☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס איז די אנשיקעניש גערופן "איי וועלט"

וואס איז די אנשיקעניש גערופן "איי וועלט"

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2778

דעתי הענייה » מאנטאג יאנואר 21, 2013 11:42 am

· #81232
וואס איז די אנשיקעניש גערופן "איי וועלט"
איך ווייס נישט פונקטליך אין וועלכער פארום דאס באלאנגט, אבער צימעס איז עס זיכער...

מורי ורבותי,
ב''ה (יא, עס איז נישט קיין טעות) איך האב געטראפן פק''ק קאווע שטיבל פאר איי וועלט, לעצטענס, האב איך געכאפט א בליק דארט (איך האף אז דא מעג מען זאגן אז מען קוקט דארט, ווייל להיפך.... רחמנא לישיזבן), און איך בין איגאנצן צומישט.
מה טובם?

ווילן זיי פארשטיין, און ריכטיג דורכטוהן זאכן, וואס איז פשט פון די מעשי בת היענה? מען פרעגט עפעס, אבער אך און ווי אויב איינער ענטפערט עפעס אנדערש פון וואס מען וויל הערן.
די קאמיונטי איז די שענסטע און די בעסטע, אויב טראכסטו אנדערש ביסטו שוין פון די "פליטי קאווע שטיבל" ה''י.....
אויב ווילסטו נאר הערן דיין מיינוג שרייב פאר דיר אליין, וואס פעהלט אויס א פארום?

בקיצור, אין מיינע אויגן זעהט אויס, ווי עס איז געמאכט פאר אזאלכע וואס קענען נישט הערן קיין פרישע מיינוגען פון די בר מצוה, און ווילן אבער פילן ביי זול אז זיי זענען אויפגעקלערט.
ס''ה: אנטלויפן פון זיך אליין.

איך וואלט געוואלט הערן וואס אונזער עולם זאגט דערצו.

דעתי הענייה » מאנטאג יאנואר 21, 2013 12:09 pm

· #81236
א דוגמא פון איינגעשפארטקייט:
מיין ערשטע ארטיקל וואס איך האב דא געשריבן „אמונה פשוטה" האב איך געוואלט דארטן אויך אריינלייגן, איינער האט מיר אבער מייעץ געווען אז אויב וויל איך נישט ווערן ארויסגעווארפן פון דארט, זאל איך עס קודם אריינשיקן צו די אחראים, אזוי האב איך געטוהן, די ענטפער איז געווען, אז היות עס פארענטפערט (?) אפיקורסים, קען עס נישט אריינגעשטעלט ווערן.
פארשטאנען? ניין....

מזכה » מאנטאג יאנואר 21, 2013 12:14 pm

· #81237
ביטע נישט עפענען די און ענליכע סארט אשכולות, דא איז נישט די פלאץ צו האקן אויף אנדערע.
שוין דא עטליכע אשכולות דערויף, מ'קען דארט ממשיך זיין אויב ס'איז "גאר" וויכטיג.
א דאנק