☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » תורה בלעטל ”הידעת?”

תורה בלעטל ”הידעת?”

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2780

ידען » מאנטאג יאנואר 21, 2013 4:08 pm

· #81299
תורה בלעטל ”הידעת?”
יעדע טאג קומט ארויס א נייע בלעטל און איינס גייט אוועק.
סע שוין א פאר וואכען זעה איך אז סע דא א נייע בלעטל אבער דע מאל איז אנדערש ווייל סע נאר תורהדיגע זאכן.

סע זעהט אויס אינטערעסאנט און א סאך ידיעות אבער איך בין נישט זעכער אויב מע קען זיי גלייבען ווייל איך מיין סע קומט ארויס אין וויליאמסבורג און מסתם איז עס אזוי ריין ווי די שטאט... און אויך זעה איך אז tag פילטערט עס...

ווער ווייסט מער וועגען עס?

שמואל הלוי » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:34 pm

· #83700
קוקט אויס ווי איינער פון פריערדיגן דור גיט עס ארויס.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 4, 2013 12:14 pm

· #84470
שמואל הלוי
קוקט אויס ווי איינער פון פריערדיגן דור גיט עס ארויס.

שמואל ביסט גערעכט.
ער נעמט מיר ארויס פון די כלים ווען כ'רעדט צו אים, ער איז שרעקליך פארצייטיש.
ער איז געווען א מחנך אין א ישיבה פאר לערך 40 יאר, אבער די נייע דור האט אים ארויסגעשטעלט.

ענדע צדיק » דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:46 am

· #84798
איך ווייס נישט ווער דאס איז,
ס'שיינט ווי א בעלזער,
די שריפט איז זייער נישט פערפעשאנעל, אידיש געמישט מיט לשוה"ק ועוד נישט צועדיג

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 5, 2013 1:03 pm

· #84814
יא, א פייערדיגע בעלזא חסיד.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 1:49 pm

· #85034
אין היינטיגן בלעטל שרייבט ער אן הלכה - אין הלכות "בל תשחית" - וואס האט מיר דעם בלוט אויפגעקאכט:
אן עסענווארג מיט א הכשר מפוקפק, מעג מען מאבד זיין, ס'איז נישטא ביי דעם אן איסור פון בל תשחית.!!!!
WOW
וואס מיינט "א הכשר מפוקפק", ס'כשר אדער נישט?

נו, ער האט דאך א מקור, דארף מען נאכקוקען דארט. - ער צייכנט אן "שבט הלוי" חלק ט. - חשתי ולא פארזוימתי, ס'ווערט מיר ליכטיג און טינקעל אויף איין מאהל...
שבט הלוי איז דן בנוגע חמץ, אדער תערובות חמץ וואס מאנכע זענען נוהג נישט צו פארקויפן פאר א גוי איבער פסח, צו ס'איז דא ביי דעם בל תשחית, וויבאלד ס'איז נאר א מנהג.
אבער רבונא דעלמא כולא, פסח איז דא א מצוה פון "תשביתו", נניח אז פארקויפן איז אויך "תשביתו", אבער מאבד זיין איז דאך זיכער "תשביתו". לפי"ז דאס אז איך בין מחמיר און ניץ נישט דעם מכירה-וועג-ארויס, און איך טו "תשביתו" אויף אן אויפן פון "איבוד", איז דאך אוודאי נישט דא קיין בל תשחית - פון אזא פאל רעדט דער שבט הלוי.
משא"כ לענינינו, וואס דיין פארטיי זאגט אז יענע הכשר איז מפקפוק, איז דען דא א הו"א אז די מאכל איז מותר בהשחתה לבטלה?! אוודאי נישט!

לדעתי איז דא אן איסור פון "בל תשחית" אויף נבלה גופא, און דערפאר איז דער תורה מייעץ דאס מאכיל צו זיין פארן הונט. - אפשר טאקע זאלן די מחמירים, וואס זענען מפקפק אין אנדערע הכשרים, זיך איינקויפן אן הונט, און דאס מאכיל זיין מאכלים מיט א "הכשר מפוקפק", כדי להחמיר בעניני בל תשחית.
שוין, עפעס געלערנט היינט.

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:49 am

· #91355
די אידיש געמישט מיט לשון קודש אין דעם 'הידעת' איז דאך צוקער זיס,

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:53 am

· #91360
צופיל זיס איז אויך נישט גוט

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:52 pm

· #91378
איך האב געמיינט בלשון סגי נהור..

טעפל » פרייטאג מערץ 1, 2013 4:05 am

· #91687
ווי זעהט עטץ דעם "זיסען" בלעטעל?

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 1, 2013 9:03 am

· #91696
אין די ב"פ בתי מדרשים.

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 1, 2013 9:59 am

· #91705
קאווע טרינקער

לדעתי איז דא אן איסור פון "בל תשחית" אויף נבלה גופא, און דערפאר איז דער תורה מייעץ דאס מאכיל צו זיין פארן הונט. - אפשר טאקע זאלן די מחמירים, וואס זענען מפקפק אין אנדערע הכשרים, זיך איינקויפן אן הונט, און דאס מאכיל זיין מאכלים מיט א "הכשר מפוקפק", כדי להחמיר בעניני בל תשחית.
שוין, עפעס געלערנט היינט.



דערמאנסט מיר אן אלטער מעשה.

דער מעשה איז פין דער אלטער היים, ווי מען פלעגט חוזק מאכען פין רבנים מחמירים מער ווי היינט.

אמאהל איז געוועהן א דארפס איד, וואס אלע זיינע שאלות אויף די עופות און בהמות, פלעגט קומען פרעגען אלע זיינע שאלות אין שטאט אריין צום רב.

פאר א שטיק צייט איז ער נישט געקומען.

נאך דער שטיק צייט ווען ער איז אנגעקומען צום רב, האט אים דער רב געפרעגט, ר' איד, ווי זענט איר געוועהן די לעצטע פאר חדשים, האט איר דען נישט געהאט קיין שאלות??

ענטפערט דער איד, רב לעבען, איך האב מיר געטראפען א נייע וועג צו פסק'נן אלע שאלות.

וואס הייסט?

איז דער איד מסביר, איך האב געהערט ביים שיעור, ווי עס שטייט אין פסוק, לכלב תשליכין אותו, איז מיר ביי געפאלען א בליץ רעיון, אלע שאלות וועל איך ווארפען פאר די הונט, וועל איך זעהן, וועט די הונט עס עסען, איז עס נבילה, וועט די הונט עס איבערלאזען איז דאך א ראי' אז די שטיקעל פלייש איז כשר!!!

דער רב באווינדערט דער פקחות פין איד, און פרעגט, נו וואס איז גשעהן פארוואס זענט איר יעצט געקומען?

זאגט דער איד מיט א קרעכץ, "דער הונט איז אבער א גרויסער מחמיר".

והמ"י (סארי) ודו"ק.

ידען » מאנטאג מערץ 18, 2013 6:34 pm

· #98270
נעכטיגע חידה

ווען קען א מענטש עסען די קרבן פסח כהלכה און נישט יוצא זיין די מצוה?

ידען » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:37 am

· #98400
ידען
נעכטיגע חידה

ווען קען א מענטש עסען די קרבן פסח כהלכה און נישט יוצא זיין די מצוה?

זיי פלעגען נישט לייגען די תשובות. היינט האבען זיי יא געלייגט.

אויב מע עסט אכילה גסה האט מען נישט יוצא געווען.

איך וויל וויסן וואס מיינט אכילה גסה?

ידען » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:39 am

· #98401
איך ווייס נישט וואס סע איז. זיי האבען עס נישט ביי די חידה.

א בוים וואס איז מגלה סודות מער ווי די היינטיגע טעכנאלאגיע....

וואסערע סודות?

ודי למבין » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:58 am

· #98423
ידען
ידען
נעכטיגע חידה

ווען קען א מענטש עסען די קרבן פסח כהלכה און נישט יוצא זיין די מצוה?זיי פלעגען נישט לייגען די תשובות. היינט האבען זיי יא געלייגט.

אויב מע עסט אכילה גסה האט מען נישט יוצא געווען.



האט ער דאך נישט געגעסן די קרבן פסח כהלכה?

ידען » מיטוואך אפריל 17, 2013 1:33 pm

· #105885
מיט מיין נייע געלעקסי איז מיך גרינגער צו כאפען א בילד ווי צו שרייבען עס
📎 א' אחו''ק.png

ידען » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:13 am

· #106162
איך זעה אז מע וויל איך זאל לייגען נאך.... וועלעך לייגען..

ווער האט די ערשטע געוויסט אז די וועלט איז רינדעכיג?
📎 רינדעכיג.png

kliger » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:30 am

· #106165
עס איז דא אסאך גמ' פארקערט למשל היכא דנשקי ארעא ורקיע וכו'

ודי למבין » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:31 am

· #106213
מילא אז ער קען נישט סייענס, אבער נישט קענען לערנען א פשוטע שטיקל זוהר, ווי שטייט אין זוהר אז אויף די לבנה זענען נישט דא קיין ביימער, ווער האט געמיינט אז אויפן לבנה איז דא ביימער?

ידען » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:46 pm

· #106268
kliger
עס איז דא אסאך גמ' פארקערט למשל היכא דנשקי ארעא ורקיע וכו'

וואס?

ידען » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:05 pm

· #108093
"הידעת" פרעגט

ווען איז פאר די רבי יו"ט אין דער וואכען...?

ידען פרעגט

ווען נישט....?

kliger » מיטוואך אפריל 24, 2013 6:16 am

· #108279
ידען
kliger
עס איז דא אסאך גמ' פארקערט למשל היכא דנשקי ארעא ורקיע וכו'

וואס?

בבא בתרא דף עד תא ואחוי לך היכא דנשקי ארעא ורקיע


רש"ש, פסחים צד.
תוס' ד"ה כל כו' הך פליגא כו' וכן ברש"י ד"ה כל וד"ה תחת שכ' בימים כו'. הכל הוא כפי הנראה מפשטות ספורי דרבב"ח בב"ב דנשקי ארעא ורקיע אהדדי ושארי מאמרים דהארץ נוגעת בקצותיה באמצעית הרקיע ואם כן הוי היקף חצי רקיע פעם וחצי בכמו רוחב הארץ אבל לפי מה שהתבאר במופת ובנסיון אשר הארץ כמו מרכז בתוך עגול הרקיע (ומאמרי הש"ס אשר לכאורה מורים נגד זה יש להם כוונה אחרת פנימית) א"ש בפשיטות: עכ"ל

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:24 am

· #111100
ודי למבין
די אידיש געמישט מיט לשון קודש אין דעם 'הידעת' איז דאך צוקער זיס,

עס זעט אויס ווי די זעלבע שרייבער פון די גליון נר הפטרה די זעלבע זיסקייט........

ידען » זונטאג יוני 2, 2013 4:44 pm

· #120436
די אמת האבעך שוין לאנג געוואלט מאכען א אשכול וועגען די הייליגע רמב"ם וואס כאב שוין א סאך מאל געהערט און געלייענט אז ער איז געוועהן א אויפגעקלערטער און היינט האבעך געזעהן ביי די הידעת אז ער האט טאקע געלייענט אלע ביכער פון די גוי'אישט חכמים.

ער שרייבט דא אז די רמב"ם האט יעדעם איינגעשלינגען און אז ער האט זיך געשלאגען מיט אלע גרויסע פילאזאפען.

איך מיין אז סע דא א סאך וואס מע קען שרייבען וועגען די רמב"ם.
📎 רמבם.jpg

בשבילי! » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:48 pm

· #155876
הידעת האט זיך משדך..געווען מיט'ן טעגליכן קלעסיפייד בלעטעל קול ברמה
ידעת.jpg