☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » די פארלוירענע אסתר אמת? אדער סתם א ראמאן

די פארלוירענע אסתר אמת? אדער סתם א ראמאן

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2797

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:41 pm

· #81963
די פארלוירענע אסתר אמת? אדער סתם א ראמאן
די באקאנטע מעשה פון דעם ש״ך׳ס פארלוירענעם טאכטער מיט מאריא דעם קעניג׳ס טאכטער איז א הוילע פאנטאזיע אדער יש דברים בגו

דוכטזיך אז די מעשה האט געשריבן לעהמאן

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:18 pm

· #82000
איך געדענק עס נישט זעהן אין לעהמאן'ס ביכער, הגם איך האב זיי אלע געליינט אין לשון קודש.

איך געדענק עס נאר פין אידישע ליכט.

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:24 pm

· #82002
זיכער, דאס איז דאך א שטיק לעהמאן

איך כשלעצמי שפור אז עס איז א הערליכע פיקטיווע ראמאן, ווייל ביי אמת׳ע מעשיות קומט מיר געווענליך נישט קיין טרערן, און יעדעס מאל איך ליין וויזוי אסתר זיצט באפוצט ווי א הויף דאמע און רעדט פליסיג פראנצויזיש צום פירשט איבער די אידן פון ווילנע, גיסן זיך מיר טרערן....

יאיר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:27 pm

· #82003
איחוד פעלד
איך געדענק עס נישט זעהן אין לעהמאן'ס ביכער, הגם איך האב זיי אלע געליינט אין לשון קודש.

איך געדענק עס נאר פין אידישע ליכט.

אידישע ליכט האט עס גענומען פון לעהמאן, וועלכער האט, אגב, נישט אזוי מקפיד געווען אויף מדבר שקר תרחק.

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:27 pm

· #82004
לעהמאן׳ס קאלעקציע
דא האסטו, דער פארלוירענע אסתר צווישן מארקוס לעהמאן׳ס ביכער

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:37 pm

· #82011
[דוגמא היא המעשיה המפורסמת אודות בת הש״ך שנשבית ונפדתה ע״י ר׳ מאניש שנשאה לאשה
ולימים נפגשה עם אביה הש״ך. והרי לפנינו לשון ר׳ מאניש חתן הש״ך בהקדמתו לש״ך חו״מ ״ואשא חן
וחסד, בעיני פינת יקר מוסד, אבן פינה ואבן הראשה, ויתן את בתו לי לאשה״, הרי פירכא על הספור
מתחילתו.״]

מקור פין דא

אשאד אזא שיינע מעשה זאל גיין צוגרינד........

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:44 pm

· #82014

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:48 pm

· #82016
גראדע איז די אור ישראל נישט אזוי מדוייק ווייל לעהמאן שרייבט אז ׳מנחם׳ האט חתונה געהאט מיט אסתר..

חוץ אז מנחם מיט מאניש זענען איינס...

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:36 pm

· #235346
איחוד פעלד
איך געדענק עס נישט זעהן אין לעהמאן'ס ביכער, הגם איך האב זיי אלע געליינט אין לשון קודש.

איך געדענק עס נאר פין אידישע ליכט.

דאס אידישע ליכט האט עס גענימען פון מ. להמן. פון ווי האבן זיי גענימען די מעשה פון "ר' יוסלמאן פון רוסהיים"? אויך פון לעהמאן...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:39 pm

· #235350
איחוד פעלד
[דוגמא היא המעשיה המפורסמת אודות בת הש״ך שנשבית ונפדתה ע״י ר׳ מאניש שנשאה לאשה
ולימים נפגשה עם אביה הש״ך. והרי לפנינו לשון ר׳ מאניש חתן הש״ך בהקדמתו לש״ך חו״מ ״ואשא חן
וחסד, בעיני פינת יקר מוסד, אבן פינה ואבן הראשה, ויתן את בתו לי לאשה״, הרי פירכא על הספור
מתחילתו.״]

מקור פין דא

אשאד אזא שיינע מעשה זאל גיין צוגרינד........

די מעשה האט נאכאלץ געקענט געשעהן. וואס וועט ער שרייבן אין די הקדמה. ער'ט פארציילן א לאוו סטארי?!...!

פלאוויוס » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:49 pm

· #235358
איך בין נישט באקאנט מיט דער ספעציפישער מעשה, אבער אין אלגעמיין דאכט זיך מיר אז לעהמאן פלעגט נוצן א היסטארישע הינטערגרונט פאר זיינע דערציילונגען (נישט מער ווי הינטערגרונט), און צוגעלייגט דערצו ליבע מאטיוון, וואס זאלן אריינבלאזן דערין די נשמה. געווענליך אנטוישט ער טאקע נישט. זיינע דערציילונגען זענען אטעם פארכאפנד.