☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #2792

אשכול אן א טיטל #2792

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2792

— » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:58 am

· #81699

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:31 am

· #81754
לידיעתך איז טשעק קראכען א עבירה וואס מען גייט זיצען דערויף אין קאנטרי, דא אין די קעטסקילס, נאר אין די סיטי זענען זיי נישט שטרענג אויף דעם.

אויב איינער צאלט נישט אן ארבייטער וואס איז אויף פעיראל, איז אויך זייער שטרענג, אפילו דא אין די סיטי.

סא טוה עס נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:23 pm

· #81834
איחוד פעלד
לידיעתך איז טשעק קראכען א עבירה וואס מען גייט זיצען דערויף אין קאנטרי, דא אין די קעטסקילס, נאר אין די סיטי זענען זיי נישט שטרענג אויף דעם.

אויב איינער צאלט נישט אן ארבייטער וואס איז אויף פעיראל, איז אויך זייער שטרענג, אפילו דא אין די סיטי.

סא טוה עס נישט.

שקויעך .פאר דיין הערה. דאס קומט להוציא מליבן של צדוקים... ווייל ס'איז דא קרומע קעפ וואס וועלן זיך אויפדרונגען פון קופערניקוס' מאמר אז היינטיגע צייטן קען מען קראכן טשעקס אומבאשטראפט. אויף דעם איז דא א באקאנטע מעשה פון ר' מאיר שפירא ז"ל. ער האט אמאל אין א דרשה געוואלט געבן צו פארשטיין פאר'ן עולם וויאזוי דער אמעריקאנער קאפ ארבעט. האט ער פארציילט אז אויף איינע פון זיינע נסיעות וואס ר'איז ארומגעפארן איבער אמעריקע צו זאמלען געלט פאר זיין בארימטע ישיבה האט ער זיך אויפגעהאלטן א לענגערע צייט אין ניו יארק און ר'האט געדאוונט אין זעלבן ביהמ"ד. איין טאג קומט אריין איינער פון די מתפללים זייער פרייליך. זעענדיג דאס רעדל וואס האט זיך געמאכט ארום איהם איז ער צוגעגאנגען צו דעם יוד און פרעגט איהם "לשמחה מה זו עושה"? האט איהם יענער געוויזן דעם נ. י. טיימס וואו ס'שטייט א העדליין אז א וואגן וואס באלאנגט פאר דעם יוד מיט אומלעגאלע בראנפן. האט זיך איבערגעדרייט. די פאליציי איז געקומען און קאנפיסקירט די בראנפן און דער בעה"ב האט געדארפט צאלן א געלט שטראף. פרעגט איהם ר' מאיר. נו. וואס איז די שמחה? האט יענער געענטפערט "ווייל יעצט וועט די גאנצע וועלט וויסן אז ביי מיר קען מען באקומען אומלעגאלע בראנפן".

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:56 pm

· #81967
די חתימה וועט זיין
מי שמקרח טשעקס שניהן יוצאים קרח מכאן ומכאן.
ואין יושבין עליה (קאפורניקוס)
נאר די חוקי התורה קענען קובע זיין וואס מיינט א געקראכטע טשעק (אוהב דעת).


בדרך אגב, האסט לכאורה שלעכט פארשטאנען וואס איך וויל, חוץ אויב עס האט זיך סתם פארגלוסט א ווערטעל.

יאיר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:53 pm

· #81989
א נערוון קראכער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א טשעק קראכער באלאנגט אין תפיסה!!!!!!!!!!

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:40 pm

· #82013
[ציטאט אראפגענומען]

ס'נישט אז ר' לוי יצחק מ'בארדיטשוב איז נישט געווען א מוכיח. ער איז שוין איינמאל געווען א שטארקער מוכיח. ביים סוף פון הייליגן ספר קדושת לוי איז דא עטליכע סיפורי מעשיות פון זיין יוגנט. ברענגט ער דארט אראפ א מעשה (וואס איכ'ל נישט איבערשרייבן יעצט ווייל ס'איז אן אריכות(. אבער פון דארט קען מען זען אז ר' איז געווען א גרויסער מוכיח. ר'האט געזאגט מוסר ביי יעדע געלעגנהייט.

משגיח » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 2:06 pm

· #82140
די עונש געבן זיי נאר פארן מאכן פורים פונעם געזעץ און זאגן ליגענט לויט זייערע באווייזן. וואס זיי האלטן אז מען מוז מיט דעם צוגיין מיטן חומר הדין . אז נישט קען מען נישט פירן קיין לאנד והא ראיה לוי אראן האט נאר באקומען 40 יאר צוליב זיך מודה זיין

איינער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:06 pm

· #82308
אנאנים, איך גיי נישט ציטירן קליינע שטיקלעך, נאר דיין גאנצער תגובה פארגלייכט קראכן טשעקס צו מאלעסטעישאן, אפילו די שרייבסט עטליכע מאל אז די ווילסט נישט צוגלייכן איז אבער דאס אינגאנצן וואס די טוטסט.

פאר א טעראפיסט ווי מען האט געצווינגען צו גייען, און די קינדער האבן זיך נישט געקענט אנקעגן שטעלן. און דער טעראפיסט האט עס אויסגענוצט צו מאלעסטעין אן א שיער קרבנות קומט 103 יאר, אויב מען וואלט אים געגעבן עפעס ווייניגער ווי לעבנסלענגליכע טורמע וואלט דאס געווען א וויי געשריי!