☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער לעבן פון א גרוש

דער לעבן פון א גרוש

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2782

יאפטשיק » מאנטאג יאנואר 21, 2013 8:15 pm

· #81350
דער לעבן פון א גרוש
היות איך האב א רעלעטיוו (קרוב) וואס האלט גאר נאנט ער זאל זיך גט'ן, נאר איז פארציטערט פון וואס עס ווארט אים אפ נאכדעם.
אפגעזען וואס זיין ריזן איז און וויאזוי זיין ווייב איז, וואלט איך געוואלט הערן פון מענטשן וואס זענען שוין אדורך דעם עקספיריענס אדער האבן מיטגעהאלטן אזעלכע עקספיריענסעס, וויאזוי קוקט אויס דאס לעבן פון א גרוש נאכן גט?
וואס זענען די רעקאמענדירטע שריטן וואס ער זאל יא אננעמען אדער נישט נעמען?
וויאזוי איז די גרינגסטע וועג ער זאלט טרעפן א שידוך? און צו איז בכלל גוט ער זאל תיכף זוכן א שידוך?

און אפילו בשעת'ן אויסהאמערן דעם גט, וואס זענען די נארמאלע תנאים און אגרימענטס צו וואס ער זאל מסכים זיין, למשל ווען ער האט נישט קיין עכטע חברים און באקאנטע וואס קענען אים עצה'נען דערצו.
זאל ער בלייבן אינעם פריערדיגן וואוינארט אדער זיך אוועקציען?
וואס איז מיט א דזשאב? דירה? סטייל אין לעבן? חברים? און בכלל וויאזוי איז די בעסטע וועג זיך צו פירן, צו קענען דאס מערסטע אויסמיידן די שלעכטע בליק וואס מענטשן האבן אין אונזער קאמיוניטי אויף גרושים?
וואס טוט זיך מיט זיין פת בסלו וואס פעלט אים, וויאזוי געט מען זיך מיט דעם אן עצה?

ס'פעלט שוין איינמאל פאר אלעמאל אויס אביסל אנווייזונגען פארן היימישן ציבור איבער די ענינים.

משכיל » מאנטאג יאנואר 21, 2013 8:25 pm

· #81352
איך פארשטיי נישט, אז ער גייט זיך גט'ן איז שוין דער פראבלעם פון פת בסלו נישט קיין נייע.

יאפטשיק » מאנטאג יאנואר 21, 2013 8:28 pm

· #81354
נו נו. אבער אויב דו געדענקסט איז טאקע די נקודה פון פת בסלו - אפ' ווען ער האט עס נישט ממש... אבער ער איז דאך חתונה געהאט.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 21, 2013 8:48 pm

· #81357
ענטפער צו יאפטשיק
איך וויל דא נאר אויסרעכענען א פאר סענטנסעס וואס א פרישער גרוש וועט שוין נישט הערן"1). א טעקסט אדער איי. עם.) ער וועט נישט באקומען א פאון קאלל (אוי בינעך אולד פעשאנ'ד
1) אויפ'ן וועג אהיים פון ביהמ"ד פיק אויף א קאטידזש טשיז און א ארענדזש דזשוס.
2) אום 1:30 ביינאכט. לעש אויס דעם קאמפיוטער און גיי שלאפן
3) טו אויס דיין נאסע שיך דו מאכסט די גאנצע פלאהר שמוציג. די גוי'טע האט יעצט געענדיגט וואשן די פלאהר.
4) לאז נישט איבער דיין שמוציגע זאקן און וועש אויפ'ן פלאהר.
5) לייג אריין די שמציגע טעלער און עסצייג אין די פליישיגע סינק.
6) גיי אויפ'ן פארטש סמאוק'ן א סיגארעט.
7) פוץ אליינ אויס דיין שיך. איך בין נישט דיין סלעיוו.
די ליסט איז נאך גאנץ לאנג. נאר דאס זענען די ראשי פרקים וואס כ'האב געהערט פון א (דאן) פרישן גרוש וואס האט חרטה פארוואס ר'האט געווארט אזוי לאנג.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 21, 2013 8:53 pm

· #81358
יאפטשיק
נו נו. אבער אויב דו געדענקסט איז טאקע די נקודה פון פת בסלו - אפ' ווען ער האט עס נישט ממש... אבער ער איז דאך חתונה געהאט.

אויב איז די עיקר ביי איהם ער זאל נישט אויסזעהן ווי א בחור. נו. ר'האט שוין געלייזט דעם פראבלעם. ר'האט א שטריימל און א טלית.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 21, 2013 9:51 pm

· #81360
berlbalaguleh
איך וויל דא נאר אויסרעכענען א פאר סענטנסעס וואס א פרישער גרוש וועט שוין נישט הערן"1). א טעקסט אדער איי. עם.) ער וועט נישט באקומען א פאון קאלל (אוי בינעך אולד פעשאנ'ד
1) אויפ'ן וועג אהיים פון ביהמ"ד פיק אויף א קאטידזש טשיז און א ארענדזש דזשוס.
2) אום 1:30 ביינאכט. לעש אויס דעם קאמפיוטער און גיי שלאפן
3) טו אויס דיין נאסע שיך דו מאכסט די גאנצע פלאהר שמוציג. די גוי'טע האט יעצט געענדיגט וואשן די פלאהר.
4) לאז נישט איבער דיין שמוציגע זאקן און וועש אויפ'ן פלאהר.
5) לייג אריין די שמציגע טעלער און עסצייג אין די פליישיגע סינק.
6) גיי אויפ'ן פארטש סמאוק'ן א סיגארעט.
7) פוץ אליינ אויס דיין שיך. איך בין נישט דיין סלעיוו.
די ליסט איז נאך גאנץ לאנג. נאר דאס זענען די ראשי פרקים וואס כ'האב געהערט פון א (דאן) פרישן גרוש וואס האט חרטה פארוואס ר'האט געווארט אזוי לאנג.

המשך..
8) i love u
9) וואס ווילסטו היינט עסן פאר סאפער?
10) כ'האב היינט געוואשן דיין וועש, דו האסט פריש צאמגעלייגטע אין דיין לעדל
11) ווען קומסטו שוין אהיים? איך קען נישט אנגיין אן דיר
12) די גויטע איז געווען היינט דא, דו קענסט אהיימקומען מיט הרחבת הדעת צו א הערליכע הויז
13) נעכטן נאכט האב איך געזעהן אז דיין שיך איז שמוציג און איך האב עס געפיצט
14) ש'כח פארן לייגן די שמוציגע טעלער און עסצייג אין די פליישיגע סינק, כ'וועל עס באלד וואשן.
15) ש'כח פארן נישט לאזן דיין שמוציגע זאקן און וועש אויפ'ן פלאהר, כ'וועל עס באלד וואשן.
16) ש'כח פארן לאזן דיינע נאסע שיך אינדרויסן, כ'האב הנאה אז דו האסט די קאפ אויפ'ן פלאץ.
17) קענסטיך גיין אביסל אויסלופטערן אויפ'ן פארטש מיט א ציגרעטל.
18) כ'האב היינט ספעשל געמאכט פאר סאפער לאקשן מיט פארדייעס ווייל איך ווייס אז דאס האסטו ליב.
און די ליסטע איז נאך לאנג, נאר דאס זענען ראשי פרקים פון א יונגערמאן מיט די קאפ אויף די פלייצע'ס, און ווייסט ווי אזוי צו לעבן מיט די ערשטע ווייב.
מיט די צווייטע גייט שוין די ליסטע אביסל אנדערש.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:18 pm

· #81368
יאפטשיק

וואס טוט זיך מיט זיין פת בסלו וואס פעלט אים, וויאזוי געט מען זיך מיט דעם אן עצה?

דו האלטס טאקע אז עס איז דא עפעס א מיסטעריעזע עצה דערפאר, וואס איינער פון די ליינער דא וועט ארויסשאקעלן פונעם ארבעל ?

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:29 pm

· #81369
שוין צייט צו מאכן א "גרוש" רבי, גענוי ווי א "חתן רבי"..

אבער דא שטעלט זיך צוזאם א מנין פאר די גרושים.... אפשר קען עס זיין צו הילף?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/80271">viewtopic.php?p=80271#p80271</a><!-- l -->

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:31 pm

· #81370
שמעקעדיג
שוין צייט צו מאכן א "גרוש" רבי, גענוי ווי א "חתן רבי"..
אבער דא שטעלט זיך צוזאם א מנין פאר די גרושים.... אפשר קען עס זיין צו הילף?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/80271">viewtopic.php?p=80271#p80271</a><!-- l -->

דאכציך א מנין פאר נעילה..

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 21, 2013 11:03 pm

· #81378
איין וויכטיגע עצה קען איך אים געבען, וויבאלט די שרייבסט אז ער האלט נאך פארען גט'ן, איז אז ער זאל נישט מאכען קיין גרויסע פייטס, ווייל ווען מען רעדט אים א נייע שידוך, אויב למשל מען רעדט אים אן אלמנה, אדער אפילו מען רעדט אים גרושה וואס ביידע האבען דאך פוטער אויף'ן קאפ, אבער עכ"ז וועט זי זיכער קוקען וויאזוי ער האט זיך געשלאגען, צו מיט אכזריות, אדער סתם דורך זיך דיפענדען, ממילא איז גאר וויכטיג ער זאל זיך טאקע נישט לאזען ווי א נאר, אבער נישט מיט אכזריות, וואס מען זאל קענען אנווייזען אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א ציגיינער.

דאס וועט אים זיכער העלפען לגבי טרעפען א זיווג שני.

ווי אויך זאל ער געווארענט זיין אז הגם ער ווערט א "גרוש" ד.ה. סינגעל, מיינט עס נישט אז יעצט איז שלום עלי נפשי, און ער זאל אנהייבען פראווען א טאג פין פאפען ביז חצות, און עסען אין רעסטאראנט מיט פויערן וכדומה, ווייל דעמאלס ווערט ער אויס "געסעטעלטע מענטש" און ער וועט נישט קענען חתונה האבען נאך אמאהל. ער זאל פראבירען אויף ווי ווייט מעגליך צו זיין א "מענטש" אויף אלע פראנטען, מען קען זיין א היבשע איש מצליח אפילו ווען מען איז סינגעל, אויף אזוי ווייט אז ער וועט אפילו נישט האבען קיין צייט ארויסצוגיין מיט שידוכים. דעמאלס וועלען זיך די גרושות ואלמנות הרג'נן אויף אים.

כמובן אז וויפיל געלט מיינט דאס ערשטע מאל, איז די צווייטע מאל געלט אסאך מער אטראקטיוו, ווייל די צד שני איז געווענליך ארים און מוטשעט זיך מיט אפאר קינדער, און זי דארף ארבעטען אליין, און זי באקומט נישט קיין טשיילד סאפארט וכו', ממילא זאל ער באמת "פראבירען" צו פארדינען אפאר דאלאר, און נישט זיין צופרידען מיט די קליינע הכנסה (אויב איז דאס וואס ער האט), נאר יעצט ווען ער האט מער צייט אין די הענט, איז אפשר כדאי אז טאמער איז ער שוואך געלערנט אין מילי דעלמא, זאל ער גיין אין די שקאלעס און זיך לערנען א פאך בסלו, אזוי אז ער זאל קענען אנהייבען פארדינען בהרחבה און אזוי ארום וועט ער נישט דארפען א שידוך, נאר די שידוכים וועלען אים זוכען.

בית שני » מאנטאג יאנואר 21, 2013 11:54 pm

· #81382
איך עפען יעצט די נייע גרופ קענסט מיך אימעלןinfo@achimbderech.org, סגייט זיין א event בקרוב די גרופע האלט שוין ביי איבער 100 היימישע גרושים חוץ וואס סגייט דארט זיין שדכנים וועט אויך זיין ספעצעליסיסטען וואס וועלן רעדן פון די זאכען וואס זענען נוגע

טעפל » דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:39 am

· #81392
איחוד האט זייער גוט צונומען די נושא..אפילו איך מיין אז ער איז נישט קיין גרוש (איך ב"ה אויך נישט).

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:46 pm

· #81642
ענטפער צו ברסלבר
איינער וואס הערט די רשימה וואס דו ברענגסט ווערט נישט קיין גרוש. די רשימה וואס איך הרב געברענגט איז געבויעט אויף די עקספיריענס פון א איד וואס איך קען. פאר האט זיך גע'גט איז ער געווען אן איינגעבויגן, דין יודל. אן א טראפ חיות, נאכדעם וואס ר'האט שוין געהאט דעם צונאמען "גרוש" האט ער פשוט אויפגעלעבט. קודם איז ער געווארן א פרייער מענטש. איינס פון די ערשטע זאגן וואס ר'האט געטון אלס בן חורין איז. ער פלעגט דאוונען מיט א שפעט מנין.

לחיים » דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:17 pm

· #81648
פאר ער גיט איבער דעם גט דארף ער גיט טראכטן צי ער וואלט איר גענימען פאר א צווייטע ווייב .........
ווייל ביי זייער אסאך פעלער זעהט מען אז די ערשטע איז געווען אסאך בעסער...........

לחיים » דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:20 pm

· #81651
אויב ער האט שוין קינדער זאל ער נישט זיין SELFISH זאל ער קיקן אויף די תכלית פון די קינדער
און נישט חלילה ניצן זיי פאר א שטעקן ח"ו

לחיים » דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:26 pm

· #81654
לחיים
אויב ער האט שוין קינדער זאל ער נישט זיין SELFISH זאל ער קיקן אויף די תכלית פון די קינדער
און נישט חלילה ניצן זיי פאר א שטעקן ח"ו

משכיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:37 am

· #81712
אויב מען גט זיך אהן קינדער ווערט מען פטור אין גמרנו,י

אבער אויב עס איז דא קינדער בלייבט מען סטאק אויפן לעבען, און פארגעס נישט אז דא וואס די האסט פיינד אין דיין מאן-ווייב ליגט אויך אין די קינדער, און די וועסט דאס עסען אין דיינע קינדער, די קענסט נישט אנטלויפען פון דעם

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 23, 2013 9:46 am

· #81763
berlbalaguleh
קודם איז ער געווארן א פרייער מענטש. איינס פון די ערשטע זאגן וואס ר'האט געטון אלס בן חורין איז. ער פלעגט דאוונען מיט א שפעט מנין.

אויך מיר א בן חורין'שאפט..

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:12 am

· #81766
קינדער איז נישט אלץ א תירוץ.
אויב דער שלום בית איז א רחמנות און די קינדער דארפן דאס צוזעהן טאג-טעגליך, איז דאס פיל מער טראומא ווי אן איינמאליגן גט בשלום.
בכלל דארפן די קינדער מיטהאלטן ווי ווייניגער דיטעילס.

atmybest » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:36 am

· #81778
טייל קינדער וועלן דאנקבאר זיין אז זיי קענען האבן א פרייע לעבן שפעטער.

בית שני » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:57 am

· #81788
כמעט אלע פראבלעמאטישע קינדער איז פון שטובער וואס די עלטערן קריגן זיך, אויב די עלטערן גט'ן זיך און ס'איז נישט דא קיין מחלוקת, קומט אייביג ארויס געזונטע קינדער.
וועגן די קינדער דארף מען שטארק טרייען צו מאכן שלום, אבער א מענטש טאר נישט ליידן וועגן די קינדער, די וואס טוען יא אזוי זענען א גרויסע רחמנות און מאכען חרוב זייערע קינדער.

וואס איחוד זאגט וועגען מחלוקת, די גאס וועט סייווי שמועסן שלעכטס אויף דיר, אפי' דו פירסט זיך נארמאל, אבער ס'וועט דיך העלפען צו בלייבן נארמאל, און דיינע קינדער וועלן דאס וויסן....
רוב נארמאלע גרושות קוקן נישט אויף געלט, זיי ווייסן אז ס'קען מארגן אוועק גיין, זיי זוכן quality,

און דאס וואס משכיל זאגט איז זייער אמת, דו זעסט דיינע קינדער דיין EX דו קענסט נישט אנטלויפן, און אויב די קינד זעט למשל א שנאה פון די מאמע אויף די טאטע, און מממילא א שנאה אויף עם, וועט ער/ זי גיין צו די אנדערע עלטערן ווען זיי ווערען גרעסער (לעגאל קען א קינד שוין ביי די 12 זאגען וואו ער/זי וויל).

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:00 am

· #81790
שמעקעדיג
קינדער איז נישט אלץ א תירוץ.
אויב דער שלום בית איז א רחמנות און די קינדער דארפן דאס צוזעהן טאג-טעגליך, איז דאס פיל מער טראומא ווי אן איינמאליגן גט בשלום.
בכלל דארפן די קינדער מיטהאלטן ווי ווייניגער דיטעילס.

דאס איז נישט קיין כלל, אמאל איז טאקע בעסער פאר די קינדער אז מ'גט זיך און פארטיג, און אמאל איז בעסער זיך צו מוטשענען פאר די קינדער, יעדע מעשה איז אנדערש, מ'קען נישט פארגלייכן איין מעשה מיטן צווייטן,
און רבותי, נישט פארגעסן אז די גמרא זאגט מזבח מוריד דמעות ווען מ'גט זיך, און דאס איז אפי' ווען עס איז נישט דא קיין קינדער, איז פליז רעדטס נישט אזוי ברייט.

בית שני » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:27 am

· #81805
לעמיל, ס'איז יא א כלל! וועסט נישט טרעפן קיין איין טעראפיסט וואס וועט זאגן אנדערש, מחלוקת הרג'עט די קינדער!
זיך מוטשען פאר די קינדער? ביזט משוגע? דו ביזט נישט קיין מענטש? ס'קומט דיר מיתה? פאר דיינע קינדער וואלסטו אויך אזוי גע'עצה'ט? פארוואס ווארפסטו אוועק דיינע רעכטן?
לגבי די מזבח האב איך אמאל געהערט פון מיין ראש ישיבה: "ענדערש זאל די מזבח וויינען ווי איידער די מאן/פרוי זאל וויינען"... 

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:03 pm

· #81810
אוודאי אז מ'הרג'עט זיך ארום איז בעסער אז מ'גט זיך, אבער אויב מ'קען אויסארבטן אפי' א קאלטע שלום איז אויך בעסער ווי זיך צו גט'ן, נישט אייביג איז גט'ן א סעלאשען, עס איז דא אסאך מאל וואס יא, אבער גענוג מאל וואס נישט.
איך ווייס נישט ווער דיין ראש ישיבה איז און אויף וואספארא מעשה ער האט עס געזאגט, עס איז אבער קלאר אז עס נישט א כלל וואס גילט אייביג.

בית שני » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:13 pm

· #81813
ס'איז נישט חילוק ווער מיין ר"י איז, ס'איז אבער יא גילטיג יעדע מאל ווען ווען א מאן/פרוי גייט אדורך נפשות'דיגע יסורים, נישט דא קיין שום סיבה בעולם אז א מענטש זאל דארפן ליידן, אז גאט האט געגעבן א וועג ארויס.
ס'איז אזוי ווי א מענטש האט א מחלה און גייט נישט צום דאקטער. פארוואס זאלסטו ליידן?
א קאלטע שלום? קען זיין. 

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:16 pm

· #81815
איך מיין אונז זאגען ביידע די זעלבע זאך נאר אויף א אנדרע וועיג
און עני קעיס ווינטשען מיר אלע הצלחה פאר די נייע ארגענזאציע די אייבישטער זאל העלפען עס זאל שנעל ווערען צוגעמאכט פשוט ווייל עס וועט נישט זיין פארוועים עס צו האלטען אפען

שרייבער » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:25 pm

· #81818
בית שני
סאיז נישט חילוק ווער מיין ר״י איז, סאיז אבער יא גילטיג יעדע מאל ווען ווען א מאן/ פרוי גייט אדורך נפשתדיגע יסורום, נישט דא קיין שום סיבה בעולם אז א מענטש זאל דארפען ליידען, אז גאט האט געגעבן א וועג ארויס , סאיז אזוי ווי א מענטש האט א מחלה און גייט נישט צום דאקטער פארוואס זאלסטו ליידען?
א קאלטע שלום ? קען זיין. 

האו אבאט א מענטש דארף דורכגיין א בראך אפעראציע, ער דארף אבער חתונה מאכן די וואך זיין עלטעסטע קינד?
וואלט ער געמאכט די אפעראציע און געליגן אין בעט בשעת די חתונה, אדער אפגעשטופט די אפעראציע ביז נאך די חתונה אפילו ער קען נישט טאנצן בשעת די חתונה?

די זעלבע דא אויך, איך קען היבשע פאר מענטשן וואס זענען זיך נישט דורכגעקומען, מען האט געשוויגן און געליטן אלע יאארן, ווי ער רופט עס א קאלטע שלום, און נאכן חתונה מאכן די קינדער האט מען געזאגט גוט ביי און אנגעהויבן א ניי לעבן

ס'איז שווער צו לעבן מיט א שווערע פרוי, אבער ס'איז נישט אומדורכפירבאר, בפרט ווען דו ווייסט אז ס'איז נאר אויף שארט טערם

כנלענ"ד, ב"ה אויף מיין לעבן דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער ביז די 120 מיטן ערשטן זיווג, אבער איך האב גאר נאנטע משפחה גרושים פון ביידע סארטן, און ס'איז ממש א רחמנות

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:29 pm

· #81819
שרייבער ברוך שכיוונתי

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:37 pm

· #81821
לעמיל
די אייבישטער זאל העלפען עס זאל שנעל ווערען צוגעמאכט פשוט ווייל עס וועט נישט זיין פארוועים עס צו האלטען אפען


תפלת שווא. אין מזכירים מעשי נסים.
דער אייבישטער זאל העלפן אז דער ארגינעזאציע זאל אויספירען זיין ציל ארויסהעלפן די אלע וואס געפינען זיך אין די פאזיציע, און זאל מצליח זיין אראפנעמן די סטיגמה וואס איז דא אויף גרושים מען זאל אנהייבען איינזיין אז זיי, און אזוי אלע אנדערע וואס זענען אביסעלע אנדערש פון דער פארשאלטענער "נארמאל", זענען פונקט אזא חלק פון סאסייעטי, אפשר אפילו א וויכטיגערע חלק, ווי די אזוי גערופענע "נארמאלע" וואס ווערן געבוירען און שטארבען אן איין מאל זיך אפשטעלן אינצווישען טראכטן. און דער ארגון זאל ח"ו נישט ברענגען די פארקערטע תוצאה כאילו א גרוש איז אזא נעבאך וואס ברויך אזא שערי חמלה ארגינאזאציע זיך אן עצה צו געבן.

בית שני » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:51 pm

· #81828
שרייבער טייערע, סאיז זייער שווער אנצוהייבען א נייע לעבן ביי די עדזש, סאיס נישט דא קיין שום סיבה א מענטש זאל דארפען ליידען, אז סאיז נישטא א פרייליכע געשמאקע שטוב וואקסען די קינדער אויף קראנק,
די סיבה פארוואס מענטשען אין אונזער קאמיונטו ווילען נישט געטן איז ווייל זיי האבען מורא פון די נאמען גרוש, דאס זענען נעבעך מענטשען מיט ווייניג self esteem, האבען נישט קיין שום רעספעקט פאר זיך,
עפעס א מין קראנקהייט ביי אונזער עולם איך טו עס פאר די קינדער ווייסט דאך ווי יענער האט געפרעגט ווי זענען שוין ״ די קינדער״ ? אדרבה ! ווייז פאר דיינע קינדער אז די ניצט אויס דיינע רעכטען!
וואס הייסט שארט טערם? א מין גרעדאכטס דאס איז דאך די שענסטע יארען פון א מענטש!  
סאיז גאר נישט א רחמנות אויף א גרוש! ער איז א געזונטע מענטש און האט געטון צום זאך ! ער מעג זיין proud פון זיך.

לחיים » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:32 pm

· #82005
מיך האט אנגעזאגט א גיטע חבר מיינער
זאלסט דיך פאר קיין שום געלט אויף דער וועלט זיך גט'ן
ווייל זיין טאטע האט זוךיא גע'גט און וואס ער האט מיט געמאכט פאר קיין שום איד געווינטש'ן
קודם זיך געוואלגערט פין איין קרוב צים צווייטן נאכדעם וואס זיין טאטע האט שוין חתונה געהאט
האט זיך דער צרות געדאבלט מיט זיין שטיף מאמע ר"ל
די אלע מעשיות וואס די האסט נאר אמאל געליינט וועגן א שטיף מאמע איז גארנישט איבערגעטריבן

און וואס מיינסטו זיין טאטעס ערשטע ווייב איז געווען צען מאל בעסער ווי די צווייטע
דאס איז נישט קיין באבע מעשיות ...

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:35 pm

· #82007
זעהט אויס אז דיין חבר'ס מאמע איז נישט געווען צווישן די "מוצא אני את האשה מר ממות"
וויפיל גרושים קען איך וועלכע האבן חתונה געהאט גליקליכערהייט צו א צווייטע, פיל בעסערע?
מען קען נישט זאגן אזוינס על הכלל כולו יצא.

לחיים » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:36 pm

· #82008
מיט קינדער אדער אן קינדער??

לחיים » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:39 pm

· #82012
איך האלט יעצט מיט מעשה
טאטע מאמע האבן זיך גע'גט און מען רייסט זיך ארום
און די קינדער וויינען וואס ווילט עטץ פון מיין לעבן האבן לאסט מיך ארויס ניץ מיך נישט פאר קיין שטעקן

יאיר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:44 pm

· #82015
איך קען א פרוי וואס האט זיך גע'גט פון איר מאן, נישט ווייל ער האט איר געפייניגט, נאר פשוט זיי זענען לגמרי נישט געווען פאסיג איינער פאר'ן צווייטן. זי איז א קלוגע און באזעסענע, און ער איז א בעיבי אן קיין שכל וואס איז געלעגן אין שטותים והבלים א גאנצן טאג. זי האט זיך גע'גט מיט דריי קינדער, זי האט געווארט פינף יאר, און זי האט חתונה געהאט מיט א גרוש, א חשוב'ער בעל הבית, און זי און אירע קינדער זענען גליקליך און צופרידן.
עס זענען דא אלע סארטן מעשיות, און עס איז אוממעגליך צו באשטימען לויט דעם א כלל. יעדער קעיס איז אינדיווידועל.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:00 am

· #82018
דער חכימא דיהודאי דער ראש ישיבה רבי יעקב ז"ל קאמינצקי פלעגט זאגן, טראכט צו פאר א זיווג שני וואלטסטו גסעטלט פאר דיין יעצטיגע פרוי, טא פארוואס זיך גט'ן וכו'?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:19 am

· #82020
ברסלבער
berlbalaguleh
קודם איז ער געווארן א פרייער מענטש. איינס פון די ערשטע זאגן וואס ר'האט געטון אלס בן חורין איז. ער פלעגט דאוונען מיט א שפעט מנין.

אויך מיר א בן חורין'שאפט..

יא. ווייט וועט ער נישט גיין אין לעבן. אבער ער האט אויףגעלעבט. דאס ערשטע מאל ווא.ס כ'האב געזען א מענטש וואס דער גט האט איהם אויפגעלעבט.

יתרו » פרייטאג מערץ 1, 2013 1:03 pm

· #91755
יאפטשיק
היות איך האב א רעלעטיוו (קרוב) וואס האלט גאר נאנט ער זאל זיך גט'ן, נאר איז פארציטערט פון וואס עס ווארט אים אפ נאכדעם.
אפגעזען וואס זיין ריזן איז און וויאזוי זיין ווייב איז, וואלט איך געוואלט הערן פון מענטשן וואס זענען שוין אדורך דעם עקספיריענס אדער האבן מיטגעהאלטן אזעלכע עקספיריענסעס, וויאזוי קוקט אויס דאס לעבן פון א גרוש נאכן גט?
וואס זענען די רעקאמענדירטע שריטן וואס ער זאל יא אננעמען אדער נישט נעמען?
וויאזוי איז די גרינגסטע וועג ער זאלט טרעפן א שידוך? און צו איז בכלל גוט ער זאל תיכף זוכן א שידוך?

און אפילו בשעת'ן אויסהאמערן דעם גט, וואס זענען די נארמאלע תנאים און אגרימענטס צו וואס ער זאל מסכים זיין, למשל ווען ער האט נישט קיין עכטע חברים און באקאנטע וואס קענען אים עצה'נען דערצו.
זאל ער בלייבן אינעם פריערדיגן וואוינארט אדער זיך אוועקציען?
וואס איז מיט א דזשאב? דירה? סטייל אין לעבן? חברים? און בכלל וויאזוי איז די בעסטע וועג זיך צו פירן, צו קענען דאס מערסטע אויסמיידן די שלעכטע בליק וואס מענטשן האבן אין אונזער קאמיוניטי אויף גרושים?
וואס טוט זיך מיט זיין פת בסלו וואס פעלט אים, וויאזוי געט מען זיך מיט דעם אן עצה?

ס'פעלט שוין איינמאל פאר אלעמאל אויס אביסל אנווייזונגען פארן היימישן ציבור איבער די ענינים.

איך ברענג צוריק ארויף יאפטישקס שאלות יעצט ווען עס איז דא א שטארקע אויפוואכונג אין קאווע שטיבל איבער די נושא פון גירושין, אפשר וועט דער עולם האבן א אפאר ענטפערס אויף זיינע פראגען (קינות גירושין איך מיין דיר אויך)

קינות גירושין » פרייטאג מערץ 1, 2013 2:13 pm

· #91783
כקען נישט יעצט צופיל שרייבען ,כוויל נאר זאגען אז נעכטען איז געווען די ערשטע צוזאמקום פון בערך 100 גירושים דורך די נייע ארג ״אחים בדרך״ סגעווען עפעס מורדיג,אלעס געלונגענע היימישע אינגעלייט,דער עולם איז ארויגעגאנגען זייער צופרידען ,לאז דעם אינגערמאן קאנטאקטען די גרופע מקען אימעלן <!-- e --><a href="mailto:info@achimbderech.org">info@achimbderech.org</a><!-- e --> 

יתרו » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:01 pm

· #91857
גיט דאס אויך אינפא פאר איינער וואס האלט פארן גט ? ווי אזוי זיך אומצוגיין דורכאויס די גאנצע פראצודור און וואס עס ווארט עם נכאדעם ?

קינות גירושין » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:29 pm

· #91892
סנאך א נייע זאך, סנאך נישט עוועלבעל הילף אויף אזוי ווייט ,אבער לפחות קען ער זיך טרעפן מיט חבירם און פערפעשענעלס וואס טוען אין דעם געביט און זיי קענען אפשר העלפען

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:20 pm

· #152598
הארצרייסענדע תפילה פאר רווקים/ות און גרושים/ות
זייער שיין און ריין. געטראפן אויף וואטסאפ אשכול אין בחדרי.
הושענא לרווקים.jpg