☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פרושים, צדוקים, ביתוסים

פרושים, צדוקים, ביתוסים

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2772

ברזלי הגלעדי » זונטאג יאנואר 20, 2013 11:46 am

· #80984
פרושים, צדוקים, ביתוסים
מיר אלע ווייסען אז חזל בימיהם ווערן אינדענטאפצירט אלס פרושים מען זעעט עס אויך ווען יוזעפוס איז מגדיר חזל, ווייסט איינער און וועלכע תקופה עס האט זיך אנגעהויבען אין פארוואס. און אבות דר׳ נתן איז משמע אז און די צייטן פון אנטוגנוס איש סוכו (די רבי פון צדוק אין ביתוס)
ווערן חזל שוין אזוי גערופען

ביינער פיש » זונטאג יאנואר 20, 2013 11:49 am

· #80985
ברזלי הגלעדי
מיר אלע ווייסען אז חזל בימיהם ווערן אינדענטאפצירט אלס פרושים מען זעעט עס אויך ווען יוזעפוס איז מגדיר חזל, ווייסט איינער און וועלכע תקופה עס האט זיך אנגעהויבען אין פארוואס. און אבות דר׳ נתן איז משמע אז און די צייטן פון אנטוגנוס איש סוכו (די רבי פון צדוק אין ביתוס)
ווערן חזל שוין אזוי גערופען

האסט פארטוישט די צוויי "און/אין'ס".

מורינו הרב » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:51 pm

· #81029
אה, דאס איז א לאנגער און טיפער נושא. מיר האבן עס אמאל דורכגעטאן, אבער האב איך דען צייט דערצו? - אז מען וועט מיר צאלן וועל איך שרייבן.

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:39 pm

· #81036
דיין שאלה איז ווען מ'האט זיי אנגעהויבן רופן מיט דעם נאמען אדער ווען די כיתות גופא האבן זיך אנגעהויבן?

ברזלי הגלעדי » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:50 pm

· #81039
יידל
דיין שאלה איז ווען מ'האט זיי אנגעהויבן רופן מיט דעם נאמען אדער ווען די כיתות גופא האבן זיך אנגעהויבן?

מיין שאלה איז שתים שהן הרבה, ווען האט מען אנגעהויבן אין פארוואס. שהן הרבה; ווער זענען געווען די אנדערע כיתות וואס איז געווען זייער שיטה און צי איז געווען א תקופה וואס איין מהלך איז געווען universally אנגענימען ביי גאנץ עם ישראל

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 4:00 pm

· #81041
אונטער דוד המלך איז כלל ישראל געווען אינגאנצן מאוחד. נאכדעם האבן זיך שוין אנגעהויבן פאליטישע צעשפליטערונגען, און שפעטער אויך השפקה'דיגע.

ברזלי הגלעדי » זונטאג יאנואר 20, 2013 4:14 pm

· #81045
יידל
אונטער דוד המלך איז כלל ישראל געווען אינגאנצן מאוחד. נאכדעם האבן זיך שוין אנגעהויבן פאליטישע צעשפליטערונגען, און שפעטער אויך השפקה'דיגע.

עס איז מבואר אין די פסוקים אז אנהייב האט נאר יהודה מקבל געווען דוד אלץ קעניג אבער וואס זאגט דעס אויף אונזער שאלה חוץ פון גדעון׳ס זון און אפשר יפתח זענען אלע מושלים געווען אנגענימען ביי די גאנצע אומה זיי האבן דאך געראטעוועט די אידן פין די שונאים מיין שאלה איז די תורה אויטארעטעיט

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:30 pm

· #81100
דער טיטל פרושים איז ערשט געווארן בערך אין די צייטן פון חשמונאים, ווען זיי זענען געווארן צדוקים און כלל ישראל איז געווארן אומאפיציעל אפגעטיילט צווישן די כהנים מיט די עשירים און דער המון עם מיט די פרושים.

ברזלי הגלעדי » זונטאג יאנואר 20, 2013 7:58 pm

· #81125
יאיר
דער טיטל פרושים איז ערשט געווארן בערך אין די צייטן פון חשמונאים, ווען זיי זענען געווארן צדוקים און כלל ישראל איז געווארן אומאפיציעל אפגעטיילט צווישן די כהנים מיט די עשירים און דער המון עם מיט די פרושים.

עיין אבות דר׳ נתן סוף פרק ד עס איז משמע אז בימי אנטוגנוס זענען די חכמים שוין געריפען געווארן פרושים

יאיר » זונטאג יאנואר 20, 2013 8:02 pm

· #81128
דו מיינסט מסתם סוף פרק ה'. דארט שטייט נישט אז צדוק אליין האט זיי גערופן פרושים, אפילו אויב יא, מעגליך אז מען האט למפרע געשריבן זייער טיטל פרושים, אבות דרבי נתן איז דאך געשריבן געווארן אסאך שפעטער.

ברזלי הגלעדי » זונטאג יאנואר 20, 2013 8:12 pm

· #81131
יאיר
דו מיינסט מסתם סוף פרק ה'. דארט שטייט נישט אז צדוק אליין האט זיי גערופן פרושים, אפילו אויב יא, מעגליך אז מען האט למפרע געשריבן זייער טיטל פרושים, אבות דרבי נתן איז דאך געשריבן געווארן אסאך שפעטער.

אמת אז קען זיין און פארדעם האב איך געשריבען אז עס איז משמע אבער עס איז אינטרסאנט אז די חכמים זאלן זיך ריפען פרושים in any case האסט עפעס מקורות

יאיר » מאנטאג יאנואר 21, 2013 7:28 pm

· #81338
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A8%D7%95%D7%A9%D7%99%D7%9D">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7% ... 7%99%D7%9D</a>

ברזלי הגלעדי » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:32 am

· #81688
יאיר
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A8%D7%95%D7%A9%D7%99%D7%9D

די בעל המימרא אין וויקי לייט אראפ פאקטען אן קיין מקורות אדיר ראיות

יאיר » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:39 am

· #81692
דאס זענען דברים ידועים וואס דו וועסט טרעפן אין יעדע היסטאריע בוך.

עוד מישהו » דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:31 pm

· #86409
ס'האט נישט קיין שטארקע קשר צו דאס וואס מ'האט געשריבן דא. אבער מיר איז נייגעריג צו וויסן אויב עס איז געווען א חילוק צווישן די צדוקים און די ביתוסים, צו איז עס גאר איין זאך מיט להבדיל אלף אלפי הבדלות צוויי רבי'ס???

יאיר » דינסטאג פעברואר 12, 2013 8:23 pm

· #86417
אין דעת שטייט אז ס'איז געווען ממש די זעלבע, און אז די זעלבע מעשיות וואס ווערן געברענגט אין תוספתא אויף די ביתוסים ווערן געברענגט אין גמרא אויף די צדוקים.
דאס איז פשט, אם אין דעת, הבדלה מנין.
(ובדרך אפשר יש לרמוז על הבדלות אלו שמנאן מישהוא לאלפים ורבבות, מניין לו, והלא הצד השוה שבהם ששניהם אין בהם דעת ונבילה יפה הימנה).

יאיר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:57 pm

· #86706
זייער שיין באשריבן, ממי. עטליכע הערות כפי מסת הפנאי:
1. לויט חז"ל קומט אויס אז די צדוקים זענען שוין געווען אסאך פאר בית חשמונאי, אדרבה, איך געדענק אז די מתיונים האבן גאר גענוצט די צדוקי'שע תורות פון כפירת שכר ועונש צו שטיפן זייער אגענדע.
2. איך זע נישט ואספאר שייכות האבן די בייתוסים מיט די איסיים. אין גמרא זעען מיר כסדר דערמאנען צדוקים און בייתוסים בהעלם אחת, איז משמע אז ס'איז געווען בערך די זעלבע זאך, אויב נישט ממש די זעלבע, און ווייטער די איסיים זענען געווען פרומע פאנאטישע מענטשן, און האבן געהאט אזויפיל מאדנע מנהגים, אינגאנצן אנדערש ווי די רייכע צדוקים (און מסתמא אויך זייערע חברים די בייתוסים) וואס האבן געטון וואס זיי האבן געוואלט. פארוואס די איסיים ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל איז מסתמא ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט כלל ישראל און זיי האבן זיך נישט געקריגט מיט די חכמים, זיי האבן געלעבט אפגעזונדערט. אגב, פילון אלכסנדרי שרייבט אויך וועגן זיי, אבער יוסיפון'ס דעסקריפציע איז מער אקוראט.
3. דו האסט אויסגעלאזט דאס אז די צדוקים זענען געווען די כהנים, זיי זענען געווען בעל הבית אויפ'ן בית המקדש און אלע אירע אוצרות, און איך מיין אז זיי האבן אויך איינקאסירט די שטייערן, דורך זייער רייכטום און מאכט האבן זיי אונטערדריקט די אידן, און דערפאר האבן די אידן נאכגעגאנגען די פרושים און נישט די צדוקים.
4. די צדוקים און נוצרים זענען געווען אינגאנצן אנדערע סארטן מפלגות, איך האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין, אבער דער חילוק אין גלייבן אין תורה שבעל פה איז נישט דער איינציגסטער (אויסער דעם וואס אין ברית החדשה אין געוויסע פלעצער זעט אויס אז די נוצרים זענען יא געווען נוטה צו די שיטות פון די פרושים, כאטש זיי האב ןפיינט געהאט סיי די פרושים און סיי די צדוקים).
5. וועגן די מגילת ים המלח און ברית החדשה איז לעצטנס אויסגעשמועסט געווארן דא.
אלענפאלס, א גרויסן ייש"כ פאר'ן בארייכערן אונזערע ידיעות.

עוד מישהו » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:09 pm

· #86712
[ציטאט אראפגענומען]

זייער שיינע ארטיקל ממי שאמרו, איך מוז אבער פארעכטן איין פרט, פון מלכות בית החשמונאים איז נאר געווען איין קעניג, וואס האט מ'רופט אלכסנדר ינאי, עס איז געווען א פרינץ אלכסנדר וואס האט ארגאניזירט אן אויפשטאנד צוויי מאל, קעגן זיין פעטער הורקנוס דער צווייטער, אבער ער האט נישט מצליח געווען.

נאכן זיין גאר א קורצע צייט כהן גדול ביי זיין ערשטע אויפשטאנד, האבן אים די רומיים געפאנגען, און זיין אויפשטאנד איז דורכגעפאלן. ער האט דערנאך ארגאניזירט א צווייטע אויפשטאנד נאכן אנטלויפן פון געפענגעניש, ער האט ארגאניזירט א אידישע ארמיי, און אפילו אפגעהאלטן א זיג עטליכע מאל, צום סוף האבן די רומיים געבראכן זיין אויפשטאנד, און זיי האבן אים געהרגט.

יאיר » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:17 pm

· #86715
ממי, דו שרייבסט דאך:
צו די ביתוסים און איסיים איז דא א גרויסע מחלוקה, גרינעץ האלט דאס זענען געווען איינס, והוא ראיה אז די חכמים דערמאנט זיי אבער קיינמאל נישט, די תוספתא דערמאנט קיינמאל נישט די ביתוסים. במילא דארף דאס זיין איינס, און עס איז פשוט א טעות הדפוס.

לכאורה איז ער גערעכט, איך האב אבער איין קשיא...

איך ואלט געוואלט הערן וואס זענען די ראיות פון גרעניץ (גרעץ?).

ברזלי הגלעדי » פרייטאג פעברואר 15, 2013 12:34 am

· #87157
[ציטאט אראפגענומען]

יוזעפוס אין מלחמת היהודים ברענגט אז די גוים און יודן ציגלייך האבען געגלייבט אז מען ווערט מגילגול אבער דווקא פארקערט פין די היינטיגע גילגול דהיינו אויב מען פירט זיך גיט אויף קען מען צוריק קומען אויף די וועלט

ברזלי הגלעדי » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 9:03 pm

· #87375
[ציטאט אראפגענומען]

תודה פאר די ווארימע אויפנאמע,

איך האב נישט געזעען דיין עסיי אויף יוסיפון, און איך וויס נישט ווי די רמבם אדרעסירט צי די יודן בזמן הבית האבען געגלייבט אין גילגול אבער עס איז פשוט ביי מיר אז ווען די יודן וואלטען נישט געגלייבט אין גילגול וואלט ער עס נישט געשריבען ער האט דאך נישט געקענט וויסען אז מען וועט אמאל זאגען אז צדיקים ווערן מגילגול אין פיש
שנית, ער זאגט עס דרך אגב אין א דרשה אויב וואלט ער עס געשריבען צי געפעלען די רומים וואלט ער עס נישט געשריבען בעקיפין
דאס וואס די זאגסט אז די גלייבסט די רמבם, די רמבם איז דאך די מרא דשמעתא נישט אנצינעמען סתם ווייל א חכם האט עס געזאגט
אין מלחמת היהודים תחת ידי איך וועל עס אויפזיכען און שיקען די ציטוט

יאיר » מוצ"ש פעברואר 16, 2013 10:04 pm

· #87388
יוסף בן מתתיהו רעכנט אויס די דריי כיתים ביי כלל ישראל, איסיים, פרושים, און צדוקים. אויף די איסיים שרייבט ער:
יוסף בן מתתיהו
הנה הם מאמינים באמונה שלמה, כי הגופות כלים, יען אשר אין חומרם מתקיים, אולם הנשמות תשארנה לנצח ומוות לא ישלוט בהן, יען כי צמחו מהאור העליון (איתר). ובלהטי הטבע נמשכו אל הגופות כמו אל בתי-כלא, ואחרי עוזבן את מוסרות הבשר כאילו הן נמלטות לחופשי מעבדות ארוכה ומתנשאות בשמחה למרום.

אויף די צדוקים שרייבט ער:
יוסף בן מתתיהו
והם אומרים, כי ניתן לאדם לבחור בטוב או ברע וכל איש פונה אל אחד משני אלה על דעת עצמו, והם כופרים גם בנצח (השארת) הנשמה וגם בעונש ובשכר העתידים בשאול.

און אויף די פרושים שרייבט ער:
יוסף בן מתתיהו
ומשתי הכתות הנשארות הפרושים הם האנשים, אשר יצא להם שם חכמים יודעים לבאר את החוקים באר היטב, והם יצרו את הכת הראשונה [בין היהודים]. הם אומרים, כי הכל תלוי בגזרה (הימרמני - ההשגחה) ובאלוהים, ורק מעשה הצדק (הטוב) והפכו (הרע) נמצא ברובו בידי האדם, אפס כי גם הגזרה מסייעת לו בכל דבר. והם אומרים, כי כל הנשמות אינן כלות, אולם רק נשמות הטובים עוברות אל גוף שני (חדש), ונשמות הרשעים נדונות ליסורי עולם.[/]

עס זענען דא וואס זאגן אז ער מיינט דערמיט גלגול הנשמות, אבער עס איז ברור אז ער מיינט נאר תחיית המתים. הגע בעצמך, אויב האבן די פרושים געהאלטן פון גלגול נשמות, פארואס ווערט עס נישט דערמאנט אין ערגעץ אין חז"ל?
גלגול איז דעמאלט בכלל נישט געווען קיין אישו ביי די אידן, נישט ביי די אלגעמיינע עולם און אודאי נישט ביי די פרושים. מקורו טהור קומט פון די אמונות טפילות אין אינדיע ווי הינדואיזם און בודהיזם. אזוי אויך פון די גריכישע פילאזאפן ווי פיטאגרס און אריסטו וועלכע האבן שטארק דן געווען דערין. רבי בנימין פון טולאדו שרייבט אז די דרוזן גלייבן דערין. רב סעדיה גאון שרייבט (אמונות ודעות מאמר ו') "אנשים ממי שנקראים יהודים מצאתים מאמינים בגלגול וקורים אותו ההיעתקות, וענינו לדעתם רוח ראובן תהיה בשמעון... ומהם או רובם סוברים שיש שתהיה רוח האדם בבהמה ורוח בהמה באדם, ודברים רבים מן ההזיות הללו והבלבולים..." און ער שרייבט אז ס'איז א "בדיה גרוע ונפסד שגעון וערבוב". אפילו ביי רוב פון די ערשטע מקובלים איז גלגול געווען אן אומדערהערטע זאך, ביז דער ספר הזוהר איז נתפרסם געווארן וואו ער איז מחזק דעם ענין פון גלגול, און שפעטער האט דער אר"י הק' עס פארברייטערט.

ברזלי הגלעדי » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:35 am

· #87455

ער דערמאנט גאנץ קלאר די ענין פין גילגול ערגעץ ווי אינמיטען די ספר

kliger » זונטאג פעברואר 17, 2013 12:39 am

· #87457
ברזעלי
פליז פארוואס קוואוט איר אייביג די לענגסטע פאר איין שורה

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:07 am

· #87514
[ציטאט אראפגענומען]
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב דאך שוין געשריבן אז אין זוהר ווערט עס שוין געברענגט, (און ווען איז דער זוהר נתחבר געווארן? און אויב דורך רבי שמעון בן יוחאי, וויפיל שטיקער זענען צוגעלייגט געווארן?) און דערנאך האט עס בעיקר דער אר"י און רבי חיים ויטאל פארשפרייט.

kliger » זונטאג פעברואר 17, 2013 3:10 am

· #87517
רב יאיר וואס מיינט איר צו זאגן
אז זיי האבן עס ארויסגעזויגן פון פינגער ח"ו

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:48 pm

· #87763
kliger
רב יאיר וואס מיינט איר צו זאגן
אז זיי האבן עס ארויסגעזויגן פון פינגער ח"ו

זייגן פון פינגער איז אפשר א פראסט לשון, אבער עס איז גאנץ מעגליך אז זיי האבן עס אליין מחדש געווען. די שאלה איז צו זיי האבן עס "געבארגט" פון די פריערדיגע אמונות טפילות און עס פאראידישט, אזוי ווי אנדערע צדיקים האבן געטון מיט געוויסע ניגונים וכדו', אדער זיי זענען אליין אויפגעקומען דערמיט, אזוי ווי די הינדוס און פיטאגראס האבן עס באזונדער מחדש געווען און לכאורה נישט גענומען איינער פונ'ם צווייטן.

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:35 pm

· #87949
פארפאלן, יאיר פארשטייט בעסער פונעם אר״י אדער זוהר. ברוך השם אז מיר האבן זוכה געווען בדורנו אלה צו אזא גדול בישראל

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:36 pm

· #87950
מהנשתנה
פארפאלן, יאיר פארשטייט בעסער פונעם אר״י אדער זוהר. ברוך השם אז מיר האבן זוכה געווען בדורנו אלה צו אזא גדול בישראל

וואו האסטו דאס געזען אין מיינע ווערטער?

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:38 pm

· #87952
יאיר

גלגול איז דעמאלט בכלל נישט געווען קיין אישו ביי די אידן, נישט ביי די אלגעמיינע עולם און אודאי נישט ביי די פרושים. מקורו טהור קומט פון די אמונות טפילות אין אינדיע ווי הינדואיזם און בודהיזם. אזוי אויך פון די גריכישע פילאזאפן ווי פיטאגרס און אריסטו וועלכע האבן שטארק דן געווען דערין.

יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:42 pm

· #87956
איך האב געשריבן די טרוקענע היסטארישע פאקטן, אן קיין שום אפיניאן או מיי און.

מורינו הרב » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:31 pm

· #103485
אינטערעסאנט אז קיינער דערמאנט עס נישט.

אויף קול מבשר איז דא א שיינע שמועס, זייער רייך און באלערנד ארומגענומען מיט פיל היסטארישע פאקטן און פרטים איבער די צדוקים און זייער מחלוקת מיט די פרושים.

ס'איז אויף 5 2 פון די מעין מעניא, שמועס נומער 12

איך בין פון דארט ארויסגעקומען מיט א געוויסע קלארקייט (ווי אויך מיט פיל קושיות) איבער דער ענין.

kliger » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:10 am

· #103717
דארטן זאגט ער אז יעדע דרש פון חז"ל איז געווען מקובל מסיני (קלאר נישט) און די גאנצע מחלוקת איז נישט געווען צו טענה'נען