נישט, אבער סאיז נישט קיין סוד, אסאך רבנים זענען אריינגעמישט, גאלאנטער ר"ה וויינבערגער ועוד הרבה, יעצט טרייען זיי צי העלעפן די מאן, אבער גיי זאג זיי אז זיי די רבנים אליינס זענען שילדיג ווייל ביי אנדערע פעלער געבען זיי דע זעלבע עיצות פאר פרויען צו מסרען די מענער אויב זיי זאגען זיך נישט אפ פין קאסטעדי

סלאזט זיך נישט גלייבען וואספארא רשעים דע רבנים זענען (סארי נישט אלע זענען געגנסטערס, סאיז דא אויכט עהרליכע), פאר א הונדערטער וועלען זיי אלעס טוהן פאר דיר

בן תמליון » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:51 am

· #82439
יואליש
לעמאן דזשוס
יואליש, ענלייטן מי


נאדיר
<a class="postlink" href="http://www.nycourts.gov/reporter/3dseri">http://www.nycourts.gov/reporter/3dseri</a> ... _50041.htm

ווער ס'טרעפט הרב יחזקאל טייטלבוים אים שבת שירה זאל אים פארהאלטן: וויאזוי קען מען דעגרייכן אזא מאס רשעות, צו ניצן די רבנות, די תורה, רבינו יואל מ'סאטמאר צו פייניגן א פרוי וואס ערציעט איר זוהן און וויל אים מיטנעמען צו איר געשוויסטער'ס א חתונה?


יואליש לאז אונז ארויס פון א קליינקעפיקער קריגעריי צו מען מעג פארן צו נישט אויף א"י דער נושא דא איז פיל הארבער. איהם געבן אטענשאן דערפאר וועט נישט העלפן דער חידוש איז אז דער זשאדש האט איהם גערעכט געגעבן.

אגב איך האב אויך א חבר וואס זיין עקס האט באשלאסן איין טאג ער איז געשלאפן מיט זיין 4 יעריקן קינד ביי וויזטעשאן אין בעט און אז דאס קינד איז אהיים נאס פון חדר ממילא איז משמע איך ווייס נישט וואס חדשים גיהנם איז דער אינדערמאן אדורך מיט אויספארשונגען ביז ער האט זיך ארויסגעזען. דאס איז פאר די וואס שטאלצירן מיט אונזער יוסטיץ סיסטעם.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:04 am

· #82441
קרעקער, די כץ-כץ פרשה איז שוין ערלעדיגט, אי"ה דעם שבת וועלען אונזערע חברים אים אפשטעלן און פארהאלטן. אבער כמדומה אז דער פותח האשכול מיינט א צווייטען תיק, גיב אביסעל מער פרטים, אפשר קענען מיר עפעס טוהן?

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:05 am

· #82443
בן תמליון כ'בין סופרייזט. קודם אז די עלטערן'ס רשעות איז די יוסטיץ סיסטעם'ס פראבלעם. ווי אויך ביזטו נישט גערעכט אז די ריכטער האט זיי גערעכט געגעבן. די ריכטער האט בלויז געזאגט אז ס'איז נישטא קיין צייט פאר די חתונה צו דן זיין איבער די הארבע פראגע פון נסיעה לא"י בתורת סאטמאר, ממילא שב ואל תעשה עדיף.

די וועג וויאזוי די מאניפולירסט די דיסקוסיע איז נאך מער סופרייזינג.

זיכער איז נישט די רעדע גענוי וואס א טאטע און א רב האבן גענוצט אלס טענה אין זייער רשעות. די רעדע איז אז רבנים זענען די וואס אפטמאל שטיצן די רשעות און דעריבער טראגן זיי די אחריות. גענוי צו יחזקאל טייטלבוים איז צו דיין געשמאק איז לגמרי אירעליווענט צום נושא. ער פירט א גרויסע שול, פסקנ'ט שאלות און שרייבט אונטער קו"ק איבער אינטערנעט און טו פיעס דאסטערס. בקיצור, א רב ווי אלע רבנים.

פאר די פרוי קעגן וועם די רשעות איז באגיינגען מאכט גאנץ ווינציג אויס צו ר' יחזקאל מאכט דיין ליסט פון ערנסטע רבנים. ער איז גענוג רב איר צו מצער זיין.

בית שני » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:07 am

· #82444
וועגן די מעשה פין נישט לאזן די קינד פארן אויף ישראל, פאר די אלע וואס זענען אנטקעגן דעם אינגערמאן, אפשר פארציילסטו אויך וואספארא גהינם דער אינגערמאן גייט דורך פון די פרוי? האט ער וויזיטעשען? אדער קען ער זען זיינע קינדער נאר איינמאל א יובל, ווען ער גנב'ט זיי ארויס פון חדר? איך קען נישט פונקטליך די מעשה, אבער די אלע חכמים דא אין שטיבל וואס שעלטן יחזקאל ט"ב וויל איך וויסן צו זיי קענען די אנדערע חלק פון די מטבע, איך מיין אז דעם ינגערמאן (איך קען עם) גייט אן א"י אין די לינקע פיאה, ס'איז נאר א גוטע וועג צו פיקסען די ex,
אונז אלע וואלטן געטון די זעלבע....
איך וויל נישט דא פראמאטען יחזקאל ט"ב אבער איך גלייב אז ער קען מער details פון אונז אלע,
סא די בעסטע עצה איז, זייטס אלע שטיל, פלאמטס נישט אויף א פייער אין זוכטס ענק אנדערע דאגות...

קרעקער: פארקויף נישט קיין קרעפ, קיין איין רב זאגט נישט פאר א פרוי צו מסר'ן די מאן אויב ער זאגט זיך נישט אפ פון custody,
חוץ אויב דער מאן טרייט צו נעמען full custody, און די מאמע זאל האבן נאר visitation rights, (איך רעד פון קלענרע קינדער שצריכים לאמם) דעמאלטס קען איך הערן אז א רב זאל לאזן א פרוי זיך פארטייגען און קארט, און אויב די מאן שרייט אז זי קען נישט אויפציען קינדער ווייל זי האט מיט די נערווען, וועט געווענליך א פרוי צוריק טענה'ען אז ער מאלעסטעט די קינדער, אונז וואלטן אלע געטון די זעלבע.... 

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:12 am

· #82445
מ'קען גיין און געריכט און פארלאנגן וויזיטעשאן. פארוואס ברויך מען גיין קרום? שלאגן די מאמע און דאס קינד מיטן נישט לאזן פארן צו א חתונה גייט העלפן דעם פאטער מיט זיין וויזיטעשאן? ס'איז זייער מעגליך אז די מאמע איז א רשענתע אין איר אן רייט, אבער איינס בארעכטיגט נישט די צווייטע. די קינדער פארלירן צוויי מאל. וועם "פיקסט" מען?

די מענטשן וועלכע קלאגן א פאטער מיט "אינסעסט" האלטן אויך אז די ציל איז א הייליגע און איז מקדש די מיטל. דער אמת איז אז שקר און אומזינסט מישן די קינדער אין א פאלשע מלחמה איז קיינמאל נישט הייליג.

בית שני » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:17 am

· #82446
יואליש
מ'קען גיין און געריכט און פארלאנגן וויזיטעשאן. שלאגן די מאמע און דאס קינד מיטן נישט לאזן פארן צו א חתונה גייט העלפן דעם פאטער מיט זיין וויזיטעשאן? קען זיי די מאמע איז א רשע'נטע אין איר אן רייט, אבער איינס בארעכטיגט נישט די צווייטע. די קינדער פארלירן צוויי מאל.

נאך טרייען מיט שיינעם פעלט אמאל אויס צו גיין מיטן בייזן, קענסט נישט הערן אזא געדאנק?
פארוואס פארציילסטו נישט אלע שיינע וועגן וואס דער אינגערמאן האט אלץ געטרייט, ער איז ממש א מלאך מיט זיין סבלנות!
אז דו ווייסט נישט דעמאלס זיי שטיל!!!

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:24 am

· #82448
איך בין מודה אז איך קען נישט דעם אינגערמאן און זיינע מיטמאכענישן. אפשר איז בעסער צו זאגן אין אדם נתפס על צערו. אבער א רב אלס דרויסענדיגער ברויך ווען פרעגן, וואס גייסטו אויפטוהן מיט די "בייזע" שריט? וויאזוי גייט דאס קינד שפירן אז זיין רייזע מיט חדשים ערווארטונגען איז געקענסעלט געווארן אין די לעצטע מינוט? ועל כולם, האט מען פרובירט מיט א פשוט'ע פארלאנג פון געריכט אז דער פאטער ברויך וויזיטעשאן? די קאורט זאגט אז ניין. און דער פאטער איז גאראנטירט מיט נארמאלע וויזיטעשאן אויב פארלאנגט ער עס אין געריכט.

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:27 am

· #82451
די לינק ארבייט נישט. מיין פאן פארדרייט עס. כ'וועל עס שפעטער פארעכטן.

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:35 am

· #82455
<a class="postlink" href="http://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2013/2013_50041.htm">http://www.nycourts.gov/reporter/3dseri ... _50041.htm</a>

בית שני » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:54 am

· #82462
יואליש
איך בין מודה אז איך קען נישט דעם אינגערמאן און זיינע מיטמאכענישן. אפשר איז בעסער צו זאגן אין אדם נתפס על צערו. אבער א רב אלס דרויסענדיגער ברויך ווען פרעגן, וואס גייסטו אויפטוהן מיט די "בייזע" שריט? וויאזוי גייט דאס קינד שפירן אז זיין רייזע מיט חדשים ערווארטונגען איז געקענסעלט געווארן אין די לעצטע מינוט? ועל כולם, האט מען פרובירט מיט א פשוט'ע פארלאנג פון געריכט אז דער פאטער ברויך וויזיטעשאן? די קאורט זאגט אז ניין. און דער פאטער איז גאראנטירט מיט נארמאלע וויזיטעשאן אויב פארלאנגט ער עס אין געריכט.

סאיז נישט נאר די חלק פון ״ אין אדם נתפס ״ מיט דעם ווילסטו כמו פארטיידיגען א מעשה רשע,
די זאגסט דא וואס די רב זאל עם פרעגען, קודם פארשטיי איך אז דער רב איז נישט א דרויסענדיגער ער איז מסתם שוין involved א לענגערע צייט און ער קען מסתם אלע details וואס איך און דו ווייסען נישט , און אדרבה דאס ווייזט אויף די נארמאלקייט פונם אינגערמאן אז ער האנדעלט מיט א רב ער טוט זאכען אדורך געטראכט נישט ווי א חי׳ זיך שלאגען אין די גאס ,
יעצט וועגען די הרגישם פונם קינד ( again איך קען נישט די מעשה ) סאיז יתכן אז דער טאטע האט שוין געלאזט וויסען די מאמע אז ער גייט צוריק האלטען דאס קינד פון גיין אויף ישראל, און די מאמע האט ווייטער געזאגט פארן קינד אז ער פארט יא ( זי וואלט געקענט זאגען פארן קינד די פארסט נישט ״ווייל אזוי וויל איך״ דאס וואלט געווען נארמאל) קומט אויס אז זי האט פוקנט אזא חלק פון צורייסען דאס קינד ( לענ״ד נאך מער פון עם) ווייל זי האט גענוצט דאס קינד אויף א tool ,
דאס איז אלעס מיט דיין הנחה אז די 7 יעריגע קינד ווייסט בכלל עפעס , סאיז יתכן אז ער האט נישט קיין אנונג אז עפעס גייט בכלל פאר און די מאמע האט גארנישט געזאגט פאר די קינד פון פאראויס ווייל זי איז א קלוגע און ערליכע פרוי,
איך האב אבער ליב צו זען, ווי די גאס האט א מיינונג אין זאכען וואס זיי האבען נישט קיין שום ידיעה ,
עטץ טוטס דאס פאר plasure , זיך צו באדן אין יענעמס בלוט , סאיז יתכן אז די טאטע און מאמע זענען צדיקים פארן ביישטיין זייערע טעגליכע ניסיונות, און די אלע שרייבערס דא אין שטיבעל וואס קאכען ארום זענען רשעים!
ביזט אפען צו אזא געדאנק?

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:58 am

· #82466
יא. צדקה בני. ס'פעלט אינפארמאציע. און כ'בין געווען אביסעל האסטיג.

כ'וואלט אבער נישט געזאגט אז דער עולם איז אויסן זיך צו טינקן אין איימיצען'ס בלוט. סך הכל כך הוא דרכו מיט יעדע נייעס, מ'דעבאטירט כפי וויפיל אינפארמאציע איז עוועיליבעל. דאס איז קלאר אז די געריכט טענה איז לעכערליך, און אויך איז קלאר טז ליידער געניג עלטערן ווערן אריינגעלעפט אין נצחונות געפעכטן און ניצן לעכערליכע טענות מיט לעכערליכע אויסריידן, אויך איז אמת אז יעדער טרעפט זיך א רב צו כשר'ן זיי שגץ שטיק. אבער היות דא קען זיין אן אויסנאם פאל, האלט איך זיך צוריק פון ווייטערדיגע דיסקוסיע.

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:02 am

· #82470
👍 יואליש, כ׳בין שטאלץ מיט דיין ריקצוג

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:04 am

· #82473
בית שני זאגט עפעס.

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:05 am

· #82475
מיין עגאו איז צוריקגעגאנגן און אביסעל פארוואסערט די תגובה. קוק איבער און באשליס אויב דיין לייק איז נאכאלץ פארדינט.

🙂

בית שני » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:27 am

· #82481
קאווע טרינקער
בית שני זאגט עפעס.

איך פארזענליך האלט אויך אז די טענה וועגען ישראל איז לעכערלעך, איך ווייס נישט אויב דער אינגערמאן און יחזקאל ט״ב האלטען אז סאיז יא א גערעכטע טענה
אונז האבען נישט קיין רעכט מיטן דיבעטען מיט ״ מיט די אינפא וואס איז available" די פאקט איז אז דאס וואס די גאס קאכט וועגען די פרשה הרג׳ט די קינדער, און דאס וואס אונז רעדן וועגן דעם האט מען א שיינע חלק אין דעם, און די קענסט נישט קומען מיט א שמייכעל און זאגען ״ אז דער עולם איז נישט אויסען זיך צו טינקען און יענעמס בלוט״ סאיז א פסיק רשיא ולא ימות,
און סאיז לאו דוקא אז יחזקאל ט״ב טוט יעצט א שגץ שטיק,
אפשר רעכנסטו אויס אלע גוטע זאכען די עלטערען טוען א גאנצע צייט, וויפיל מאל זענען זיי נישט געגאנגען אין קארט ווען זיי זענען געווען בארעכטיגט די האסט בכלל א השגה ווי שווער די זאכען זענען ???
אונז דארפען אלע האלטען די מויל פארמאכט, און וויסען אז די ניסיונות וואס די עלטערן גייען דורך יעדען טאג פארשטייטץ עטץ נישט ,
איך וואלט געזאגט אז זיי זענען ביידע הייליגע אידען, קדושים וטהורים, זיי זענען מלאכים ממש, וואס עטץ זענטס בכלל נישט משיג!
יאנקעל, איך זיך נישט זיך אנצונעמען פאר די רב איך האב עם נישט אזוי ליב, אבער ער זאגט דאך קלאר אז סאיז א חילוק פון א קטן ביז א גדול, לפי״ז טרעט ער בכלל נישט אויף זייןצפסק, דארפסט נישט ענטפערען,ווייל איך לאך פון די גאנצע נישט גיין, איך גיי אבער לשיטתו ( איך האב נישט קיין פראבלעם אז די עפענסט אויף א נייע אשכול צי קינדער מעגן פארען אויף ישראל לשיטת סאטמער, איך וועל שוין דארט לאזען הערן מיין מיינונג, פארשטייט זיך מיט מיין אנדערע ניק.....)

יואליש » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:33 am

· #82483
[ציטאט אראפגענומען]


יענקל, כ'האב גיט געריסורטשט די נושא אין אלגעמיין. די האר פון קאפ וועט. זיך דיר אוישטעלן וואס טוט זיך אפ אין אראנדזש, ראקלענד און קינגס קאונטי געריכט הייזער מיט לעדערהעד פסקים ווי די תורה איז א קרדום לחתוך בו צווריהן של אומשולדיגע טאטעס, מאמעס און קינדער. ס'איז א הימל געשריי וויפיל דרכיה דרכי נועם בלוט פארגיסונג ס'קומט פאר אין די קאלטע געריכט דאקומענטן, מכם ובכם.

לעמאן דזשוס » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:44 am

· #82489
יואליש
[ציטאט אראפגענומען]


יענקל, כ'האב גיט געריסורטשט די נושא אין אלגעמיין. די האר פון קאפ וועט. זיך דיר אוישטעלן וואס טוט זיך אפ אין אראנדזש, ראקלענד און קינגס קאונטי געריכט הייזער מיט לעדערהעד פסקים ווי די תורה איז א קרדום לחתוך בו צווריהן של אומשולדיגע טאטעס, מאמעס און קינדער. ס'איז א הימל געשריי וויפיל דרכיה דרכי נועם בלוט פארגיסונג ס'קומט פאר אין די קאלטע געריכט דאקומענטן, מכם ובכם.



סא מצוה רבה וגדולה, מפרסם צו זיין,

מיין שלום בית ווערט געשטארקט מיט יעדע שענדליכע גט פראצעדור...

ציניש, אבער א משהו אמת!

No_name » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:58 am

· #82495
ס'איז דא זייער שוואכע שאנסן אז אזא זאך זאל קלעבן געהעריג אין קאורט, די קינדער דארפן עדות זאגן ביז צום קלענסטן דעטאל, און אויב ס'איז נישט אמת איז נישט מעגליך אז ס'זאל אדורכגיין.